בלאט 1 פון 2
הגה"צ ר' ישכר דוב כ"ץ (שליט"א) זצ"ל אב"ד דושינסקי
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:02 am
דורך [NAMELESS]
הגה"צ רבי ישכר דוב כ"ץ שליט"א דושינסקיע רב איז פון די בארימטע פערזענליכקייטן אין וויליאמסבורג שוין נאך פון אלץ יונגערמאן. ער האט נאך אויפגעטרעטען תשמ"ח ווען די חברי עדה החרדית זענען געקומען פאר יובל העשר פון קרן הצלה. זייער א גוטע רעדנער און פון די חברי התאחדות הרבנים. דורך די יארן איז ער געוועהן אסאך פארמישט אין עסקנות און אויך געהאלפען אסאך מענטשן.
די לעצטע שטיק צייט איז ער ליידער נישט געזונט און מ'איז מתפלל פאר א רפואה שלימה.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:04 am
דורך [NAMELESS]
ביי א שמחה
אבד-דושינסקיא-ווימס-5.jpg
ביי זיין חתונה
RenderedContent-18AC910A-2F5F-4C4C-9AA5-0A7EAC701680.JPG
אלס בחור - רעכטס
RenderedContent-B3F26734-89BF-4B36-86BE-A534BB883C69.JPG
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:18 am
דורך שמעון וואלף
א געלונגענע מענטש געווען און מ'האט געהאלטן אז ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער זיין פון די גדולי הרבנים. למעשה האט מען קוים געהערט פון אים די לעצטע 10-15 יאר
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:26 am
דורך [NAMELESS]
כ'הער אז די לעצטע יארן האט ער מחליט געווען צו העלפען פערזענדליכע מענטשן און ווייניגער זיין פאבליק
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:33 am
דורך [NAMELESS]
חתם סופר האט געשריבן:כ'הער אז די לעצטע יארן האט ער מחליט געווען צו העלפען פערזענדליכע מענטשן און ווייניגער זיין פאבליק
.
די אייבירשטער זאל עם א וודאי שיקן א רפואה שלימה בקרוב, מען זאגט די דוקטורים האבן אויפגיגעבן רח"ל
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:46 am
דורך [NAMELESS]
שמעון וואלף האט געשריבן:א געלונגענע מענטש געווען און מ'האט געהאלטן אז ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער זיין פון די גדולי הרבנים. למעשה האט מען קוים געהערט פון אים די לעצטע 10-15 יאר
.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:49 am
דורך [NAMELESS]
די ציבור ווערט גיבעטן איינצורייסן לרפואת אב"ד דושינסקי ווילימסבורג הרב צבי ישכר דוב בן חיה רחל
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 1:53 am
דורך שמעון וואלף
עמעזאן, האסט נישט פארשטאנען. כ'האב געשריבן אז מ'האט געהאלטן אז ווען ער וועט אויפוואקסן וועט ער זיין מגדולי הרבנים.
ער איז געווען פון די ערשטע רבנים פון די וואס זענען געבוירן נאכ'ן קריג (מ'האט אים אויפגענומען פאר רב נאך אין די למ"ד'ס). ער איז געווען א געוואלדיגע בעל דרשן, און געפירט דין תורות און ס'האט אויסגעקוקט אז ס'וואקסט אויף א שטערן בעולם הרבנות.
נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 3:06 pm
דורך Gimpel
נייעס?
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 1:47 pm
דורך יעקב מענטש
איך קען גאר גוט דעם הרב כ"ץ שליט"א.
א איד א תלמיד חכם, און שיינער בעל חסד, זייט די טיילונג אין סאטמער זיצט ער זיך באשיידן אין זיי ווינקל אויף ראס סט. און מאכט נישט קיין איבעריגע גרודער אויף די גאס.
אויב איך האב נישט קיין טעות, פלעגט ער אמאל פירן דין תורות אין התאחדות, און ווי אנדערע האבן שוין ערווענט, איז ער אויפגענומען געווארן טראץ זיין אינגן עלטער.
א אויסנאמער באטעמטע געשמאקע מענטש, א גוטע שמועסער, און א פראפעסיאנאלע רעדנער.
אינטערסאנט אנצומערקן, אז ער איז פון די געציילטע רבנים אין וויליאמסבורג וואס איז געווארן אויפגענומען דורך די קהילה, אנשטאט פארקערט ווי דער רב עפענט א שוהל און מענטשען קומען צו אים דאווענען. ס'איז געווען א גרופע תלמידי דושינסקיא פון ארץ ישראל וואס האבן זיך געוואלט האלטן צוזאמען און אויפגענומען זייער רבינס איידעם אלץ רב.
א זוהן פון זשיבויער רב און איינקעל פון דעם גרויסן ריסקעווע רב פון בני ברק. און א איידעם ביי מרן גאב"ד דעדה החרידית הרב דושינסקיא ז"ל.
די משפחה האט פארלוירן אפאר מיטגלידער אינגערהייט, איך מיין אז צוויי ברודער ווי אויך זייער טאטע איז אוועק אינגערהייט.
זאל דער אייבערשטער געבן געזונטע לאנגע יארן פאר די צוויי ברודער הרב מדושינסקיא און הרב מ'קאפיש לרפו"ש
Re: הגה"צ ר' ישכר דוב כ"ץ שליט"א אב"ד דושינסקי
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 5:46 pm
דורך טרויבן88
איך קען די דושינסקי רב ער איז אמאל געווען א גרויסע טוען און פאערפול מענטש למעשה האט ער אלעס פארלוירן אין די לעצטערע יארן און איז איבערגעבליבן מיט א שול אויף ראסס סטריט ווי ער פלאגט זיך מיט מנין שבת, און די ווייבער שול איז פיל ראש השנה/הייליגע טעג און גארנישט מער, ער איז ווארשיינליך געווען דעפרעסט די לעצטערע יארן און צובאקומען אסאך וואג און איצטערט איז די מצב געווארן ערגער ווען ער האט באקומען א טומאר/קענסער אין קאפ, זאל אן די באשעפער שיקן א רפואה שלמה
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 4:36 pm
דורך יעקב מענטש
איך ווייס נישט צו ער איז געווען א טוען, איך מיין אז ער איז סך הכל געווען א דיין, פאוערפול איז ער אמאל זיכער געווען.
