בלאט 1 פון 1

א ניי בוך פאעזיע אויף אידיש און העברעיש פון שלום בערגער

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 10:39 am
דורך שלום בערגער
טייערע ליינערס און דיכטערס,

איך בין זייער צופרידן אייך מודיע זיין וועגן מיין נייעם באלד פאעזיע "ווי לעבט זיך דארטן?" דאס נעמט אריין קירצערע לידער אויף אידיש און העברעיש און א לענגערע פאעמע, אזא מין לוח מיט מחשבות וועגן די טעג פון דער וואך.

איך וויל אונטערשטרייכן וויפיל איך האב גענאשט פון אייער בעיונ'דיגע לייענישן פון מיין ווערק, מיט אייער ערנצע קריטיק און טענות.

דאס בוך איז נאר $6 און מ'קען דאס קויפן אויף אמאזאן דא.

יי"כ,

שלום בערגער

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 2:36 pm
דורך אישתישבי
טוט עס ענהאלטן די פאעסיעס וואס זענען געוועהן דא אין ק"ש?

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 2:46 pm
דורך newkave
עמער ווארטן אויף א ריוויא פון [tag]איך אויך[/tag]

נייע לידער

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 4:07 pm
דורך שלום בערגער
אישתישבי האט געשריבן:טוט עס ענהאלטן די פאעסיעס וואס זענען געוועהן דא אין ק"ש?


אפשר א פאר. מערסטנס זיינען ביז אהער אין ערגעץ נישט ארויס.

נשלח: דינסטאג מאי 01, 2018 8:09 pm
דורך איך אויך
[tag]newkave[/tag] ייש''כ פאר די אינווייט, אבער כהאב ב''ה בעסערס וואס צו טוהן מיט מיין צייט ווי ריוויוען קרעפפי ביכער. נאכדערצו אז עס גייט מעגליך נישט מער און נישט ווייניגער בייטן מיין בליק אויפן לעבן בכלל.

''איר װעט לאַכן, װײנען, טראַכטן, מחולק זײַן און אפֿשר בײַטן אײַער קוק אױפֿן לעבן בכלל''.

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 11:43 am
דורך אישתישבי
ביסט א יודען עתידות? אפשר דאך? ליין עס אדורך וועסטו וויסן אויב עס טוישט דיין לעבן.

ר' שלום איר קענט אפשר לייגען דא א טיז? אזוי ווי אפאר בלעטלעך צו קענען רייצען דער נייגער?

א פארשפייז

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 1:58 pm
דורך שלום בערגער
אישתישבי האט געשריבן:ביסט א יודען עתידות? אפשר דאך? ליין עס אדורך וועסטו וויסן אויב עס טוישט דיין לעבן.

ר' שלום איר קענט אפשר לייגען דא א טיז? אזוי ווי אפאר בלעטלעך צו קענען רייצען דער נייגער?


יא, דאס קלינגט גוט. איך וועל דאס טאן שפעטער די וואך אי''ה