סענטא פע טעקסאס – אין די סאמע זעלבע צייט וואס דאס אידיש פאלק גרייט זיך מקבל זיין די הייליגע תורה, און פייערען דעם בעפארשטייענדען הייליגען יו''ט שבועות, דער טאג וואס ג-ט זעלבסט האט אונז געווארענט מיטן לעבן, מיינע קינדער, זייט נישט קיין מערדער. שפילט זיך אינעם ווייטן סענטא פע אף א פארכטיגע געשענעניש.
נעמליך, א געוויסע מה יעשה'ניק, ווארשיינליך א סטודענט אינעם ארטיגען שולע, א שולע וועלכע איז פולשטענדיג אויסגעהאלטן אפילו לויט שיטת יאפעד- מאנטסטער. האט ארויסגעצויגן א וואפן און אזוי מיר נישט דיר נישט זיך גענומן ספאנטאן שיסן אויף די ארומיגע מיטן גרעסטן מאס ברוטאטעליטעט. אזש נאנט צו מנין סטודענטן ליגן שוין אצינד טויט אין קאלודשע בלוט אלס א רעזולטאט פונעם דאזיגן גרויזאמער שיסעריי, ה''י.
אבער נישט געזארגט. דער גאווענער פון טעקסאס איז שוין ב''ה אויפן וועג צו די צענע ( צו טאן פונקליך וואס?) דער קעניג טראמפ זאגט אז ער איז טיף באמאכט צוליב די טראגעדיע.(אדער גייט אים עס אן ווי די פאראיאריגער שניי) און מיר קלאמערן זיך מיט אלע אונזער קרעפטן זיך צוציהאלטן צו צווייטע אדמענטמענד פון די הייליגע קאנסטעטוציע וועלכע פארבאט פאר די פעדעראלע רעגירונג אפצוהאלטן אמעריקאנער בירגער צו רומפאזשירן איבער די גאסן באוואפענען מיט הייס-געווער.
איי א דאנק די דאזיגער אומבאגרענצטע רעכט ווערן מאסן אומשולדיגע קינדער דערמארדערט יערליך? וואס רעדט איר? דער אורזאך פון די שיסערייען איז פילייכט נישט צוליב די אויסשליסליכסטע רעכטן צו טראגן טויטליכע ביקסן, זיכער נישט! נאר צילוב דעם וואס צופידעלטע פארשוינען לייגן די הענט אויף געווער, און נוצן דאס צו דערשיסן די מאסן צום טויט. אלזא וואס איז די לעזונג צום אויסבראך פון די שולע שיסערייען? אה.. בויען פרישע משוגעים הייזער און לייגן דעם עולם אויף פילן....(וואלט גראדע נישט געווען אזא שלעכטער געדאנק)
לאנג לעבן זאל אמעריקע, לאנג לעבן זאל די קאנסעטוציע, לאנג לעבן זאלן די משוגע-פילן, און די קינדער זאלן ווייטער געשאסן ווערן אין די מאסן.
מיי גאש מיר לעבן אין א וועלט....
שולע שיסעריי אין טעקסאס.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: שולע שיסעריי אין טעקסאס.
וואס שיסעריי ווען שיסעריי.
דאס איז אלעס אפאר קריזיס אקטיארן וואס ווערן באצאלט דורך לינקע אקטיוויסטן וואס זיכן צו איבערנעמען און באצווינגען יעדן אין אמעריקא.
דאס איז אלעס א חלק פון די 'דיעפ סטעיט' געהיימע פלאן צו קאנטראלירן די וועלט.

- הודעות: 1003
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
- האט שוין געלייקט: 565 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל
Re: שולע שיסעריי אין טעקסאס.
החוקר האט געשריבן:וואס שיסעריי ווען שיסעריי.
דאס איז אלעס אפאר קריזיס אקטיארן וואס ווערן באצאלט דורך לינקע אקטיוויסטן וואס זיכן צו איבערנעמען און באצווינגען יעדן אין אמעריקא.
דאס איז אלעס א חלק פון די 'דיעפ סטעיט' געהיימע פלאן צו קאנטראלירן די וועלט.
דא דארף מען נאך ב"ה נישט צולייגן קיין שמייכל נאך אזא תגובה, ווען איך זעה עס ווען אויף אייוועלט וואלט איך ערנסט מסופק געווען צו יענער מיינט עס נעבעך ערנסט
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
לפענ"ד טייטשט די גאן לאבבי שלעכט אויס דעם 2'טן אמענדמענט. מעגליך אז בכונה. כדי צו קענען אנהאלטן דעם מאנאפאל אויף געפערליכע וואפן באזיץ. און באנוץ....! אויך, אנצוהאלטן דעם שטארקן פאליטישן איינפלוס און די מולטי-מיליאן דאללאר'דיגע ביזנעס וואס דאס ברענגט פאר זיי אריין...!
די אמעריקאנער קאנסטיטוציע, וועלכע איז אריגינאל געקומען אויפ'ן פלאץ פון די ארטיקלס איבער פערדערעישן (די פארגייער פון די קאנסטיטוציע) איז צוערשט געשריבן געווארן אין יאר 1777 (למספ') און באשטעטיגט געווארן אין יאר1788 ליינט זיך אזוי...כדי צו קענן גרינדן א מיליציע, זאלל די רעכט פונ'ם פאלק צו האלטן געווער, נישט באשרענקט ווערן...!
דארף מען פארשטיין וואס די ..."מיליציע"... איז. דאס איז א מין פאלקס שוץ ארגאניזאציע. ווייל אין יענע צייטן מיט בערך 220 יאר צוריק איז די יונייטעד סטעיטס באשטאנען פון א ..."פראנטיער סאסייעטי"...א מין דארפישער איינשטעל פון קליינע ישובים אפגערוקט ווייט איינס פון צווייטן. און ס'איז נישט געווען שייך צו האבן א צענטראלע פאליציי קראפט וואס באשיצט אלע איינוואוינערס...! האט מען זיך געמוזט אליינס באשיצן...!
אבער אין די היינטיגע טעג ווען די מערסטע מענטשן וואוינען אין גרויסע שטעט. און אפילו די וועלכע וואוינען צושפרייט אין די סובורבס זענען שוין באשיצט דורך די אפיציעלע פאליציי'אישע כוחות, וועלכע קענען אנקומען שנעלל צו אלע וואוינערטער. איז ממילא בטל געווארן די סיבה פארוואס א פשוט'ער בירגער זאלל דארפן און מעגן האלטן געווער ביי זיך...!