בלאט 1 פון 3

וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 3:29 pm
דורך קטלא קניא
Cover, high rez-min.jpg
ברשות די גבאים שליט"א עפן איך דעם פאָדעם\אשכול פאַר דאָס קונטרסל ותינוק ללמדו ספר וואָס שטייט גרייט צו ערשיינען אין די קומענדיקע וואָכן. דער נושא פונעם קונטרס איז דער קריזיס אין חינוך פון ייִנגלעך אין חסידישע קרייזן בכל מקומות מושבותיהם און דאָס ווערט באַאַרבעט אינעם קונטרס אויף גאָר אַ ברייטן פאַרנעם. די תכלית איז אָבער נישט קריטיק נאָר אויפצוטון למען תינוקות של בית רבן און פאָרשלאָגן אַ נייער דרך אין חינוך פאַר די עדרי צאן, אונזערע אייגענע קינדער.

איך דריי מיך אויף קאַווע שטיבל שוין אַ היפּשע פּאָר יאָר און איך ווייס אַז דאָ וועל איך געפונען אַן אוזן קשבת פאַר מיינע אידייען. איך ערוואַרט נישט מען זאָל מיט מיר מסכים זיין און אדרבה זאָל מען זיך דינגען און זאָל נתברר ווערן דעם מצב בדקדוק חבירים ובפלפול התלמידים. דער נושא איז אָבער אַ דרינגענדע און בלויז מיט דורכטון דער סוגיא, זה אומר בכה וזה אומר בכה וועט מען קלאָרער ווערן. די גרעסטע סכנה איז ווען מען פאַרשווייגט און פאַרהוילט אונזער מצב און כאָטש זאָל איך דאָס אויפטון אַביסל אויפצודעקן וואָס אַנדערע ווילן באַהאַלטן.

דרך ארץ קדמה לתורה און איידער מיר גיין צום דרוק מוזן מיר דעקן די הוצאות, דמים חד משמע. בקרוב ממש פּלאַנען מיר אָנהייבן מיט אַ מעכטיקער קאַמפּיין מיטן נאָמען בֵּן חָכָם יְשַׂמַּח אָב צו גיין שטרעזלען ביים עולם. וואָס טוט מען נישט פאַר די קינדער, און אַז קטלא איז באַשערט זיין אַ מוכר ספרים זאָל ער אָפּקומען מיט דעם.

מיר וועלן אי"ה דערהיינטיקן דעם עולם מיט דעם כסדרדיקן מצב, זיך טיילן מיט די מחשבות הינטער דעם קונטרס, אויסטיילן אַ ביסל טועמיה, מגלה זיין אַ טפח און אפשר אפילו אַ סאה גדושה, פירן אַ שמועס מיטן עולם און האָפנטלעך אויפוועקן דעם עולם איינצוזען אַז וואָס איז קען נישט און טאָר נישט ווייטער אָנגיין.

עינינו נשואות אַז דער עולם וועט זיך וואַרעם אָפּרופן און זיך צושטעלן בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד.

אַ דאַנק!

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 3:41 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.........

איך זעי נישט וואס איז אזוי שלעכט מיט די היינטיגע סיסטעם. מען קען דורכשטופען די ישיבה יארען, און ווען עס קומט די צייט פון מתי אעשה גם אני לביתי, קען מען אויסרופען אז מען גייט באלד שרייבען א ספר, און יעדער זאל זיך מעלדען מיט נדבות.

פרנסה בדרך כבוד!

ווער דארף בילדונג?

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 3:44 pm
דורך געוואלדיג
אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 3:50 pm
דורך יואליש
איז די נושא קאריקילום פון בן חמש למקרא וכו'? די דרך הלימוד? לימודי קודש, חול אדער ביידע?

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 3:52 pm
דורך יואליש
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.


חוץ "דערהיינטיגן" וואס איז אזוי אויסערארדערליך?

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:18 pm
דורך קטלא קניא
יואליש האט געשריבן:איז די נושא קאריקילום פון בן חמש למקרא וכו'? די דרך הלימוד? לימודי קודש, חול אדער ביידע?


