בלאט 1 פון 1

ניו יארק אטורני דשענערעל עריק שניידערמאן רעזיגנירט

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:03 pm
דורך בן ישי
שוין נישט קיין נייעס אבער אזויווי קיינער האט נישט געוואלט גיין פתיחה איז במקום שאין איש וכו'..

שניידערמאן איז געווען א שטרענגע אטורני דשענעראל אין איז געווען שטארק באוויסט אלץ א טראמפ קעגנער, ווי ער האט זיך אמאל אויסגעדריקט אויף טוויטער "איך וועל יעדן טאג דערמאנען טראמפ אז ער איז נישט העכער ווי די געזעץ" זיין זיך קריגן מיט טראמפ גייט נאך צוריק פאר ער איז געווארן פרעזידענט ווען ער האט אנגעפירט די קלאגעס קעגן טראמפ יונעווירסעטי.
די 'אהבה' צוויישן זיי איז געגאנגען ביידע וועגן אין טראמפ האט עם זייער פיינט געהאט אין ווען ער וואלט געקענט וואלט ער עם אראפ געשטעלט פון בענקל אזויווי ער האט געטוהן צום סטעיט אטירני פריט באהארא אבער ער איז נישט געווען איבער עם ממילא האט ער געדארפט צוווארטן ווילאנג ס'וועט קומען די צייט.

וואס איז געשעהן יעצט איז אז 4 פרויען - וואס צוויי האבן זיך ארויסגעשטעלט מיט די נעמען - זענען געקומען דערציילן אז בשעת וואס זיי זענען געווען מיט עם פלעגט ער יעדע נאכט זיך אנטרינקען אין פלעגט זיי שטארק וויי טוהן פיזיש און גייסטיש.
דריי שעה נאך וואס די מעשה איז פארעפנטליכט געווארן האט ער געשריבן א סטעיטמענט אז הגם ער לייקנט עס אפ גייט ער רעגזינירן פון אמט - די ערשטע מאל וואס איינער האט אזוי שנעל רעגזינירט.

ווער גייט עם איבער נעמען?
לויט די געזעץ דארפן די סענעט און אסעמבלי אריינשטעלן איינעם ביז די קומענדיגע עלעקשינס אין נאוועמבער.
ס'איז געווען מענטשן וואס האבן געהאלטן אז מ'וועט פרובירן אריינצושטעלן די געוועזענע סטעיט אטורני פריט באהארא וועם טראמפ האט געווארפן, אבער דאס לייגט זיך נישט אויפן שכל אז די סענעט אין אסעמבלי - וועם באהארא איז נאכגעלאפן אין געזיכט ביי זיי קארופציע אין טאקע געכאפט אפאר גרויסע צוויישן זיי - זאלן עם צוריק שטעלן אויפן אמט...
נאך א נאמען וואס מ'רעדט איז טיש דזשעימס די יעצטיגע פאבליק אדוואקאט וואס איז א שטארקע פרוי אין זי וואלט געווען פעאיג פאר די פאזיציע.
וועט מען זעהן וואס ס'וועט זיך אויסקאכן.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:09 pm
דורך בן ישי
די רבי האט געהאט רוח הקודש...

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:18 pm
דורך בן ישי
נאך א זאך וואס איז אינטערסאנט אנצומערקן.
שניידערמאן האט זיך געהאט ארויס געשטעלט ווי דער וואס נעמט זיך אייביג אן פאר פרויען'ס רעכטן אין ער האט פארפירט קעגן די וואס מ'האט געכאפט ווי הארווי וויינשטיין אין דא זעהט מען נאכאמאל די אלטע כלל דער וואס איז פארנימען מיט די זאכן צופוהל אין מישט ארום דארטן איז א סימן אז עפעס טויג נישט מיט עם אליינס...
יא אין אויך שניידערמאן איז א משלנו אין די ערשטע מאל ער האט קאמפיינט האט מען גערעדט דערפון אבער נאכדעם געדענק איך נישט דערמאנען קיין ערגעץ וועגן זיין יודישקייט.

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:23 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי: ליידער . דער פאקט איז אז ווען מ'וועט זיי אלע איינזעצן אין יושב בסתר, וועט מען האבן ברייט מנין...! אויסער שפיטצער. וואס איז עפ"י הלכה נישט קיין איד. כאטש ער האט א אידישן נאמען. אבער זיין מאמע איז א גוי'טע. און ער האט אויכעט נישט קיין יודישע צורה...!

