בלאט 1 פון 2
רעדאקטאר פון דער בלאט פאלגירט פון בריוו אין דער איד....!!
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 5:56 pm
דורך [NAMELESS]
ווי באקאנט גרייט זיך קהילת סאטמאר מהר"א פאר א מעכטיגע כינוס כללי אפצוצייכענען 70 יאהר פון מדינת ישראל און די מערכה קעגן ציונות.
אין דער בלאט איז דא אסאך ארטיקלען מיט צענדליגע עד'ס וועגן די כינוס זיכער צו מאכן אז די ריזיגע ארמארי בילדינג וועט זיין אנגעפילט. די וואך איז דא אן ארטיקעל, א גאסט עדיטאריעל, פון איינער וואס איז בכלל נישט קיין גאסט. דאס איז ר' משה יודא יואל ווייס רעדאקטאר פון דער בלאט. ר' משה יודא יואל ווייס איז אפיציעל אריינגעקומען אין דער בלאט נאכדעם וואס ר' שמואל ווידער האט געמאכט זיין באקאנטע פראנט פעידזש קעגן די 9 ראשי ישיבות אין א"י. ר' משה יודא יואל ווייס דארף צו זיין דער וואס ברענגט צוריק נארמאלקייט אינעם בלאט.
1.jpg
ליינטס וואס דער רעדאקטאר פון דער בלאט שרייבט דא
2.jpg
און יעצט ליינטס די בריוו וואס איז געוועהן אין דער איד נאך די גרויסע כינוס אין בארקלעיס סענטער
3.jpg
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 6:30 pm
דורך בן ישי
ער האט מסתם זיך נישט פארגעשטעלט אז ס'דא מענטשן וואס ליינען עכט די גאנצע ארטיקלען וועגן ציונות, ער האט געמיינט אז יעדער ליינט נאר די ערשטע פאר שירות אין מישט אריבער...
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 8:02 pm
דורך איסר האטלקי
חתם סופר, איך געב דיר איינס פון די דריי אפציעס:
דו ארבעטסט אין אפיס פון דער בלאט און האסט מיטגעהאלטן די גניבה לייוו.
דו ביזט די בריוו שרייבער אין דער איד.
אדער... דו זיצט און ליינסט דורך אלע צייטן פון דעקל צו דעקל, און נאך יעדע שטיק צייט גייסטו איבערליינען אלעס זיכער צו מאכן אז גארנישט ווערט נישט פארגעסן, נאר לויט דעם איז שווער, ווי האסטו נאך צייט פאר קאווע שטיבל?
ביטע קום אריין קלאר.
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
חתם סופר: איך הייב נישט אן צו זעהן וואו דו טרעפסט דא פלאגיאריזם. ביידע כינוסים אפעלירן דאך צום זעלבן עולם. און זיי וויללן ארויסברענגען דעם זעלבן תכלית הנרצה.
דער עולם גייט דאך נישט אהין (סיי אין בארקלי'ס. און סיי אין די ארמארי). נאר כדי נהנה צו זיין פון די עיר קאנדישאן און די פרעטצעלס. מ'ווילל דאך עפעס הערן אן הדרכה . א יעדער פון זייער מנהיג. דעם צד זאלונים האמיר שוין ב"ה געהערט. מיט די ספר'דישע שלאף רעבעס וועלכע רעדן לשון קודש בהברה אשכנזית. אויך די דיברות קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האמיר שוין געהערט. יעצט לאמיר געבן א טשענס פאר'ן צווייטן חלק (אדער אפשר גאר דער ערשטער חלק) פון סאטמאר'ע חסידות צו לאזן הערן וואס זייער מנהיג האט צו זאגן. און נאכדעים וועללן מיר (די נייטראלע צו קוקערס) קענען פסק'נען וועלכער כינוס ס'איז געווען מער צו די זאך...!
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 8:28 pm
דורך בן ישי
"די וואך איז דא אן ארטיקעל, א גאסט עדיטאריעל, פון איינער וואס איז בכלל נישט קיין גאסט"
הוא מותב והוא מפרק.
ס'געווען שווער פארוואס ס'הייסט א גאסט עדיטאריעל ווען ער איז דאך נישט קיין גאסט, אין יעצט פארשטייט מען שוין אז די ארטיקל איז א גאסט פון דער יוד.