ביידע לימודי קודש און לימודי חול און בעיקר קאָנצענטרירט אויף חדרים\תלמוד תורהס, כלומר עלעמענטאַר שול, ווי איידער ישיבה קטנות און העכער.

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:22 pm
דורך קטלא קניא
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.


עס איז געשריבן אויף דער נוסח פון ייִדיש וואָס איך באַניץ מיך אויף מיין בלאָג שוין לאַנגע יאָרן ווי אויך וואָס אין שרייב אין דער וועקער, כאָטש דאָרט איז עס אַ ביסל רעדאַקטירט.

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:23 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
מיט וואס קען איך העלפן?

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:24 pm
דורך יין שרף
מיטן ווערן א מלמד

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:31 pm
דורך קטלא קניא
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:מיט וואס קען איך העלפן?


מער קענעדי ווי פרענקלין!

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:31 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
יואליש האט געשריבן:
געוואלדיג האט געשריבן:אויב איז דער ספר'ל געשריבן אויף די אידיש פון די תגובה, וועט דאס זיכער ארויס ברענגען ווידערווילן נאך פארן אפילו ליינען, והבן.


חוץ "דערהיינטיגן" וואס איז אזוי אויסערארדערליך?

א שנעלער זוך אויף ק"ש צייגט אז די וארט "שטרעזלען" איז צום ערשטן מאל ערשינען אויף די אראנע מאי דעם צווייטן יאר 2018 למספרם.

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:44 pm
דורך געוואלדיג
קטלא קניא האט געשריבן: קומענדיקע ייִנגלעך אידייען שטרעזלען דערהיינטיקן כסדרדיקן


און נאך

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:45 pm
דורך קאך_לעפל
קטלא קניא האט געשריבן:ברשות די גבאים שליט"א עפן איך דעם פאָדעם\אשכול פאַר דאָס קונטרסל ותינוק ללמדו ספר וואָס שטייט גרייט צו ערשיינען אין די קומענדיקע וואָכן. דער נושא פונעם קונטרס איז דער קריזיס אין חינוך פון ייִנגלעך אין חסידישע קרייזן בכל מקומות מושבותיהם און דאָס ווערט באַאַרבעט אינעם קונטרס אויף גאָר אַ ברייטן פאַרנעם. די תכלית איז אָבער נישט קריטיק נאָר אויפצוטון למען תינוקות של בית רבן און פאָרשלאָגן אַ נייער דרך אין חינוך פאַר די עדרי צאן, אונזערע אייגענע קינדער.

איך דריי מיך אויף קאַווע שטיבל שוין אַ היפּשע פּאָר יאָר און איך ווייס אַז דאָ וועל איך געפונען אַן אוזן קשבת פאַר מיינע אידייען. איך ערוואַרט נישט מען זאָל מיט מיר מסכים זיין און אדרבה זאָל מען זיך דינגען און זאָל נתברר ווערן דעם מצב בדקדוק חבירים ובפלפול התלמידים. דער נושא איז אָבער אַ דרינגענדע און בלויז מיט דורכטון דער סוגיא, זה אומר בכה וזה אומר בכה וועט מען קלאָרער ווערן. די גרעסטע סכנה איז ווען מען פאַרשווייגט און פאַרהוילט אונזער מצב און כאָטש זאָל איך דאָס אויפטון אַביסל אויפצודעקן וואָס אַנדערע ווילן באַהאַלטן.

דרך ארץ קדמה לתורה און איידער מיר גיין צום דרוק מוזן מיר דעקן די הוצאות, דמים חד משמע. בקרוב ממש פּלאַנען מיר אָנהייבן מיט אַ מעכטיקער קאַמפּיין מיטן נאָמען בֵּן חָכָם יְשַׂמַּח אָב צו גיין שטרעזלען ביים עולם. וואָס טוט מען נישט פאַר די קינדער, און אַז קטלא איז באַשערט זיין אַ מוכר ספרים זאָל ער אָפּקומען מיט דעם.

מיר וועלן אי"ה דערהיינטיקן דעם עולם מיט דעם כסדרדיקן מצב, זיך טיילן מיט די מחשבות הינטער דעם קונטרס, אויסטיילן אַ ביסל טועמיה, מגלה זיין אַ טפח און אפשר אפילו אַ סאה גדושה, פירן אַ שמועס מיטן עולם און האָפנטלעך אויפוועקן דעם עולם איינצוזען אַז וואָס איז קען נישט און טאָר נישט ווייטער אָנגיין.

עינינו נשואות אַז דער עולם וועט זיך וואַרעם אָפּרופן און זיך צושטעלן בכל לב ובכל נפש ובכל מאוד.

אַ דאַנק!


אל תגעו במשיחי אלו תינוקות של בית רבן!

מ'טאר דאס נישט טאן. ביטע טוהט דאס נישט.

בכבוד רב

קאך.

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 4:55 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......

וואס מיינט ׳אל תגעו׳? אז מע טאר נישט טוישען די סיסטעם וואס איז שוין מער ווי צוויי יאר אלט? אדער אז מ׳טאר נישט באהאלטען אמת פון קינדער? אדער אז מ׳טאר נישט מאלעסטען? אדער סתם אזוי, מע פירט זיך צו זאגען די ווערטער יעדעס מאל עס רעדט זיך וועגען חינוך, און דערנאך גייט מען ווייטער?

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 5:09 pm
דורך קאך_לעפל
אויסער געווענדליך האט געשריבן:געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער.......

וואס מיינט ׳אל תגעו׳? אז מע טאר נישט טוישען די סיסטעם וואס איז שוין מער ווי צוויי יאר אלט? אדער אז מ׳טאר נישט באהאלטען אמת פון קינדער? אדער אז מ׳טאר נישט מאלעסטען? אדער סתם אזוי, מע פירט זיך צו זאגען די ווערטער יעדעס מאל עס רעדט זיך וועגען חינוך, און דערנאך גייט מען ווייטער?


זייער א גוטער פראגע געפרעגט...

אל תגעו מיינט ווארשיינליך צו זאגן: לאזן די חינוך פון אונזער טייערע קינדער אין די זארגפולע הענד פון אונזער רבנים און מחנכים. און די א אַנאָנימיס אינדענטידעט-פארמאסקירטע חשובע טייערער קאווע שטיבל שרייבער, זאל זיך אפגעבן מיט מער וויכטיגערע טעמעס ווי חינוך, א שטייגער מוזיק, כפירה, ציונות, ארויס פון די באקס, פיינטשאפט צו יעדע דבר שבקדושה, אד''ג. אפגעזען פון אונזער אויסנאמליכע ברייטקייט, אפענקייט, פארשטאנד, און אינטעליגענציע....

Re: וְתִינוֹק לְלַמְּדוֹ סֵפֶר

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 5:26 pm
דורך אויסער געווענדליך
געווענדליך שרייב איך נישט אנליין, אבער..........

וויאזוי האט מען דאס אלס געטייטשט אין איין ווארט? ׳כמיין, עס שטייט אז איינער זאל נישט צורירען. עס גלויבט זיך בעסער אז מען רעדט דא צו די סמעטענע פון כלל ישראל, ווי איידער די אנאנימער שלעפערס, ניין? מיט וועמען זוכט מען צו שמועסען ענדערש, מיט די פני פון כלל ישראל, יורשי הפאסטענעס מיט אן אונטערגעשטרעכעלטע מחילה אויף די טלית, צו די אנאנימער קאוועשטיבעל זיצערס, וואס קוים איין עטרה טראגען זיי, און מען קען ניטאמאל זיך אויסדרוקען אויף זיי ׳נתגלה העטרה׳ אזוי ווי די ערשטע?
אוודאי איז עס די פני, און זיי טארען נישט צורירען די באזאלבטע.
אלזא, וואלט איך גיכער געזאגט פאר קטלא קניא ׳גיי ווייטער מיט דיין טאלאנט׳, און פאר די זארגערס און קאכלעפעלס זאגט מען ׳אל תגעו במשיחי׳ מיט אלע פשטים וטאס מען האט פריער דערמאנט.

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 7:29 pm
דורך קטלא קניא
עס פרייט מיך צו מעלדן אַז דער קאַמפּיין איז לייוו - חי וקים!

