בלאט 1 פון 3

הרבנית מבעלזא תליט"א

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 10:23 pm
דורך Bloomingburg
עס פארט ארום קליפס ווי יונגלעך ווי אויך יונגערלייט זינגען פאר הרבנית מבעלז, וואס איז די היתר און אויב איינער קען געבן א באריכט איבער איהר גרויסקייט (די בעלזא חסידים פארקויפען איהר אלס א זעלטענע הייליגע פרוי)

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 10:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
Bloomingburg האט געשריבן:וואס איז די היתר
אדרבה, לאמיר הערן די צד לאיסור.

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 10:49 pm
דורך לבי ובשרי
איך קוק עס נישט אן אלס א איסור, נאר סתם קוריאז און קאמיש...
אינגעלייט זאלן האבן אמונה און דביקות אין א רביצין? און זי הייבט נאך אן די ניגונים (קול באשה ערוה #איסור) און דער עולם זינגט מיט?...

נשלח: דינסטאג מאי 08, 2018 10:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לבי ובשרי האט געשריבן:איך קוק עס נישט אן אלס א איסור, נאר סתם קוריאז און קאמיש...
אינגעלייט זאלן האבן אמונה און דביקות אין א רביצין? און זי הייבט נאך אן די ניגונים (קול באשה ערוה #איסור) און דער עולם זינגט מיט?...

ס'האט מיר אויך אויסגעקוקט מאדנע ביז סמבטיון האט מסביר געווען וואס דא גייט פאר
סמבטיון האט געשריבן:ניין ר' יעקב, איך בין נישט געווען, און קיין טיש איז עס אויך נישט געווען, זי איז געקומען מכיר טובה זיין משפחת גרינוואלד ווואס זיי האבן אהערגעשטעלט די לאגיסטישע חלק פינעם שבת, די אלע וואס זיצן ביים טיש זענען ברידערס פון משפחת גרינוואלד פון די מאנטריאלע מצה בעקעריי.
אט דאס מאכט שוין מער סענס.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 12:57 am
דורך איסר האטלקי
ביי די גרינוואלד'ס גייט נישט אן קיין קול באשה?

ווען דאס ווערט געטון מיט אזא אפיציעלקייט און גלייכגילטיגקייט, מאכט עס אויסקוקן ווי עס איז נישט קיין חד פעמי. זי פראוועט שוין כזקנה ורגילה.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:48 am
דורך ארי נוהם
Bloomingburg האט געשריבן:עס פארט ארום קליפס ווי יונגלעך ווי אויך יונגערלייט זינגען פאר הרבנית מבעלז, וואס איז די היתר און אויב איינער קען געבן א באריכט איבער איהר גרויסקייט (די בעלזא חסידים פארקויפען איהר אלס א זעלטענע הייליגע פרוי)

כ'האב נאכנישט געזען די קליפס, און כ'האב נישט קיין קלארע מהלך בנוגע קול באשה. אבער אויב די עצם געדאנקן פון זינגען פאר איר, טיש פראווען פון איר, און איר רביסטעווע בכלל, זעט דיר אויס קוריאז און קאמיש, דאן האסטו גאר ווייניג ידיעות אין היסטאריע פון חסידות.


זינט דעם גרינדונג פון חסידות זענען מערערע פרויען געווען אינוואלווד, לפעמים עד כדי פירן טיש און נעמען קוויטלעך. א קורצע בליק, וועט ווייזן אז עס האט זיך אנגעהויבן ממש מיטן אנטשטייאונג פון חסידות. אדל דער טאכטער פונעם בעל שם, איז שוין געווען א רביצין מיט באק ציינער, א קוויטל נעמער און ישועות פועלער, אזש דער בעל שם האט איר מרמז געווען אין פסוק א'ש ד'ת ל'מו ר"ת אדל.

אנדערע בארימטע פרויען זענען געווען דער טאכטער פון ר' מאיר'ל פרעמישלאנער, א ישועות מאכער מיטן שטעקן פונ'ם טאטן. טאקע אין בעלז איז געווען דער טאכטער פון שר שלום, הרבנית אשת ר' יצחק'ל בראדער (אאל"ט), וואס האט גענומען קוויטלעך און געפירט געהעריג רביסטעווע, און ר' שלום האט געזאגט אויף איר גרויסע הפלגות, ווי למשל אז ס'פעלט איר גארנישט קיין השגות חוץ דער קאלפיק.