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:חתם סופר: איך הייב נישט אן צו זעהן וואו דו טרעפסט דא פלאגיאריזם. ביידע כינוסים אפעלירן דאך צום זעלבן עולם. און זיי וויללן ארויסברענגען דעם זעלבן תכלית הנרצה.
דער עולם גייט דאך נישט אהין (סיי אין בארקלי'ס. און סיי אין די ארמארי). נאר כדי נהנה צו זיין פון די עיר קאנדישאן און די פרעטצעלס. מ'ווילל דאך עפעס הערן אן הדרכה . א יעדער פון זייער מנהיג. דעם צד זאלונים האמיר שוין ב"ה געהערט. מיט די ספר'דישע שלאף רעבעס וועלכע רעדן לשון קודש בהברה אשכנזית. אויך די דיברות קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א האמיר שוין געהערט. יעצט לאמיר געבן א טשענס פאר'ן צווייטן חלק (אדער אפשר גאר דער ערשטער חלק) פון סאטמאר'ע חסידות צו לאזן הערן וואס זייער מנהיג האט צו זאגן. און נאכדעים וועללן מיר (די נייטראלע צו קוקערס) קענען פסק'נען וועלכער כינוס ס'איז געווען מער צו די זאך...!
ר' בערל, ווייס פונעם בלאט האט נאכגעשריבן פון א בריוו אין דער איד ווארט ביי ווארט....
נשלח: מיטוואך מאי 02, 2018 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
חתם סופר: איך ווער נישט באצאלט פון מר. ווייס צו זיין זיין פי.אר. מען. אבער מיט דעם אלעם זעה איך נישט וואו דאס פלאגיאריזם איז געשעהן. כמו שאמרתי למעלה...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:55 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:חתם סופר: איך ווער נישט באצאלט פון מר. ווייס צו זיין זיין פי.אר. מען. אבער מיט דעם אלעם זעה איך נישט וואו דאס פלאגיאריזם איז געשעהן. כמו שאמרתי למעלה...!
דארפסטיך מער מסביר זיין. ער זאגט דאך אז אין בלאט איז נאכגעשריבן אן ארטיקל פון איד ווארט ביי ווארט, דאס מיינט "פלאגיאריזם". וואס ענטפערסטי אויף דעם? פון דיין ענטפער איז משמע אז די ווייסט נישט וואס פלאגיאריזם מיינט
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:03 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: איך ווייס גאנץ גוט וואס פלאגיאריזם מיינט. אבער איך זעה נישט וואו ס'איז דא ביי דעם ספעציפישן פאל. לאמיר צונעמען דאס ענין... פאריאר, דער כינוס א' שלח האט געהאט די מטרה מסביר צו זיין פאר'ן עולם איבער די גזירת הגיוס (לשיטתם). און די אנדערע פראבלעימען וואס דאס ציונות מאכט אן. און מ'זאלל מטכס עצה זיין וויאזוי בייצוקומען די פראבלעמען...דאס איז געווען דער תכלית פו דעם כינוס פאראיאהר...!
און וואס איז דער תכלית פון דעם היי יעריגן כינוס פון כ' סיון?!...אויך, מסביר צו זיין אז ס'זענען דא גזירות (אויף איין פארעם אדער אן אנדער'ן) אויף ערליכע אידן אין ארץ ישראל...און וואס מ'דארף טון כדי זיך מחזק צו זיין...זאגן זיי דאך די זעלבע זאך...! און ווען מ'איז מסביר די מטרה פון דעם כינוס האט עס נאר איין הסבר. מ'רעדט איבער די זעלבע נושא...איז נישט שייך קיין פלאגיאריזם...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:34 pm
דורך [NAMELESS]
ר' בערל, ס'איז ווארט ביי ווארט פינקטליך געקאפיט!
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:39 pm
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעון וואלף: איך ווייס גאנץ גוט וואס פלאגיאריזם מיינט. אבער איך זעה נישט וואו ס'איז דא ביי דעם ספעציפישן פאל. לאמיר צונעמען דאס ענין... פאריאר, דער כינוס א' שלח האט געהאט די מטרה מסביר צו זיין פאר'ן עולם איבער די גזירת הגיוס (לשיטתם). און די אנדערע פראבלעימען וואס דאס ציונות מאכט אן. און מ'זאלל מטכס עצה זיין וויאזוי בייצוקומען די פראבלעמען...דאס איז געווען דער תכלית פו דעם כינוס פאראיאהר...!