כל נדיב לבו יביאה ואחד המרבה ואחד הממעיט נאָר אעפ"כ בעט מען דעם עולם געבן למעלה מכפי יכלתם

העלפט ראַטעווען דער חינוך פון חסידישע קינדער - פאַר זייער היינט און פאַר זייער מאָרגן

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 7:41 pm
דורך berlbalaguleh
קטלא קניא האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:איז די נושא קאריקילום פון בן חמש למקרא וכו'? די דרך הלימוד? לימודי קודש, חול אדער ביידע?


ביידע לימודי קודש און לימודי חול און בעיקר קאָנצענטרירט אויף חדרים\תלמוד תורהס, כלומר עלעמענטאַר שול, ווי איידער ישיבה קטנות און העכער.

קטלא קניא: ייש"כ פאר נעמען ד'י טירחה און אפשרייבן א ספר'ל. אבער לאמיך זיין א קאנסטרוקטיווער קריטיקער.

ביים ערשטן ווארט פון דיין תשובה, האסטו פארפעלט א וויכטיגע נקודה. א קאומא אדער א פינטל. עצה טובה קא משמע לן. דו זאלסט דיר פארשאפן א גוטן עדיטאר און מגיה. כדי אז דיין פרי עמליך זאלל ארויסקומען סולת נקייה. מנופה בי"ד ניפין...!

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 7:49 pm
דורך קטלא קניא
berlbalaguleh האט געשריבן:
קטלא קניא האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:איז די נושא קאריקילום פון בן חמש למקרא וכו'? די דרך הלימוד? לימודי קודש, חול אדער ביידע?


ביידע לימודי קודש און לימודי חול און בעיקר קאָנצענטרירט אויף חדרים\תלמוד תורהס, כלומר עלעמענטאַר שול, ווי איידער ישיבה קטנות און העכער.

קטלא קניא: ייש"כ פאר נעמען ד'י טירחה און אפשרייבן א ספר'ל. אבער לאמיך זיין א קאנסטרוקטיווער קריטיקער.

ביים ערשטן ווארט פון דיין תשובה, האסטו פארפעלט א וויכטיגע נקודה. א קאומא אדער א פינטל. עצה טובה קא משמע לן. דו זאלסט דיר פארשאפן א גוטן עדיטאר און מגיה. כדי אז דיין פרי עמליך זאלל ארויסקומען סולת נקייה. מנופה בי"ד ניפין...!


אַ דאַנק! איך צאָל פאַר אַ מגיה מומחה ממש און ביי דעם האַלט עס יעצט. איך האָף איך וועל איינהאַלטן דער חזקה על חבר... און זיך נישט דאַרפן פאַרלאָזן אויף שגיאות מי יבין...

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 8:23 pm
דורך בן ישי
איך ווייס נישט וועגן די קונטרס איך ווער משוגה פאר די קאמפיין ארטיקל...אוי איז דאס א שפראך!
קטלא קניא בתפארתו.

נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 9:09 pm
דורך [NAMELESS]
קטלא קניא האט געשריבן:עס פרייט מיך צו מעלדן אַז דער קאַמפּיין איז לייוו - חי וקים!

כל נדיב לבו יביאה ואחד המרבה ואחד הממעיט נאָר אעפ"כ בעט מען דעם עולם געבן למעלה מכפי יכלתם

העלפט ראַטעווען דער חינוך פון חסידישע קינדער - פאַר זייער היינט און פאַר זייער מאָרגן

ב"ה מ'רופט זיך אהן ווארעם. איך האב אריינגעווארפן אין די פישקע

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 4:48 am
דורך בן ישי
די קאמענטס פון די וואס האבן זיך משתתף געווען זעהט אויס ווי די הנצחות בלאט אין די וועקער...

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 9:45 am
דורך קטלא קניא
כמעט $500 אין אונטער אַ האַלבער מעת לעת! 12% אין ווייניקער ווי 12 שעה!!!

אנו שנאָרערס והם שנאָרערס. אנו שנאָרערן להבאר שממנו ישקו העדרים והם שנאָרערן לח"י ראָטל משקה

זייט הוד האָט געהודעוועט איז נאָך אַזאַ הוד שבהוד נישט געווען

:like :like :like