און ווי קען מען פארגעסן פונ'ם לודמירער מויד, א פרוי וואס האט טאקע געפירט רביסטעווע מיטן גאנצן קנאק, געזאגט תורה פאר חסידים, האט פארמאגט לודמירער שטיבלעך אין אוקריינא רוסלאנד, מיט חסידים וואס זענען געקומען אין די מאסן. זי, אנדערש פון די אנדערע אדמורות, איז נישטאמאל געווען א טאכטער פון אן אדמור, נאר האט אנגעהויבן פון אונטן פונ'ם בארג און זיך דערדראפעט אדאנק איר צדקות און מדריגות (זי איז געווען אזוי פרוש ומובדל, אז זי האט נישט חתונה געהאט)


קוריאז? יא. חסידות האט אלעמאל פארמאגט קוריאזע שטריכן. מיט בעלזא דירעקט האט עס נישט קיין שייכות.

Re: הרבנית מבעלזא תליט"א

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער לודמירער מויד האט, דוכט זיך, געפיהרט פון אונטער א מחיצה.

דער קול באשה יעצט זעי איך נישט. זי ברומט די ערשטע תנועה פון א ניגון, ווייל די יונגעלייט האבען זיך געמוטשעט דערמיט. איך זעי נישט די פראבלעם.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:39 am
דורך נקודת-אמת
ביטע אריבער פירן דער אשכול צו אנשי שם
:lol: :twisted: :roll:
אדער גאר אפשר צו צימעס

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 12:23 pm
דורך סקרן
די רעביצין פון ר' ישראל אברהם פון טשערני אוסטראה א טאכטער פון ר' וועלוועלי פון טשערני אוסטראה א שנור פון ר"ר זושא האט געהעריג געפירט טיש
עד כדי כך אז ווען ר' מאטאלע טשערנאבילער איז געווען אין שטאט איז ער צוגעגאנגען אויף של"ש צו איהר
טייל ווילן זאגן ער איז צוגעגאנגן נאך של"ש

קיין קול באשה האב איך נישט באמערקט קיין פראבלעם זי זינגט נישט
און ס'איז נישט קיין געהעריגע טיש ס'זעהט אויס מער ווי א פעמעלי געדערינג און אזוי ווי סמבטיון האט שוין מסביר געווען
פאר אלע קריטיקירער טרעפטס עפעס זאפטיג און לייגטס אריין די קאפ דארט
{למשל מ'האלט שוין באלד 24 נאך וואס אמעריקא האט זיך ארויסגעצויגן פון די איראן דיל און אפי' איין תגובה האט איך נישט באמערקט אויף דעם}

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 12:31 pm
דורך סמבטיון
אדער אז די אטורני דזשענערעל האט ריזיינט נאכן רעדן עברית , דאכט זיך נאך אויך נישט דערמאנט געוורן אין שטיבל בכלל

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 12:45 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ער האט נישט גערעדט עברית, ער האט גערעדט אראביש

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:05 pm
דורך Gimpel
פערל די טאכטער פין מגיד מקוזניץ איז גיוון א רבי

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:12 pm
דורך בן ישי
מ'קען שוין טוישן דעם קעפל צו פרויען וואס האבן געפירט ראביסטעווע

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:15 pm
דורך קאך_לעפל
כ'מיין אז דער גוטער בוך שרייבט אז מענער און פרויען זאלן נישט זיצן און פארברענגען אינאיינעם.
און כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ביי גראבע באקרוינטע רעבעצינס איז דאס נישט אקטועל. עמיצער ווייסט צו ס'האט זיך עפעס געטוישט? אפשר איז די פרישע נארוואס מחילה-ארויסגעצויגענע מצוה "כבוד בית בעלזא" דוחה אלע מצות אין די תורה? קען איינער ביטע אריינקומען עטוואס קלאר? וואס איז די דעבאטע דא?

יא. און קומט מיר נישט מיט אלטע פייגא. ווארום צוויי הכנה גייער טרייבן נישט אוועק די אומאנגענעמע גרוך....