און וואס איז דער תכלית פון דעם היי יעריגן כינוס פון כ' סיון?!...אויך, מסביר צו זיין אז ס'זענען דא גזירות (אויף איין פארעם אדער אן אנדער'ן) אויף ערליכע אידן אין ארץ ישראל...און וואס מ'דארף טון כדי זיך מחזק צו זיין...זאגן זיי דאך די זעלבע זאך...! און ווען מ'איז מסביר די מטרה פון דעם כינוס האט עס נאר איין הסבר. מ'רעדט איבער די זעלבע נושא...איז נישט שייך קיין פלאגיאריזם...!
צייטונגען שרייבן יעדן טאג די זעלבע נייעס וואס איז נעכטן געשעהן און וואס ס'גייט געשעהן, אבער נישט אויף די זעלבע לשון
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 2:42 pm
דורך יעקב מענטש
אפשר האט דער ווייס דעמלאטס אריינגעשיקט דעם בריוו צום איד?
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 2:48 pm
דורך הקטן
חתם סופר האט געשריבן:ר' בערל, ס'איז ווארט ביי ווארט פינקטליך געקאפיט!
איז וואס???
איינע פין די עשרת הדיברות?
ער האט געטראפן איינער האט זייער גוט ארויסגעברענגט א זאך און איז פויל געווען צי שרייבן פין פריש, און ריאינווענטן די וויל
ער האט פאר די זעלבע געלט געקענט טוישן אביסל די ווערטער, נאר וואס? ער איז עפעס דא צי מאכן קינצן און זאגן אז דאס איז זיין קינץ?
ער וויל סך הכול אנפילן א פעדעש - לאז געמאכט!
אויך זייער מעגליך אז ביידער דער איד אין דער בלאט האבן דאס נאכגעשריבן פין א דריט פלאץ.
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 10:53 pm
דורך שמעון וואלף
הקטן האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ר' בערל, ס'איז ווארט ביי ווארט פינקטליך געקאפיט!

ס'איז גארנישט אבער אין די נארמאלע וועלט איז עס אן אראפגעקוקטע זאך.
און בערל, מיט דיינע אלע הסברים לייגסטי נאך מער אריין אין פלאנטער. זיי דיך מודה, האסט נישט אנגעטון די ליינען גלעזער און נישט באמערקט אז ס'איז נאכקאפיערט ווארט ביי ווארט אפילו די קאמע'ס און קוואטעישן מארקס
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:46 pm
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: איך האב יא אנגעטון די ליינען גלעזער. נניח אז ס'איז נאכגעקאפיעט. אבער די נושא איז די זעלבע. בשלמא ווען דער רעדאקטאר פונ'ם בלאט טוט אויף עפעס א חידוש אין א סוגיא אדער אן הלכה און ער האט עס גענומען פון א צווייטן מקור אן געבן קרעדיט. דאס הייסט פלאגירט. געגנב'עט. משא"כ ווען ס'איז דא 2 גראסעריס אין א שטעטל. און ביידע לייגן ארויס סיינס אז זיי פארקויפן חלב ישראל און פריש געבאקן ברויט. איז נישט שייך קיין פלאגיאריזם. זיי ביידע פארקויפן די זעלבע ארטיקל. כן הדבר הזה...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:59 pm
דורך שמעון וואלף
pla·gia·rism
the practice of taking someone else's work or ideas and passing them off as one's own.
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 12:21 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: נאכמער. זיי (די ארונים) וואלטן אפילו געקענט נוצן די זעלבע סיינס. און טוישן א פאר רעלעוואנטע ווערטער. און זיי וואלטן זיך געשפארט א סאך געלט.
איך ווייס פון א פאל וואס 2 חשוב'ע מוסדות החינוך אין בארא פארק האבן געדארפט בויען בניינים מיט א סאך אייזן ארבעט. זענען זיי געגאנגען צו די זעלבע פירמע און געזאגט אז זיי זענען איין מוסד. און דאס איז איין גרויסער דזשאב. און זיי האבן באקומען א שטארקן דיסקאונט. דאס הייסט געהאנדלט קלוג...!
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 1:09 am
דורך תנחום
הקטן האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ר' בערל, ס'איז ווארט ביי ווארט פינקטליך געקאפיט!
איז וואס???
איינע פין די עשרת הדיברות?