ער איז אראפ פון די פלאטפארמע בעת די טיילונג און סאטמער, און זיין שוהל איז דעמאלטס געווען פול. די שוהל איז געווארן ליידיגער ווען אלע אנדערע 10 שוהלן אויף די גאס האבן זיך אנגעהויבן אויסצוליידיגן, ווען די אינגווארג האט זיך אוועקגעצויגן קיין ניי וויליאמסבורג. און ער איז קיינמאל נישט געווען דעפרעסט.
ער פארמאגט היינט א סאליד גוטע ישיבה און בארא פארק.
ווי אויך איז ער א אויסנאמער גוטע בעל תפילה, און זיין שוהל איז געפאקט די הייליגע טעג עד אפס מקום.
Re: הגה"צ ר' ישכר דוב כ"ץ שליט"א אב"ד דושינסקי
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 4:59 pm
דורך אונטער חכם
געלט איז אים אויך נישט קיין פראבלעם, שמעון ראבינאוויטש איז אינגאנצן זיינס.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 5:47 pm
דורך אישתישבי
די ישיבה איז זיין זוהן. קיין זיין ער איז אפיציעל נשיא.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 5:50 pm
דורך יעקב מענטש
אונטער חכם האט געשריבן:געלט איז אים אויך נישט קיין פראבלעם, שמעון ראבינאוויטש איז אינגאנצן זיינס.
מיינסט אוודאי יצחק.
אגב, די סיבה פארוואס ער איז פון זיינע גרויסע שטיצער איז ווייל ער האט אים זייער שיין מקרב געווען ווען ער האט זיך אהערגעצויגן פון א"י/ק"י אלץ שלעפער אן קיין פרנסה, און הרב כ"ץ האט זיך געזארגט פאר אים.
@אישתישבי
גערעכט, אבער ער האט געהאט עפעס מער דערמיט (ביז זיין קרענק) ווי א פשוטע טיטל, ער פלעגט זאגן דרשות פון צייט צו צייט. וכו'
נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 12:18 am
דורך שמעון וואלף
אישתישבי האט געשריבן:די ישיבה איז זיין זוהן. קיין זיין ער איז אפיציעל נשיא.
ער האט געהאט א ישיבה אין וויליאמסבורג וואס האט אנגעהאלטן בערך 5 יאר. דערנאך איז עס צעפאלן און זיין זין האט עס ווידער געעפענט אין ב"פ ווי ס'איז מצליח.
בד"ה הרה"צ ר' בערל כ"ץ ז"ל אבד"ק דושינסקי
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 11:53 pm
דורך [NAMELESS]
הרה''ג דושינסקי רב ז''ל איז נפטר געווארן נאך א שווערע קראנקייט.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 12:18 am
דורך האט קאפ
נפטר בשנות שבעים לחייו
שימש ברבנות כארבעים שנה
לוי' מחר ביום ערש"ק בשעה 10 לפני בית מדרשו בוומסב"ג
ואח"כ בקרית יואל בביה"ח הישן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2018 2:37 pm
דורך לך לך
זיין ברודער דער קאפיש'ער, פילט זיך אוך נישט אמבעסטן
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2018 10:54 pm
דורך שמעון וואלף
מ'פלעגט זאגן אז ער פסק'נט נישט קיין נדה שאלות ווייל ער איז קאלאר בליינד
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 12:16 am
דורך [NAMELESS]
היינט געשטעלט די מצבה, איך געדענק נישט אזעלכע איבערגעטריבענע שבחים אויף א מציבה ווי דאס.
זיין גלאנץ וואס האט עם ארויסגעשטעלט אלס רעדנער איז געווען וועגען זיין קונצליכע שטומע מיט שימנע לשונות, זהו.
קיינמאל געווען מגדולי הרבנים און זיכער נישט חכימא דיהודאי מילד גערעדט
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 3:36 pm
דורך berlbalaguleh
זיין טאטע דער זשיבויער דיין (דאס איז געווען זיין אפיציעלע און אמת'ע טיטל.) האט אויך געהאט דעים קלאנג אין זיין קול...!
איינס פון די גרעסטע (אמת'דיגע) שבחים וואס מ'קען זאגן אויף הרה"ג ר' ישכר דוב כ"ץ ז"ל איז אז ער איז אייביג געגאנגען אויף דעם מיטעללן וועג. קיינמאל האט ער נישט בולט געווען אלס אן עקסטרעמיסט...! געווען א נעים הליכות...! יהא זיכרו ברוך...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2018 5:07 pm
דורך אישתישבי
עמעזאן האט געשריבן:היינט געשטעלט די מצבה, איך געדענק נישט אזעלכע איבערגעטריבענע שבחים אויף א מציבה ווי דאס.
זיין גלאנץ וואס האט עם ארויסגעשטעלט אלס רעדנער איז געווען וועגען זיין קונצליכע שטומע מיט שימנע לשונות, זהו.
קיינמאל געווען מגדולי הרבנים און זיכער נישט חכימא דיהודאי מילד גערעדט
גראדע יא מגדולי הרבנים, און גראדע נישט געווען א נאר. חכימי דיהודאי איז אבער רעזערווירט פאר דער וואוידיסלאווער.