בלאט 1 פון 1

סקווירא טוישט בילד פון שער מערת רשב''י

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:32 pm
דורך [NAMELESS]
סקווירא האט געטוישט די ווערטער ארום די שער פון מערת הרשב''י אויף א אויוון אהן זיין, ווייל די ווערטער קומען אריגינעל פון ליקוטי מוהר''ן.....

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 12:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בעיביס!!!

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 2:08 pm
דורך שמערל
געהערט אמאל פון א ירושלימע'ר עלטערער איד אז אין מירון אליין פלעגן חסידים שונאים פון ברעסלעוו גיין אראפברעכן די טאוולען אין די מערת ר' שמעון וואס האבן געהאט די ווערטער פון ר' נחמן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 3:25 pm
דורך איסר האטלקי
שמערל האט געשריבן:געהערט אמאל פון א ירושלימע'ר עלטערער איד אז אין מירון אליין פלעגן חסידים שונאים פון ברעסלעוו גיין אראפברעכן די טאוולען אין די מערת ר' שמעון וואס האבן געהאט די ווערטער פון ר' נחמן.

איך האב געקענט אסאך ירושלימער עלטערע אידן וואס האבן גערעדט שטותים והבלים.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 5:34 pm
דורך יוסף יוזפא
וואס איז בכלל די פשט אז ער מאכט א הדלקה, נאך וואס די טאטע האט נישט געמאכט.
וועלעכן ייאהר האט זיך דאס אנגעפאנגען?

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 5:43 pm
דורך נאסוידער רב
ס'האט זיך אנגעהויבן ביי די פרידוואלד פרשה.

Re: סקווירא טוישט בילד פון שער מערת רשב''י

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 6:04 pm
דורך אונטער חכם
עס איז געמאכט געווארן די ערשטע מאל לעצטע יאר אלס חיזוק צוליב די גזירת הסמארטפאוןס , און מען האט באטאנט אז בעצם איז עס א שינוי אבער לאור דעם שרעקליכן מצב פון טעכנעלאגיע איז דער רבי גרייט אפילו משנה צו זיין די מנהגים, אבער בשעת די הדלקה ווען דער רבי האט געזען די געוואלדיגע אורות וואס קומען אראפ האט ער פארשטאנען אז מען דארף עס שוין מאכן יעדעס יאר, בבחינת לשנה אחרת קבעום.

נשלח: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:06 pm
דורך וואלווי
מיינסט אודאי צו זאגען "ווען די רבי האט געזען די געוואלדיגע אורות פונ'ם צדיק ביי הדלקה, ווען זיי ווערען פארשרייט דורך טעכנעלאגיע, האט ער מסכים געווען אויף יעדעס יאר"...

נשלח: זונטאג מאי 06, 2018 7:21 am
דורך berlbalaguleh
איסר האטלקי האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:געהערט אמאל פון א ירושלימע'ר עלטערער איד אז אין מירון אליין פלעגן חסידים שונאים פון ברעסלעוו גיין אראפברעכן די טאוולען אין די מערת ר' שמעון וואס האבן געהאט די ווערטער פון ר' נחמן.

איך האב געקענט אסאך ירושלימער עלטערע אידן וואס האבן גערעדט שטותים והבלים.

איסר האיטלקי: אויך האביך געזעהן א סאך (לאו דוקא) עלטערע אידן מיט ווייסע בערד אין לאנדאן און אין וויליאמסבורג מאכן א רקידה'לע און טרינקען לחיים ווען א בארימטער ראש ישיבה א גדול בתורה איז נפטר געווארן. דאס איז א ראיה אז עסן א סאך אפיקומנ'ס ברענגט נישט אייביג מיט שכל. מ'קען זיין וואס ס'ווערט אנגערופן אן אלטער נאר...!

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 9:50 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
סקווירא מעג, האט נישט דער רעבא געגעבן רשות אז מען זאל דארט באגראבען רב שמעון?

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 12:16 am
דורך [NAMELESS]
אפשר ליגט גאר ר' שמעון'ס ברודער אין סקווירא...?