בלאט 1 פון 1
איראן דיעל
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 1:51 pm
דורך סקרן
די עולם מאכט זיך נישט וויסענדיג
שבת איז פארנומען ווי קעראפטירט איז חסידות און געבט ארויס זיין גאנצע ווייטאג אויף די בעלזא
גאנצל מיט ליטוואק זענען פארנועמן צו מ'מעג מסדר זיין קידושין אין א שטאט ווי די מרא דאתרא איז רב בכפי' אויף די תושבים
פארשטיט זיך אונזער אלטע בעלעגאלע איז מצודתו פרוסה אויף אלע אשכולות
לעניננו מיר זענען זיך צונויפגעקומן היינט דא דורכצושמועסען די לעצטע אדער פון די לעצטע גרויסע נייעס אין די וועלט
אונזער פרעזידענט יר"ה האט זיך ארויסגעצויגן פונעם דיעל וואס פרעזידענט אבאמא האט געחתמ'ט מיט די איראנער טעראריסטן
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:02 pm
דורך בן ישי
שכח פארן עפענען דעם אשכול!
כ'האב שוין געטראכט פון עפענען א אשכול "נייעס וואס ווארטן פאר א אשכול" אדער "אשכולות וואס דארפן געעפנט ווערן" (איך וואלט געקענט שרייבן אין יענעם אשכול אז מ'דארף אזא אשכול...)
די עולם דא איז פארנימען מיט בית שרה, סידור קידושין אין קרית יואל און בעלזע רעביצין'ס טיש...
די וועלט רודערט מיט די איראן דיל, נארט קאריע און עריק שניידערמאן.
נו רבותי וועקטס ענק אויף אין לאמיר הערן מיינונגען אין אנאליזן פון אינזער היימישע עולם.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 2:05 pm
דורך ליפא
כ'האב הנאה האסט עס געלייגט אין מידיע ווינקל ווייל נייעס איז עס דאך שוין נישט...
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 5:35 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קודם איז אויל ארויף געגאנגען אדאנק די נייעס.
מענטשן וואס גייען נאך זייער געפיל, זענען זיכער פרייליך אז מ'האט געשטראפט די שקצים דארט. פראגמאטישע מענטשען ווארטען נאך צו זען וואס דא וועט זיין. מענטשן וואס זעען נישט מער ווי די קורצע צוקונפט, זאלען זיכער זיך זארגען פאר די פרייז פון געז.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:37 pm
דורך בן ישי
Agudath Israel Statement on Exit From the Iranian Nuclear Agreement
https://www.theyeshivaworld.com/news/ge ... ement.html
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:45 pm
דורך mevakesh
די איראן דיעל איז לכאורה געווען הרע במיעוטו עס האט געגעבן פאר איראן געוויסע בענעפיטן אבער עס האט זיי אפגעשטעלט פון גיין צו ווייט מיט בארייכערן אוראניום פאר א שיינע פאר יאר
יעצט ווען אמעריקע איז ארויס איז עס א געמבל מען ווייסט נישט וואס עס גייט זיין
קען זיין אז איראן וועט פרובירן צו זיך האלטן אינעם דיעל אפילו אהן אמעריקע וואס דעמאלטס קען זיך אויסשטעלן אז מען האט סיי די שטעקן פון אמעריקע און סיי די מייער פון אייראפע
אדער אויב דער דיעל צופאלט קען זיין אז מיט כוח וועט מען זיי צוריקהאלטן פון גיין ווייטער
אדער איז דא א מעגליכקייט אז אמעריקע וועט פארהאנדלען א דיעל וואס וועט זין פיל בעסער ווי די ארגינעלע
פון די אנדערע זייט אזוי ווי די ראדיקאלן אין איראן פארשטערקערן זיך אויף די חשבון פון רוחאני וואס האט געכאפט א פערזענלעכע פליק דא אז זיין מעסיגע צוגאנג האט נאר געברענגט שלעכטס פֿאַר איראן וועלן זיי ציען איראן צו די עקסטרעם און פון פריש אנהייבן בארייכערן אוראניום און זיך רוקן גאר שנעל און עס קען זיין אז עס וועט נישט זיין מעגליך צו צוריקהאלטן אדער אפילו מען וועט גיין אין מלחמה און ברענגען רעזשים ענדערונג קען עס זיך אויסלאזן גאר ביטער מיט א געפערליכע אנארכיע און טעראר
דערווייל קען מען נישט וויסן ווי דאס גייט פיהרן און עס בלייבט נאר צו האפן אויפן בעסטן.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 6:50 pm
דורך בן ישי
אויב הייבן זיי אן זיך צו ריקן שנעל קען מען זיך פארשטעלן אז אמעריקא אין ישראל וועלן עס נישט צולאזן. היינט ווייסט מען שוין וויפל די ישראלים האלטן מיט וואס ס'גייט פאר דארטן.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 7:10 pm
דורך mevakesh
ריכטיג, אבער עס איז דא א גבול וואס מען אלס טוען.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 7:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
mevakesh האט געשריבן:די איראן דיעל איז לכאורה געווען הרע במיעוטו עס האט געגעבן פאר איראן געוויסע בענעפיטן אבער עס האט זיי אפגעשטעלט פון גיין צו ווייט מיט בארייכערן אוראניום פאר א שיינע פאר יאר
יעצט ווען אמעריקע איז ארויס איז עס א געמבל מען ווייסט נישט וואס עס גייט זיין
איך פארשטיי אז דו ביזט א 110 יאר אלט און דיך גייט נישט אן אז איראן וועט זיין א נוקלעארע מאכט אין צען יאר ארום און ס'לוינט זיך דיר נישט דער געמבל, אבער דו מעגסט פארשטיין אז פאר אונז נארישע ראצערס וואס פלאנען נאך צו לעבן א פופציג זעכציג יאר לוינט זיך יא די געמבל.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 7:28 pm
דורך mevakesh
עס מיינט נישט אז נאך די דיעל לויפט אויס מעגן זיי גיין ווייטער, נאר דעמאלט וועט מען דארפן פארהאנדלען פונדאסניי.
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 7:31 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאן וועט שוין נישט זיין איבער וואס צו פארהאנדלען...
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:36 pm
דורך בן ישי
די מצב אין ארץ ישראל איז זייער אנגעצויגן יעצט ס'שמעקט פון א גרויסע מלחמה!
סיריע (איראן) האט געשאסן 20 מיסעלס קיין ארץ ישראל רוב האט מען אראפ געווארפן אין איבריגע האבן קיינעם נישט געשעדיגט ברוך השם.
ארץ ישראל באמבעדירט יעצט פעסט אין סיריע (איראן).
Re: איראן דיעל
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:05 pm
דורך החוקר
ווער די פ*** האט זיי געפרעגט?
כ'מיין, אמת'דיג? ווי קומט א רבנישע קערפערשאפט צו אריין רעדן איבער וועלטליכע פאליטיק?
Re: איראן דיעל
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:10 pm
דורך החוקר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאן וועט שוין נישט זיין איבער וואס צו פארהאנדלען...
מיין קאפ שווינדעלט איז בין איך נישט קלאר, ביטע העלפט מיר פארשטיין.
ווי נאר די דיעל לויפט אויס גייט איראן האבן א באמבע, עס ווארפן, און ביז א מינוט איז די וועלט עז ווי קנאו איט אווער!
אע"כ איז מען יעצט מבטל די דיעל זיי צו פארלויפן די וועג אז זיי זאלן יעצט האבן א באמבע???
נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 9:48 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ניין, זיי נישט מגזם.
Re: איראן דיעל
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:16 pm
דורך אונטער חכם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ניין, זיי נישט מגזם.
דעמאלס וואס יא?
נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 7:46 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לויט ווי איך פארשטיי האט קיינער נישט עכט מורא אז איראן וועט האבן א באמבע און עס ווארפן און חרוב מאכן גאנץ אמעריקע. וואס מ'האט יא מורא איז אז איינמאל זיי האבן שוין א באמבע וועלן זיי קענען טון וואס זיי ווילן און יעדער וועט מורא האבן זיך אנצופאנגען מיט זיי.
יעצט. אויב אבאמא וואס איז געווען די בעסטע פרעזידענט אין אמערקאנע היסטאריע, און זיך געקענט אויסקומען מיט יעדעם איינעם, האט נישט געקענט אויפקומען מיט אן אפמאך אינגאנצן אפצושטעלן איראן, איז נישט דא קיין שום סיבה צו טראכטן אז א שפעטערדיגע פרעזידענט זאל עס יא קענען באווייזן. נאכמער, שכל זאגט אז ווי ווייטער איראן האלט מיט זייער פראגראם אלץ שווערער איז זיי אפצושטעלן.
נשלח: פרייטאג מאי 11, 2018 11:03 am
דורך קורקלענד
די שאלה איז צו אובאמא איז באמת געווען פריינטליך פאר די וועלט און צו די וועלט האט איהם שטארק געשעצט, אדער גאר איז זיין פריינטליכהייט וואס ער האט פון זיך געגאסן געקומען מיט א טייערע פרייז פאר די זיכערהייט פון אונזערע צוקונפטיגע דורות.
טראמפּ'ס מהלך פון א שטרענגע שטעלונג שליסט נישט אויס א בעסערע אפמאך און די צוקונפֿט. טיים וויל טעלל.