בלאט 1 פון 1

יד לאחים מאכט שותפות מיט שולזאהן. אויסגעהאלטען?

נשלח: מאנטאג מאי 07, 2018 12:14 am
דורך אישתישבי
חיים שולזאהן באריכטעט פין זיין בענקל אז א חסיד פין באבוב העלפט די נוצרישע מיסיאנערן, און יד לאחים האט זיך געוואנדען צו אים ער זאל העלפען מיט סטראשן. למעשה זאגט ער אז זיין סטראשען האט נישט געהאלפען נאר דער שוואגער דער דיין פין באבוב האט אים געהייסן אויפהערן וכו'.

כידוע איז שולזאהן נישט נאמן מער ווי א גוי וואס איז נישט מסיח לפי תומו, אבער אויף דער צד אז עס אמת, איז עס ריכטיג זיך צו באנוצן מיט א אויסגעשפיגענע מוציא שם רע וואס איז עובר אויף לא תלך רכיל טעגליך?

מה דעתכם.