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:26 pm
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן:בן ישי: ליידער . דער פאקט איז אז ווען מ'וועט זיי אלע איינזעצן אין יושב בסתר, וועט מען האבן ברייט מנין...! אויסער שפיטצער. וואס איז עפ"י הלכה נישט קיין איד. כאטש ער האט א אידישן נאמען. אבער זיין מאמע איז א גוי'טע. און ער האט אויכעט נישט קיין יודישע צורה...!

אינטערסאנט צו דערמאנען אז גאווערנער שפיצער איז אויך געווען א שטארקע אטורני דשענערעל...

נשלח: מיטוואך מאי 09, 2018 8:27 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי: ביז מ'האט איהם אליינס געכאפט מיט מעשים אשר לא יעשו...!

Re: ניו יארק אטורני דשענערעל עריק שניידערמאן רעזיגנירט

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:18 pm
דורך אונטער חכם
בן ישי האט געשריבן:די רבי האט געהאט רוח הקודש...

לכאורה, האט ער עפעס געוואוסט , דער חברה'מאן , ער איז דאך אויך געווען פון די חברה.

נשלח: דאנערשטאג מאי 10, 2018 6:54 pm
דורך בן ישי
אונטער חכם האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:די רבי האט געהאט רוח הקודש...

לכאורה, האט ער עפעס געוואוסט , דער חברה'מאן , ער איז דאך אויך געווען פון די חברה.

איך האב אויך געטראכט אזוי אבער למעשה די וואס זענען ארויסגעקומען קעגן עם זענען שטארקע דעמאקראטן וואס האלטן נישט פון טראמפ אין די מעשיות זענען געווען די לעצטע פאר יאר שוין נאך די טוויט פון ירום הודו.
אבער אפשר ווייסט ער אנדערע מעשיות?

Re: ניו יארק אטורני דשענערעל עריק שניידערמאן רעזיגנירט

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2018 1:19 pm
דורך פליקער
ער לייקענט און זיין רעזיגנאציע בריוו אלעס נאר טענה'ט אז היות עס איז דא עלעגעישן'ס און דאס וועט שאדן די ארגענזאציע דעריבער רעזיגנירט ער.

די נייע שעדליכע מאדע אז יעדע פרוי וואס ווייסט מיטן פינגער - מיז ער דורך גיין די אייז באקעט טשאלאנדזש

Re: ניו יארק אטורני דשענערעל עריק שניידערמאן רעזיגנירט

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2018 2:40 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
צו ער איז שולדיג צו נישט, איז איין נושא. איך טראכט וועגען עפעס אנדערש.
זיין פארטיידיגונג איז אז אלס איז געווען בהסכמת שניהם. שוין, לאמיר איהם גלויבען. אבער דאס איז נאכאלס נישט גענוג. אין אלבאני האט מען איהם געקענט אלס א גראדע מעכעל, וואס וואלט נישט פארשטאנען קיין שמוציגע וויץ. ער האט אלס געשטיצט פרויען און זייער רעכטען, און ער האט גערעדט א שפראך כאילו ער וויל שטארקע פרויען, וואס שטייען אייניג מיט מענער. אפילו ווען מיר וועלען זאגען אז אלס איז געווען בהסכמת שניהם, נאכאלס איז ער א בלאפער. ער האט געהאט גאר שמוציגע תאוות און נויגונגען, נישט ווי א נארמאלע מענטש. זאג זיי האבען מסכים געווען, איז וואס? אין תפיסה וועסטו נישט גייען, אבער א היפאקריט ביסטו.

אוןפארוואס מערק איך דאס אן? דאס איז פאר א צווייטען צייט

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג מאי 11, 2018 4:46 pm
דורך שמערל
אונטער חכם האט געשריבן:
בן ישי האט געשריבן:די רבי האט געהאט רוח הקודש...

לכאורה, האט ער עפעס געוואוסט , דער חברה'מאן , ער איז דאך אויך געווען פון די חברה.


Lawyer for 2 Women Who Say They Were Schneiderman Victims Talked to Michael Cohen
https://nyti.ms/2G7NHuz

נשלח: מוצ"ש מאי 12, 2018 11:15 pm
דורך בן ישי
למעשה האט די פאבליק אדוואקאט דזשעימס געמאלדן אז זי וויל נישט יעצט די פאזיציע.
ס'איז דא שמועות אז מ'וועט לאזן די עקטינג אטורני דשענעראל די פרוי Barbara Underwood ביז די נאוועמבער וועלן אין נישט אריין שטעלן איינעם אנדערש יעצט.

Re: ניו יארק אטורני דשענערעל עריק שניידערמאן רעזיגנירט

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 6:47 pm
דורך אונטער חכם
פליקער האט געשריבן:ער לייקענט און זיין רעזיגנאציע בריוו אלעס נאר טענה'ט אז היות עס איז דא עלעגעישן'ס און דאס וועט שאדן די ארגענזאציע דעריבער רעזיגנירט ער.

די נייע שעדליכע מאדע אז יעדע פרוי וואס ווייסט מיטן פינגער - מיז ער דורך גיין די אייז באקעט טשאלאנדזש

עס איז נישט סתם א פרוי טייטלט מיט די פינגער, עס איז מינימום דריי פרויען וואס זענען אלע געווען אינוואלווד מיט איהם, שווער צו גלייבן אז זיי זאלן אלע אויפמאכן מעשיות.

נשלח: זונטאג מאי 13, 2018 6:57 pm
דורך בן ישי
עס איז קלאר אז ער האט געהאט א שייכות מיט זיי אין ער לייקענט דאס נישט.
ער לייקענט די מעשיות וואס זיי דערציילן וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט.

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 12:44 am
דורך berlbalaguleh
בן ישי: ער לייקנט אויך נישט די מעשיות וואס זיי פארציילן. ער איז נאר מחולק אין די כוונה פון זיינע אקציעס. ער טענה'ט אז ער האט אלעס געטון נאר לשם שמים. כבר היה לעולמים. דאהי אין ניו יארק איז געווען א שייגעץ וועלכער האט דערשטיקט דערווארגן זיין גוירל פרענד. איינפאך און פשוט רציחה. און זיין לאיער איז אויפגעקומען מיט א מאדנע תירוץ איהם צו פארענטפערן. אז ער האט בעצם נישט געהאט קיין כונה (ח"ו) זי צו דערמארדן. נאר ס'האט ל"ע פאסירט אן אומגליק בשעת ער האט געהאלטן אינמיטן..."ויצחק"...(איך וויל נישט נאכזאגן דאס טמא'נע לשון וואס זיין לאיער האט געזאגט...פאר די כעלעמער מענטשן. אבער למעשה איז ער געפונען געווארן שולדיג. און ר'איז געגאנגען יושב'ן פאר זיין גאנצן לעבן...!

Re: ניו יארק אטורני דשענערעל עריק שניידערמאן רעזיגנירט

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 2:24 am
דורך אונטער חכם
בן ישי האט געשריבן:עס איז קלאר אז ער האט געהאט א שייכות מיט זיי אין ער לייקענט דאס נישט.
ער לייקענט די מעשיות וואס זיי דערציילן וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט.

דאס האב איך געמיינט צו זאגן, עס איז נישט מסתבר אז דריי פון זיינע "מיידלפריינט" זאלן אלע באשליסן צו באשולדיגן אז עס איז נישט געווען מרצון אויב איז עס נישט אמת.

נשלח: פרייטאג מאי 18, 2018 1:48 am
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:למעשה האט די פאבליק אדוואקאט דזשעימס געמאלדן אז זי וויל נישט יעצט די פאזיציע.
ס'איז דא שמועות אז מ'וועט לאזן די עקטינג אטורני דשענעראל די פרוי Barbara Underwood ביז די נאוועמבער וועלן אין נישט אריין שטעלן איינעם אנדערש יעצט.

דזשעימס האט זיך אפיציעל דערקלערט פאר א קאנדידאט פאר די אטורני דזשענעראל פאזיציע אין די קומענדיגע וואלן

נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 4:05 pm
דורך בן ישי
Barbara Underwood איז נעכטן אפיציעל באשטימט געווארן אלץ אטורני דשענעראל ביז די קומענדיגע וואלן אין נאוועמבער.
זי איז די ערשטע פרוי אויף דעם פאזיציע, זי פלאנט נישט צו לויפן פאר די זיץ אין נאוועמבער, ס'איז דא אסאך וואס פלאנען צו לויפן וועט מען זעהן וואס ס'וועט זיך אויסקאכן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 3:02 am
דורך בן ישי
פאבליק אדוואקאט דזשעימס האט אפיציעל געוואנען היינט די שטיצע פון די דעמאקראטישע פירער פאר איר קאנדידאטאר.
ס'איז דא נאך וואס וועלן אויך לויפן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 07, 2018 2:09 pm
דורך בן ישי
Congressman Sean Patrick Maloney, a Hudson Valley Democrat and New York’s first openly gay member of Congress, Jumps Into New York Attorney General’s Race
https://www.nytimes.com/2018/06/06/nyre ... ocrat.html