בלאט 1 פון 2
א פרישער וועלט'ס קריג: Laurel אדער yanni
נשלח: דינסטאג מאי 15, 2018 11:58 pm
דורך [NAMELESS]
ווי משוגע דער וועלט גייט. א פרישער מחלוקת דרייט איבער דער אינטערנעט, מען טענה'ט זיך העפטיג אין א סוגיא צו מען הערט Laurel אדער yanni ארטיקלן פון שרייבער און לינגוויסטן שפראצען ווי שוואמען נאך א רעגן זה בכה וזה בכה. מענטשן שווערן זיך ביי אכמאדיניזשאד אז זיי הערן "יענני" ווען אנדערע שווערן זיך ביים קדשי קדשים דר' הילל סארדעהעלער אז זיי הערן "ליורעל"
עס ברענגט פריש ארויף די מחלוקת וואס איז געווען דריי יאר צוריק איבער דער "תחש קלייד" ווי מענטשן האבן זיך געשוואוירן צווישן גאלד/ווייס/בלוי קאלירן.
מיט אזאנע שטארקע נייעס וועם אינטערסירט נאך קאריע, מאסטער, איראן, בעלזע רעבעצין, טראמפ, פישטי, עמבעסי און ספייקי...
https://mobile.nytimes.com/2018/05/15/s ... aurel.htmlוואס האלט עטס, יענני אדער ליורעל? איך הער ליורעל.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:03 am
דורך [NAMELESS]
איך הער אויך ליורעל.
די וועלט איז שוין באורד פון ריעל ניוס.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:13 am
דורך איסר האטלקי
איך הער נישט קיינס פון די צוויי, נאר עפעס מער יעאלי אדער יעאהי.
די קאליר פון די קלייד איז געווען א שאלה אויף א מציאות פון א כלה קלייד, דער פרישער שאלה קומט פון סתם א שמוגער וואס וויל אטענשאן. איך ציטער אז יעדע וואך גייט קומען פרישע הונדערט אזעלכע שאלות פון אויבער חכמים, ביי יעדע זיווג שני שבע ברכות און אבות ובנים מלוה מלכה גייט דער בדחן קומען מיט אזא ווארט דמשתמע לתרי אנפין. ביז.... ס'גייט קריכן פון די נאז פונקט ווי סימפעל סיימען.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:19 am
דורך קאצקע ציקער
Laural
און איך בין שאקט אז מענטשן הערן אנדערש
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:33 am
דורך נולד מאוחר
איך האב עס נאך נישט געהערט, אבער ביי אונז האט מען געוויסט איינער וואס הערט אנדערשט ווי סאיז אנגענימען, איז אן אפיקרוס. אויך א שוטה למך יקל טיפיש אקס.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:35 am
דורך Gimpel
Laurel איז די זאך
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:49 am
דורך שבת אחים
Laurel הער איך אויף די קליפ. אבער YANNY איז די זאך! איינער פון מיינע גרויסע העלדן. זיין מוזיק האט מיך באגלייט א גרויס חלק פון מיין לעבן.
יאנני איז א Legend אין New Age Music.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:53 am
דורך Gimpel
שבת זעט אויס די ביסט זייער אלט
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:02 am
דורך בת קול
איך הער נאר יענע
דא עפעס וואס מ'קען טוהן צו הערן אנדערש?
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:33 am
דורך קאצקע ציקער
בת קול האט געשריבן:איך הער נאר יענע
דא עפעס וואס מ'קען טוהן צו הערן אנדערש?
אפשר נעם ארויס די קאטען פון דיין אויערען
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 1:34 am
דורך בן ישי
שבת אחים האט געשריבן:Laurel הער איך אויף די קליפ. אבער YANNY איז די זאך! איינער פון מיינע גרויסע העלדן. זיין מוזיק האט מיך באגלייט א גרויס חלק פון מיין לעבן.
יאנני איז א Legend אין New Age Music.
אה איך האב מיך געווינדערט ווער ס'זינגט דארט דער חמול אזוי ווארעם...
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 7:27 am
דורך מרדכי ישראל
איך הער יעדע מאל אנדערש אבער רוב מאל הער איך לאורעל
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 9:27 am
דורך איסר האטלקי
קיין מושג וויאזוי מענטשן קענען הערן לאורעל.
Re: א פרישער וועלט'ס קריג: Laurel אדער yanni
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 10:30 am
דורך שלי שלך
אויף טוויטער האב איך געהערט לארעל אבער אויף טעלעגראם האב איך געהערט יענני. כ'האב עס איבערגעהערט אפאר מאל.
איך מיין אז ביי יעדעם שפילט עס איז אנדערע רעקארדירונג!
אדרבה פרוביר עס אויס, הער עס אויס מיט נאך איינעם אויף איינמאל וועסטו זעהן אז ביידע וועלן אייביג הערן די זעלבע זאך.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 10:43 am
דורך רויטע וואנצעס
קען זיין ס'האט צו טוען מיט די אודיאו סעטינגס אויף די דיווייס מ'הערט עס.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 11:24 am
דורך בת קול
אנטשולדיגט אייך אויף מיין עם-הארץ'ות
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 11:48 am
דורך נקודת-אמת
קען מיר איינער מסביר זיין וואס באדייט די לעיוראל אדער יענני האמורים בכאן?
ייש"כ
Re: א פרישער וועלט'ס קריג: Laurel אדער yanni
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 12:22 pm
דורך פליקער
איינער האט צונימען דעם קליפ און אויסגעפיגערט אז אויב נידערט מען די פיטש אויף נידריג הערט מען טאקען יענע און אויב נישט הערט מען לארעל, זעיט אויס אז יש דברים ב'לארעל
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 2:23 pm
דורך קאצקע ציקער
IMG_20180516_142245_210.jpg
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 2:32 pm
דורך איסר האטלקי
שלי שלך האט געשריבן:אויף טוויטער האב איך געהערט לארעל אבער אויף טעלעגראם האב איך געהערט יענני. כ'האב עס איבערגעהערט אפאר מאל.
איך מיין אז ביי יעדעם שפילט עס איז אנדערע רעקארדירונג!
אדרבה פרוביר עס אויס, הער עס אויס מיט נאך איינעם אויף איינמאל וועסטו זעהן אז ביידע וועלן אייביג הערן די זעלבע זאך.
נישט אמת, געהערט אינאיינעם מיט א גאנצע קבוצה אין בית המדרש, יעדער האט געהערט עפעס אנדערש.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 2:37 pm
דורך איסר האטלקי
הגרז''ל פילאפף זאגט ער הערט נאר בראקל.
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 4:07 pm
דורך קאצקע ציקער
טראמפ זאגט ער הערט נאר מולער און Russia
Re: א פרישער וועלט'ס קריג: Laurel אדער yanni
נשלח: מיטוואך מאי 16, 2018 8:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב געזען דער קעפעל דא, און איך האב געמיינט מ׳שמועסט מוזיק, האב איך עס געכיפערט. יעצט האב איך געהאט NPR אין די קאר, און מ׳האט ארום געשמועסט די נושא. קודם האב איך געגעבען א שבח והודיה אז איך האב שוין נישט קיין פעיסבוק, ווייל ווען יא, וואלט מיין קאפ געווען נאך מער פארפלייצט מיט הבל ווי ס׳איז שוין..
אבער הערען הער איך נאר יאנני, הגם אז איך האב פיינט זיין מוזיק. דער וואס האט אין זיין לעבען נישט געהערט קיין וויוואלדי צו שאסטאקאוויטש, בעיטהאווען צו טשאיקאווסקי, ער קען זיך איינרעדען אז דאס איז קלאסיק מוזיק. אלס בחור פלעגען בחורים רעדען פון יאנני כאילו ער טויג צו עפעס, און איך האב נישט געוואוסט וואס מען וויל.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk