בלאט 1 פון 1

יעקב שלמה גראס

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 10:21 pm
דורך סמבטיון
לעצטענס שטויס איך זיך אן אין א שלל פון קליפס פון דעם יעקב שלמה'ן, ער סאונד צו זיין גאר א געשמאקע פאברענגער און קומזיצער, עס זעט אויס ווי ער מאכט נאך פינקי אביסעל, ציעט גראדע פיין ארויף, און האט א הארציגע שטימע, זעט אויס זעהר א באליבע זינגער אדער גראמער, כהאב געמאכט אביסעל ריסערדזש פון אלטע קליפס, דארט זינגט ער ווי א ישראלי מבטן ולידה, היינט זינגט ער ווי א געבוירענע אמעריקאנע, מי זה ואיזה הוא? אויב איינער קען ברענגן אביסעל איבער אים וואלט איך הנאה געהאט.

נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 10:22 pm
דורך סמבטיון
דא האט איר איינע פון זיינע קטעים
https://www.youtube.com/watch?v=m8mpNQJFauk

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:34 am
דורך איסר האטלקי
ער האט נעכטן געזינגען ביי א גרויסע דינער אין בארא פארק פאר ת''ת דרכי חיים. ער איז געווען דער אפיציעלער היילייט פונעם נאכט.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:10 am
דורך אדונינו
א זון פין האלמין רב פון ירושלים, קען גאנץ פיין גראמען, זינגן נישט עפעס מוראדיג.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:24 am
דורך בן ישי
איך מיין אז ער האט געוואינט אין אמעריקע אויך.
ער איז גרויס געווארן אין ירושלים אין ישיבת מיר ווי ער האט אסאך געגראמט, ער האט חתונה געהאט פאריאר אין היינט וואינט ער אין מאנסי

Re: יעקב שלמה גראס

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 4:27 pm
דורך אונטער חכם
אדונינו האט געשריבן:א זון פין האלמין רב פון ירושלים, קען גאנץ פיין גראמען, זינגן נישט עפעס מוראדיג.

האט ער כאטש מער שכל פונעם טאטן, ער מאכט קומזיצן אנשטאט פירן מערכות.

נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 7:27 pm
דורך קאצקע ציקער
אונטער חכם האט געשריבן:
אדונינו האט געשריבן:א זון פין האלמין רב פון ירושלים, קען גאנץ פיין גראמען, זינגן נישט עפעס מוראדיג.

האט ער כאטש מער שכל פונעם זיידן, ער מאכט קומזיצן אנשטאט פירן מערכות.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 7:03 am
דורך נקודת-אמת
איך געדענק עם פון ירושלים אלע האבן ליב געהאט צו זיך דרייען מיט איהם

אויכעט האט ער גע'עקט אויף די שפיל אין ירושלים פאר א יאהר פסח

ער איז עפעס אן אייניקל (מנכסי מלוג) פון אונזערע ר' ישעי'לע קערעסטיערער זיע"א.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 11:54 am
דורך בן ישי
יא ס'איז געווען א ווידיאו נישט לאנג צוריק פון די מופת וואס ער האט געהאט דורך ר' ישעיה'לע אז וויבאלד ער קען נישט ענגליש האט ער נישט פארשטאנען וואס עס שטייט אויף זיין טיקעט פארן פארקן אויפן ראוד ביינאכט אין ס'געווארן דיסמיסד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:20 pm
דורך סמבטיון
אויף וועלכע שפיל האט ער גע'עקט?
ער געפעלט מיר זייער דער יונגערמאן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 17, 2018 10:49 pm
דורך אדונינו
סמבטיון האט געשריבן:אויף וועלכע שפיל האט ער גע'עקט?
ער געפעלט מיר זייער דער יונגערמאן.

"א געוויין ביים פענסטער" זייער נישט פראפעסיענאלע שפיל, אבער ער האט פיין געשפילט.