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:28 pm
דורך newkave
קאך_לעפל האט געשריבן:כ'מיין אז דער גוטער בוך שרייבט אז מענער און פרויען זאלן נישט זיצן און פארברענגען אינאיינעם.
און כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ביי גראבע באקרוינטע רעבעצינס איז דאס נישט אקטועל. עמיצער ווייסט צו ס'האט זיך עפעס געטוישט? אפשר איז די פרישע נארוואס מחילה-ארויסגעצויגענע מצוה "כבוד בית בעלזא" דוחה אלע מצות אין די תורה? קען איינער ביטע אריינקומען עטוואס קלאר? וואס איז די דעבאטע דא?

יא. און קומט מיר נישט מיט אלטע פייגא. ווארום צוויי הכנה גייער טרייבן נישט אוועק די אומאנגענעמע גרוך....


נו, אפשר קען מען הערן א פסק דין פון דער מלפנים הצדיק אב''ד סאטמאר אנטווערפן?

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:31 pm
דורך קאך_לעפל
newkave האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:כ'מיין אז דער גוטער בוך שרייבט אז מענער און פרויען זאלן נישט זיצן און פארברענגען אינאיינעם.
און כ'האב קיינמאל נישט געוויסט אז ביי גראבע באקרוינטע רעבעצינס איז דאס נישט אקטועל. עמיצער ווייסט צו ס'האט זיך עפעס געטוישט? אפשר איז די פרישע נארוואס מחילה-ארויסגעצויגענע מצוה "כבוד בית בעלזא" דוחה אלע מצות אין די תורה? קען איינער ביטע אריינקומען עטוואס קלאר? וואס איז די דעבאטע דא?

יא. און קומט מיר נישט מיט אלטע פייגא. ווארום צוויי הכנה גייער טרייבן נישט אוועק די אומאנגענעמע גרוך....


נו, אפשר קען מען הערן א פסק דין פון דער מלפנים הצדיק אב''ד סאטמאר אנטווערפן?


יא! יא! זאג...

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:44 pm
דורך newkave
איך זוך אן אמסטערדאמען.
האסט אפשר א שארט קאט?

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:54 pm
דורך קאך_לעפל
אקעי כ'וועל נאכאיינמאל פראבירן.

פארוואס זאל א גראבע רעבעצין מעגן זיצן צווישן מענער?

שיק מיר נישט קיין אמעסטערדאם, אדער קיין האצעפלאטץ... ענטפער די פשוטע פראגע. (פארשטייט זיך אויב די קענסט)

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 3:34 pm
דורך איש חזון
איך הייב אהן צו טראכטן אפשר איז זי גע'גט

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 4:26 pm
דורך newkave
ק*ק לעפל,
הייליג הייליג!
געוואלדיגע קשיא !!
איי!!!

אפשר קען די בעל ההדלקה פון קרי דאס איבערלאזן אלס א קשיא דאס נעקסטע מאל וואס ער פארט אפרוען דאס גוף הטהור?

אפשר קען מען עס גאר אויסשמועסן ביים קינעס השיטע?

איי אשרינו שיש לנו צדיק כזה, מיט א חסיד ווי הרב [tag]קאך_לעפל[/tag]

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 4:34 pm
דורך קאך_לעפל
אקעי נאך איין מאל.....

פארוואס זאל א גראבע רעבעצין מעגן זיצן צווישן מענער?

מיט פול ליבע און שעצע

מר קאק לעפל.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 4:42 pm
דורך newkave
פרעגסט געוואלדיג.
לפי ידיעתי לאזט מען צו, צום רעבעצין.
טאמער ביסטו גאר נייגעריג, קענסטו קאנטאקטן און פרעגן דעם רעבעצין אליין.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 4:47 pm
דורך קאך_לעפל
שכוח פאר דיין הילף.

אגב ס'פעלט שוין נישט אויס, כ'בין שוין ענדליך דערגאנגען וואס דער היתר איז:

כבוד בית בעלזא.

דער דאזיגער נייער מחילה-ארויסגעצויגענער היתר, איז באשיינפערליך דוחה מערסטייל פון די אסורי תורה, ודרכי החסידות, און הויפטזעכליך דער היילגער דרך פון בית בעלזא המקורית...