בלאט 1 פון 1
ערגער פון היטלער, עראפט און אחמדינז'ד
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 10:33 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
יא יא עס איז דא ערגער פון היטלער, עראפט און אחמדינז'ד צוזאמען, אבער א סמארפאון טאר מען נישט, אוודאי ווייל דעמאלס וועט מען זעהן ווער זיי זענען...
דאס איז א מצוה לפרסם...
KNOW YOUR ENEMY
למען ישמעו ויראו...
http://bshch.blogspot.com/2018/05/blog-post_4025.html
Re: ערגער פון היטלער, עראפט און אחמדינז'ד
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 11:29 am
דורך אונטער חכם
איך מיין אז דו פארשעמסט היטלער אז דו ביסט אים מדמה צו אזא רוצח. [emoji1]
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 12:27 pm
דורך סמבטיון
ראו גידולים שגידלתם
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 12:32 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין אז דו פארשעמסט היטלער אז דו ביסט אים מדמה צו אזא רוצח. [emoji1]
אוי ביזסטו גערעכט
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 12:42 pm
דורך berlbalaguleh
נאר פון וואו קען ער אזא געשליפענעם עברית...? איך רעד שוין נישט פון שיטת רביה"ק מ'סאטמאר זי"ע. אויב די מדינה איז אין חרם איז דאך זייער שפה הטמאה אויך אין חרם...!
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 12:53 pm
דורך סקרן
סמבטיון האט געשריבן:ראו גידולים שגידלתם
לא גידלנו
נשלח: מיטוואך מאי 23, 2018 9:19 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווער משוגע פאר דער מענטש, ער איז טאקע געזונט משוגע מיט שיטות שונות ומשונות, אבער ער האט די גאנצע וועלט פארפאקט. ער האט פשוט הנאה צו צאמרעדן שטותים מיט לאקשן און נאכדעם זיך צוקוקן ווי דער עולם עסט זיך די געזונט, און ער שטייט אין די זייט און לאכט זיך אויס פון די גאנצע וועלט.
כ'האב אמאל מיטגעהאלטן ווי עפעס א סאטמארער האט בארעדט דעם און יענעם, רב שטיינמאן וכדו', ווי נאר א סאטמארער קען, און מ'האט זיך גע'טענה'ט מיט איהם און אנדערע האבן געזאגט אז ער איז א רשע שגץ פאר'ן רעדן אזוי. שפעטער האב איך סתם געכאפט מיט איהם א שמועס פריוואט און אינמיטן איז אויסגעקומען צו רעדן פון איינער פון די ראש-ישיבהס פון די אגודה, און ער האט גערעדט פון איהם מיט גרויס התפעלות וכו' וכו. האב איך איהם געפרעגט "אפאר מינוט צוריק האסטו דאך גערעדט אויף זיינע סארט כל דבר אסור, וואס איז פלוצלינג געשען?". זאגט ער מיר דו פארשטייסט נישט, "יענץ האב איך געזאגט פאר זיי, איך האב ליב צו זען ווי איך זאג אפאר ווערטער און זיי ווערן אינגאנצן צוהיצט אזש זיי גייען ממש אראפ פון זינען. דו מיינסט טאקע אז איך האלט טאקע אז זיי זענען רשעים?! חלילה וחס".
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 10:01 am
דורך א-שופר-איז-א-שופר
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווער משוגע פאר דער מענטש, ער איז טאקע געזונט משוגע מיט שיטות שונות ומשונות, אבער ער האט די גאנצע וועלט פארפאקט. ער האט פשוט הנאה צו צאמרעדן שטותים מיט לאקשן און נאכדעם זיך צוקוקן ווי דער עולם עסט זיך די געזונט, און ער שטייט אין די זייט און לאכט זיך אויס פון די גאנצע וועלט.
כ'האב אמאל מיטגעהאלטן ווי עפעס א סאטמארער האט בארעדט דעם און יענעם, רב שטיינמאן וכדו', ווי נאר א סאטמארער קען, און מ'האט זיך גע'טענה'ט מיט איהם און אנדערע האבן געזאגט אז ער איז א רשע שגץ פאר'ן רעדן אזוי. שפעטער האב איך סתם געכאפט מיט איהם א שמועס פריוואט און אינמיטן איז אויסגעקומען צו רעדן פון איינער פון די ראש-ישיבהס פון די אגודה, און ער האט גערעדט פון איהם מיט גרויס התפעלות וכו' וכו. האב איך איהם געפרעגט "אפאר מינוט צוריק האסטו דאך גערעדט אויף זיינע סארט כל דבר אסור, וואס איז פלוצלינג געשען?". זאגט ער מיר דו פארשטייסט נישט, "יענץ האב איך געזאגט פאר זיי, איך האב ליב צו זען ווי איך זאג אפאר ווערטער און זיי ווערן אינגאנצן צוהיצט אזש זיי גייען ממש אראפ פון זינען. דו מיינסט טאקע אז איך האלט טאקע אז זיי זענען רשעים?! חלילה וחס".
איז וואס איז ער למעשה? א רשע להכעיס אדער א רשע לתאבון
Re: ערגער פון היטלער, עראפט און אחמדינז'ד
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 8:42 pm
דורך אונטער חכם
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:איך מיין אז דו פארשעמסט היטלער אז דו ביסט אים מדמה צו אזא רוצח. [emoji1]
אוי ביזסטו גערעכט
איך האף אז דו האסט נישט געמיינט אז איך מיין עס ערנסט.[emoji1]
נשלח: דאנערשטאג מאי 24, 2018 8:57 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:איז וואס איז ער למעשה? א רשע להכעיס אדער א רשע לתאבון
ער איז נישט קיין רשע, סתם א לץ וואס האלט זיך אונטער פון אזעלכע 'תמימות'דיגע אידן ווי דיך.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 4:58 pm
דורך סקרן
Representatives of the Palestinian leadership paying condolences to the family of Rabbi Avraham Yaakov Epstein, in the Jerusalem neighborhood of Mea Shearim. July 19, 2018.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 01, 2018 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז זיער שיין פון די פאלעסטינער אז זיי זענען געקומען מנחם אבל זיין ביי איינס פון זייערע קאלעגעס. אבער די נארישע אידעלעך רעדן זיך איין אז ביום צר, (ח"ו) וועט עס זיי עפעס העלפן. אויב די זעלנער פון צה"ל (הי"ו) אויף וועם זיי שפייען און שלאגן און שעלטן, וועללן ח"ו נישט צוריקקלאפן די בלוטדורשטיגע רוצחים, וועללן זיי אויסהרג'נען די וואוילע אידן. און טון אנדערע מעשים תעתועים. נאך איידער זיי וועללן האבן א טשענס צו זאגן אז זיי זענען זייערע גוטע פריינט...!
נאכדעים קומט מען נאך און מ'פארציילט וואספארא מכניס אורח דער אלטער (געפייגערטער) משה הירש איז געווען. און אזוי זיין טמא'נער זון. וועלכער איז א גילגול פון בלעם, היטלער, אראפאט און אכמעדינידזשאד, ימח שמם וזכרם...!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 6:53 am
דורך מאטי
.
Re: ערגער פון היטלער, עראפט און אחמדינז'ד
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 1:52 pm
דורך אונטער חכם
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'איז זיער שיין פון די פאלעסטינער אז זיי זענען געקומען מנחם אבל זיין ביי איינס פון זייערע קאלעגעס. אבער די נארישע אידעלעך רעדן זיך איין אז ביום צר, (ח"ו) וועט עס זיי עפעס העלפן. אויב די זעלנער פון צה"ל (הי"ו) אויף וועם זיי שפייען און שלאגן און שעלטן, וועללן ח"ו נישט צוריקקלאפן די בלוטדורשטיגע רוצחים, וועללן זיי אויסהרג'נען די וואוילע אידן. און טון אנדערע מעשים תעתועים. נאך איידער זיי וועללן האבן א טשענס צו זאגן אז זיי זענען זייערע גוטע פריינט...!
נאכדעים קומט מען נאך און מ'פארציילט וואספארא מכניס אורח דער אלטער (געפייגערטער) משה הירש איז געווען. און אזוי זיין טמא'נער זון. וועלכער איז א גילגול פון בלעם, היטלער, אראפאט און אכמעדינידזשאד, ימח שמם וזכרם...!
זעהט אויס ר'בערל איז א האלאקאוסט לייקענער, ער האלט אז היטלער איז געווען אזויווי משה הירש, גערעדט אבער נישט געטון.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:34 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם: משה הירש האט געוואלט טון. און נאר גוטס פאר אידן. (לשיטתו). ער האט געחלומ'ט אז די מדינה גייט אט אט אונטער. און זיין בוזעם פריינט יאסיר אראפאט האט איהם שון געוואלט מאכן שר לענייני היהודים. ער האט שוין געוואלט ארויסגעבן פאספארטן פון די פאלעסטינער מדינה לכל דורש ומבקש. אזוי אז די סאטמאר'ע חסידים (די וועלכע זענען נישט געגאנגען ביינאכט מיט די הוט אראפגעצויגן איבער די נאז) זאללן אויכעט קענען גיין צום כותל. אויך האט ער געהאט א פראגראם פון געבן הלוואות פאר ערליכע אידישע משפחות פון נצרכים. אלע פלענער זענען שוין געווען גרייט...!
נאר ווי אונז ווייסן מיר. בעוונותינו הרבים, ליידער. איז די מדינה נאכנישט אונטערגעגאנגען (די לעצטע מאל כ'האב געטשעקט האבן די ציונים נאך געהערשט אין מדינת ישראל, ב"ה. און זיי פלאנען נישט צו גיין אין ערגעץ.) און דער חסיד אומות העולם יאסיר אראפאט. דער רייס פון פאלעסטינע יר"ה איז נעבעך געפייגערט פון די מחלה פון 4 אותיות...! און דאס פאלעסטינער פאלק שמאכט נאך אין די לאגערן. דערווייל איז דער אידישער מיניסטער הרב משה הירש אויכעט שוין געגאנגען לעולמו. ר'איז מסתמא געגאנגען באזוכן זיינע פאלקס מענטשן. די טעראריסטן וועלכע האבן פארגאסן א סאך אידיש בלוט. צו זעהן וויאזוי ס'לעבט זיך זיי דארט אין זייער גן עידן מיט די 72 בתולות וואס א יעדער איינער פון זיי האט באקריגן. ער האט איבערגעלאזט א טייערן זון ההולך בדרכי אביו הקדש. א ריכטיגן ממלא מקום וואס רעדט א געשליפענעם עברית נאך בעסער ווי סיי וועלכער חילוני. ער האט דאס מסתמא גילערנט בבית מדרשו של אביו הקדוש זכותו יגון עלינו...!
Re: ערגער פון היטלער, עראפט און אחמדינז'ד
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 8:37 pm
דורך אונטער חכם
טענו בחיטין והודה לו בשעורין.