בלאט 1 פון 1

דייטשלאנד האט ארויס-געגעבן א טרעוול-ווארענונג אויף מאה שערים

נשלח: מאנטאג מאי 14, 2018 9:49 am
דורך נקודת-אמת
אפיס-אוו-סטעייטס פון מדינת דייטשלאנד האט היינט ארויס-געגעבן א טרעוול-ווארענונג
פאר זייערע בירגער וואס געפונען-זיך אין ארץ-ישראל
מ'זאל נישט קומען צו די געגנטער וואס זענען דענדזשערס זיך צו דרייען אין די יעצטיגע תקופה
בשעת ווען די אמעריקאנער עמביסי מאווט אריין אין עיר הקודש והמקדש
און זיי האבן מורא אז ס'וועלן פארקומען מאסן הפגנות
האבן זיי מודיע געוועזן אין זייערע סטעייטמענט אז מ'זאל זעהן צו זיך דערווייטערן פון ירושלים
און בעיקר פון פלעצער וואס האבן א שייכות צו אמעריקאנע זאכן
אזוי אויך, יא, פון די געגנד "מאה שערים"
מקור
איך האב געפלאנט צו דאס אריינלייגן אין א שמייכל אבער ס'שמעקט גאנץ ערנסט
זאלן אונזער ליינער אין ארץ ישראל וואס זענען דייטשע בירגער נעמען אין אכט געבן פון אט די פלעצער...
:lol:

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
נקודת אמת: די שאלה איז פון וועמען האט די דייטשע רעגירונג מורא און זיי וויללן באשיצן זייערע בירגער. פון די פאלעסטינער. אדער פון די ירושלימ'ער קנאים...?!

Re: דייטשלאנד האט ארויס-געגעבן א טרעוול-ווארענונג אויף מאה ש

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 6:49 pm
דורך טרויבן88
דאס אז ס'איז נישט סעיף פאר טוריסטן ארומציגיין בעיני ראיתי וויילענס אנטקעגן טוריסטן, מאה שערים איז א no go zone וואס אסאך פון דא האלטן אז דאס דארף מען אויסראטן פון אירופה ביים אראבער, מאה שערים איז די זעלבע זאך, נאר איז די ווארענונג וועגן א לעצטיגע זאך?