ער האט געטראפן איינער האט זייער גוט ארויסגעברענגט א זאך און איז פויל געווען צי שרייבן פין פריש, און ריאינווענטן די וויל
ער האט פאר די זעלבע געלט געקענט טוישן אביסל די ווערטער, נאר וואס? ער איז עפעס דא צי מאכן קינצן און זאגן אז דאס איז זיין קינץ?
ער וויל סך הכול אנפילן א פעדעש - לאז געמאכט!
אויך זייער מעגליך אז ביידער דער איד אין דער בלאט האבן דאס נאכגעשריבן פין א דריט פלאץ.
אדער גאר באנוצען זיי ביידע די זעלבע שרייבער
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 7:59 am
דורך הקטן
שמעון וואלף האט געשריבן:pla·gia·rism
the practice of taking someone else's work or ideas and passing them off as one's own.
קלאר
פלע-גע-ריזעם!
עובר געווען!
חייב!
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 9:12 am
דורך שמעקעדיג
הקטן און בערל
You're missing the point
קיינער זאגט נישט אז מען טאר נישט, ס'נישט קלוג, מ'איז חייב, וואטעווער.
פאקט: עס איז פלאגיאירט, פינטל! עס איז פשוט אן אינטרעסאנטע נייעסל; קיינער מיינט נישט צו ציען מסקנות, צו אריינמישן פאליטיק. קאמענטארן אדער אריינלערנען פשטים זענען איבריג.
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 11:54 am
דורך הקטן
אבטולמוס האט געשריבן:דאס איז גניבה, און גניבת דעת.
איך האב געוויסט אז ביי טייל רירט דאס אן די עשרת הדברות
ווען מען רעדט פין ארט אדער עפעס א גאלוואלדיגער שטיקל שרייב ארבעט וואס איינער האט עפעס אן אינטערעסע צי זאגן אז "איך" האב דאס געשריבן, נו שוין
דא? גניבת דעת? ער האט נישט קיין פראבלעם זאלסט מיינען אז זיין קליינע טאכטער האט דאס געשריבן, און קיינעם גייט נישט אן ווער סהאט דאס געשריבן
נשלח: פרייטאג מאי 04, 2018 12:04 pm
דורך ליפא
הקטן האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:דאס איז גניבה, און גניבת דעת.
איך האב געוויסט אז ביי טייל רירט דאס אן די עשרת הדברות
ווען מען רעדט פין ארט אדער עפעס א גאלוואלדיגער שטיקל שרייב ארבעט וואס איינער האט עפעס אן אינטערעסע צי זאגן אז "איך" האב דאס געשריבן, נו שוין
דא? גניבת דעת? ער האט נישט קיין פראבלעם זאלסט מיינען אז זיין קליינע טאכטער האט דאס געשריבן, און קיינעם גייט נישט אן ווער סהאט דאס געשריבן
דו ווילסט זיך שלאגן מיט'ן דעפיניציע פונעם ווארט פלאגיאירן? ס'טאקע נישט א סקאנדאל און דער אשכול קעפל קען ווען זיין רואיגער, אבער פלעדזשעריזם בלייבט עס מיט'ן פולסטן זין פונעם ווארט
Re: רעדאקטאר פון דער בלאט פאלגירט פון בריוו אין דער איד....!
נשלח: מוצ"ש מאי 05, 2018 11:24 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ראובן שעצט זייער שטארק דער מושג פון שעפערישקייט און זעלבסט אויסדרוק. אלזא, קלערט ער אז מר ווייס האט א הנאה פון זיין אמט מיט דעם וואס ער דרוקט אויס זיין ׳זיך׳ און זיין טאלאנט מיט׳ן שרייבען ארטיקלען אין דער בלאט.
אנדערע האבען נישט די מידנעסטע אהנונג וואס ראובן וויל דא. וואס מיינט ׳זעלבסט אויסדרוקען׳? מ׳שרייבט ארטיקלען אין צייטונג פאר געלט, ותו לא. וועמען גייט עס אן פון וואנעט קומען די ווערטער? ער וויל אויסלערנען די עולם אז מ׳דארף משתתף זיין אין דער חגיגה אום כ׳ סיון, און אז עס איז וויכטיג פאר די פארטיי צו האבען וואס מער פלייש דארט, און די שווארצע טינט אויף ווייסע פאפיער טוט דאס אויף.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk