מחשבות איבער די הייליגע שבועות תורה תשע''ח:

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

מחשבות איבער די הייליגע שבועות תורה תשע''ח:

שליחה דורך קאך_לעפל »

שבועות תשע''ח – קרית יואל יצ''ו:

דעם פארלאפענעם הייליגען יום טוב שבועות האבן אלפים ורבבות חסידים ואנשי מעשה געהאט די זכיה זיך מתתופף צו זיין בצל קדשו של של אבינו רועינו רבינו הלב אהרן שליט''א. ווען די הימלן וואלטן ווען געווען ערצייגט פון פארמעט, און די וואסערן וואלטן געווען טייכן טינט קען גארנישט באשרייבן די אויסטעלישער הייליגער התרגשות וועלכע די אנוועזענע האבן מיטגעלעבט דורכאויס די הייליגע מאמענטען בצל הקודש.
דער קלימאקס פונעם הייליגן יום טוב איז דאס יאר באשיינפערליך געווען, די פלאם-פייערדיגע דברות קודש בעניני אמונה ודיעות ביים הייליגען כתובה טיש. וואו אלפים ורבבות חסידים ואנשי מעשה זענען געשטאנען צונויפגעדרוקט אונטער די שווערסטע אומשטענדן צו הערן דעם דבר השם היוצא מפי אהרן כהן גדול בקדושה ובטהרה.
רבינו שליט''א האט צווישען די הייליגע ווערטער נאכגעזאגט א טרעפליך-געדאנק, וואס ווארפט ווארשיינליך א שטיקל ליכט אויף דעם הייליגען אומבויגזאמער קאמף וואס רבינו הקוה''ט זי''ע האט געפירט קעגן די ציוניסטן מיט זייער פרומע נאכשלעפער.
'דער פעטער זי''ע האט צו די דאזיגע וואס האבן עטוואס פארשטאנען די הארבקייט פונעם קליפה פון ציונות, אין אלגעמיין גערעדט ווי טרייף ציונות איז. און פאר די דאזיגע וואס האבן פילייכט נישט אזוי שטארק באנומען די אויסטערלישע הארבקייט פון די טמא'נע קליפה האט ער אין אלגעמיין גערעדט ווי שלעכט די ציונים זענען.'
דער עלטערע גענעראציעס וועלכע זענען געזעצן דארט ביים טיש, האבן הערענדיג דעם דאזיגער געדאנק זיך דערמאנט מיט אויסטערלישער נאסטאלאגיע, איבער ענדליכער געשענעניש וועלכע איז זיך פארלאפן מיט 61 יאר בעפאר, אין די סאמע זעלבע צייט אינעם צווייטן טאג שבועות ביים כתובה טיש, אינעם אלטן אויסגעווייקטען הייליגען בית מדרש אויף 500 בעדפארד עווניו, בצל הקדשו פון אבינו רועינו רבינו הקוה''ט זי''ע.

שבועות תשי''ז – ברוקלין ניו יארק יצ''ו:
דער פאליטישער צושטאנד איבער די וועלט איז דאן געווען גאר שטארק אנגעצויגן. דער מיטל מזרח האט געברענט נאך פול מער ווי שטענדיג. דער דורכגעפאלנער סיני קריג אין אירע טראגישע קאנצעקווענצען האט זיך נאך גאר שטארק געשפירט אין די לופטן. דער אומנויטיגע קריג וועלכע די שוואלבערישע ציונים האבן צילוב זייער פאליטישע אורזאכן פראוואקירט קעגן עגיפטן, האט טראגיש אפגעקאסט דאס לעבנס פון נאנט צו 200 אידישע נפשות!
רבינו הקדוש זי''ע האט אין יענעם שבועות געשריגן בדם לבבו הטהור איבער די שרעקליכע התגרות באומות וואס די ציונים האבן פאראורזאכט מיט דעם דאזיגען אומנויטיגען קריג. אין דער רבי זי''ע האט דאן צווישן די איבריגע געזאגט גאר אינטערעסאנטער באמערקונג. ער האט געזאגט אז די ציונים זענען אויסן פולקאם אויסצורייסן דאס גלויבונג אין מלכות בית דוד! און ער האט דאס באלד אויפן ארט גאר טרעפליך עקלערט מיט א היסטארישער געשענענעיש וועלכע איז זיך פארלאפן אין יאר ב''א תשצ''ט לפ''ג:

ב''א תשצ''ט – ארץ ישראל:
דער תורה הק' זאגט לא יבוא עמוני ומואבי בקהל ה', גם דור עשירי לא יבוא להם בקהל ה' עד עולם: אפשטאמיגע פון עמון און מואב זאלן נישט קומען אין די געמיינדע פון ג-ט, אויך דער צענטער דור ביז שטענדיג. די חכמים האבן אבער געהאט בקבלה אז עמוני ולא עמונית, ומואבי ולא מואבית. אז מענער נישט און פרויען יא! אבער אין אלגעמיין האט דאס כלל ישראל ערשט נישט געוואלט געהעריג אנעמען.
אזש ווען שאול האט זיך געגרייט ארויסצושיקן דוד אין שלאכט אריין צו באקעמפן זיין נאנטער שוועסטער-קינד דעם לעגענדארן העלד אין ריז גלית הפלישתי. האט ער ווארשיינליך נישט געוואלט אז דוד זאל גיין אנגעטאן אין זיינע איינפאכע פאסטוך קליידער. דערפאר האט ער דאן אין א פרעצעדענטלאזע שריט באפוילן אז מ'זאל אנקליידן דוד מיט זיינע אייגענע מיליטערישע מינדירן ווי ס'פאסט זיך פאר א אויסגערופענער קריגס העלד. צום גרויס וואונדער פון די ארומיגע האבן שאול'ס מינדירן גענוי געפאסט פאר דוד, אפגעזען פונעם פאקט אז דוד איז געווען א קליינשיגער דאקעגן שאול וועלכער איז געווען דער סאמע העכסטער פארזאן ביים כלל ישראל, ווי דער פסוק זאגט ומשכמו ולמעלה מכל העם.
א קעניגליכער חן האט מיטאמאל ארומגענומען דעם יונגען שיינעם דוד. ווארום דוד איז שוין דאן געווען א געזאלבטער פון ג-ט. שמאול הנביא האב אים שוין דאן געהאט געזאלבט אין בית לחם. דאס האט זעלבספארשטענדליך גאר שטארק צוטראגן דעם גייסט פון שאול. ווארום קיין בהמה איז שאול פילייכט נישט געווען, און לויט ווי זאכן זענען דאן געפארן האט ער גוט פארשטאנען אז דוד איז בלויז א שפאן אוועק פולשטענדיג איבערצונעמען דעם קעניגליכער טראן.

בן מי זה הנער? ווער איז דער יונג? האט שאול דאן אויסגעשריגן צו זיין פעלדמארשאל אבנר מיט א קענטליכער אויפברויז. רופט זיך אבנר אן צום צושטורעמטער קעניג, כ'שווער אז כ'האב נישט קיין אנונג.
האט אבנר דען נישט געוויסט? דוד האט דאך געדינט אלס א וואפן מיניסטער פאר שאול? האט אים דער גענעראל דער סאמע הויפט פונעם אידישן ארמיי דען נישט געקאנט? עקלערן חז''ל נא... שאול מיט אבנר האבן שוין איינמאל געוויסט ווער דער דוד איז, נאר שאול'ס פראגע איז פילייכט געווען וועמנס זון דוד איז. האט דען שאול נישט געוויסט ווער דוד'ס פאטער איז? ישי איז דאך געווען פון די אנגעזענסטע פיגורן אין יענעם עפאכע?! אזש ווען ישי איז אריינגעקומען אין בית מדרש האבן זיך א האלבע מיליאן חסידים אונטערגעהויבן פאר אים, און ווען ער איז ארויס האבן די האלב מיליאן חסידים זיינע עקסטאזיש באזינגען מיט א ימים על ימי אזש ס'האט אפגעהילכעט פון דן ביז באר שבע. האט דען שאול נישט געקענט איינער פון די סאמע גרעסטע אדמורים אין יענע עפאכע? דאס לייגט זיך באשיינפערליך נישט אויפן זינען.עקלערט די גמרא אז שאול האט געפרעגט פון וועם דוד שטאמט. פון זרח אדער פון פרץ. אויב פון זרח וועט ער בלויז זיין א אנגעזענער מאן. זאגאר פון פרץ וועט דוד פילייכט זיין א קעניג, וועלכע איז פרץ גדר בדרכו למלחמה...

דורכאויס דעם העפטיגער ווערטער אויסטויש פון שאול און אבנר, איז דארט געשטאנען אין דער זייט דער דעמאלסדיגער העכסטער ריכטער פונעם אידישן סופרים קארט ( די סנהדרין בלע''ז) דואג האדומי, וועלכער איז געווען אן אויסגעשפראכענער לאנגיאריגער ארכי-פיינט פאר דוד מיט זיין פאמיליע. דואג רופט זיך אן מיט א צינישקייט צום קעניג פארוואס פרעגט דער קעניג פון וועלכע קינד פון יהודה ער שטאמט מיט א קענטליכע זארג אז דוד וועט גאר ווערן א קעניג, ווארום זיין גאנצע יחוס איז אונטר א הארבן פראגע צייכן, נעמליך, זיין באבע רות איז דאך געווען א טאכטער פונעם מואבישען קעניג עגלון דער גרויסער, און מואב איז דאך פולשטענדיגען אויסגעשלאסן פונעם אידישען נאציאנאן אויף שטענדיג. אבנר וועלכער איז פילייכט גארנישט געווען קיין חדר יונגעל האט באלד אפגענפערט דואג ווי פאלגענד: מיר האבן דאך בקבלה אז עמוני ולא עמונית, ומואבי ולא מואבית. ממלא איז דאך פילייכט נישט פארהאן קיין פראבלעם מיטן באבע רות.
נעמט זיך דואג שרייען מיט באנומע קולות אויף אבנר, אפשר זאגסטו אויך ממזר ולא ממזרת? זאגט אבנר נא..נא.., ממזר טייטש מום-זר, דאס באדייט אז דאס גוף פון א קינד וואס איז געבוירן געווארן דורך פארבאטענע געשלעכטלעכע באציאונגען איז זעלבסט פעלערהאפטיג. און אזא סארט מיידל איז פילייכט נישט אויסגעשלאסן פונעם ממזר-פארבאט.
שרייט דואג ווי א וואנזיגער דאן זאג אויך מצרי ולא מצרית? עקלערט אים אבנר געלאסן, הער אויס דואג: ביי אמון און מואב עקלערט די תורה הק' דעם אורזאך פארוואס זיי זענען אויסגעשלאסן פון אידישן נאציאנען. דאס איז צוליב דעם וואס ווען די אידן זענען געגאנגען אינעם מדבר בארפעס און אפגעריסן, הונגעריג און דארשטיג האבן זיך די פעלקער פון אמון און מואב זיך אינגאנצן נישט געאיילט זיי קעגן צו קומען מיט ברויט און וואסער, ווי ס'איז אין אלגעמיין דער שטייגער ווען מהערט ווי ארימע וואנדערער וואנדערן דורך דעם שרעקווערדיגער פעלקער-מדבר. דערפאר קומט זיך זיי נישט מער, ווי צו זיין פולשטענדיג אויסגעשלאסן פונעם אידישן נאציאנען און טאקע אויף שטענדיג...אלזא ארויסגיין מיט ברויט און וואסער קעגן פרעמדע ארימע וואנדערער מיט ברויט און וואסער, איז בלויז די פליכט פון א מאנספארזאן און נישט פון קיין געצערטעלטע דאמען.
דואג האט זיך גארנישט פארלוירן פונעם העכסט-לאגישער אַרגומענט פונעם הויכגעשעצטער פעלדמארשאל אבנר. און ער האט אים ספאנטאן אפגענפערט: מאנספארזאנען האבן געזאלט ארויסגיין קעגן די מאנספארזאנען מיט ברויט און וואסער, און די דאמען האבן געזאלט ארויס גיין קעגן די דאמען! און ווי באלד עמון און מואב האבן דאס נישט געטאן, זענען סיי די מענער און סיי די פרויערן פולשטענדיג אויסגעשלאסן פונעם אידישן נאציאנען אויף שטענדיג, פירט דואג אויס מיט פאטאס!

דער קעניג שאול וועלכע האט מיטגעהאלטן דעם העפטיגען דיסקוסיע צווישן דעם פעלדמארשאל מיטן יוסטיץ-ריז דואג, האט זיך פילייכט געפונען אין א ערנסטער פארגעלעגנהייט, ווארום ער האט נישט געקענט אנטשיידן ווער פון זיי איז ווירקליך גערעכט. אזש א אנגעצויגענער שטימונג האט געהערשט אין פאלאץ... דער קעניג האט נישט געפונען קיין פאסיגע לעזונג צו די סיטואציע, דערפאר האט ער געשיקט פרעגן אין בית מדרש...
דער אנטווארט פון בית מדרש האט נישט געשפעטיגט צו קומען. עמוני ולא עמונית, ומואבי ולא מואבית! די ארומיגע האבן עטוואס לייכטער אפגעאטעמט... יא! אבער נישט דואג ער האט באלד אנגעהויבן דעם גאנצן פלפול פון דאסניי, אזש די גראנדיעזע תורה לייבן האבן איינגענומען א שטיל-שווייגעניש. ס'האט זיך נישט אפגעפונען אפילו איינער וואס זאל זיך קענען פארמעסטן מיט דואג.
די געמיטער פון די אנוועזענע אינעם קעניגליכן פאלאץ זענען געווארן אנגעצויגן צו די העכסטע אקטאוועס. קיין פאסיגע לעזונג צו די אומאיינגענעמענע סיטאציע האט זיך נישט אנגעזען אויפן האריזאנט, און די אנוועזענע מיניסטארן האבן מיט אויסטערלישע שווערע הערצער אנגעהויבן זיך צו גרייטן צו אקטיוועזירן דעם ממזר-אקט.
פאשקעווילן שרייבער, האטליין רעדער, און געשולטע שלעגערס און טעראריסטן זענען מאסנווייז געאיילט געווארן צום קעניגליכן פאלאץ, די בעפארברייטונגען צו דעקלערן דוד אלס א פולשטענדיגער 'אסור לבוא בקהל השם עד עולם' זענען אריין אין די העכסטע שטיפעס. און דאס אידיש פאלק וועלכע זענען געווען גוט באהאווענט אין די לעגענדארער געטליכער נבואה פון יעקב אבינו וועלכע האט געלויטעט אז לֹא יָסוּר שֵׁבֶט מִיהוּדָה וּמְחֹקֵק מִבֵּין רַגְלָיו עַד כִּי־יָבֹא שִׁילֹה וְלוֹ יִקְּהַת עַמִּים, זענען געווארן פארצווייפלט ביז גאר, ווארום אויב דוד טאר נישט הייראטען מיט א פרוי? דאן ווי אזוי וועט דער ענדגילטיגער אידישער אויסלייזער געבוירן ווערן? א פולשטענדיגער פארצווייפלונג האט דאן אין יענעם שווארצן פאכמארעטן טאג ארום געכאפט דאס גאנצער אידישן פאלק.

עמשא בן איש האט געזען וואס דא קומט פאר, האט ער באלד געפאסט א קריטישער בשלוס זיך צו באנוצן מיט טעראר, אז נישט מיט גוטן וועט דאס גיין בייזן האט געטראכט צו זיך. ער האט סאפאנטאן ארויסגעצויגן זיין שווערד פונעם שיידל און געפאכעט מיט איר אין לופטן און געשריגן ווי א ברויזענדער לייב: ווער ס'אנערקענט נישט די הלכה פון עמוני ולא עמונית, ומואבי ולא מואבית ווערט זאפארט גע'הרג'עט דא אויפן ארט. מיר האבן א קבלה פונעם בית דין פון שמואל הרמתי אז עמוני ולא עמונית, ומואבי ולא מואבית האט עמשא געדינערט מיט זיין באסעווע שטומע.
אין רעזולטאט פון דעם דאזיגען געוואגטער און העלדישער אקט פון עמשא איז טאקע אין יענעם טאג פראטאקאלירט געווארן אויף שטענדיג אז עמוני ולא עמונית, ומואבי ולא מואבית. די אנגעהיצטע געמיטער האבן זיך עטוואס בארואיגט און ארדענונג האט צוריק באהערשט דאס פאלק.

אבער אין די ווירקליכקייט האט דאך דואג טאקע געהאט גוטע פראגעס? די מענער וואלטן געדארפט ארויסגיין קעגן די מענער, און די פרויען קעגן די פרויען?
זאגן אונז חז''ל אז ניין! דואג איז זאגאר נישט געווען גערעכט מיט זיינע אַרגומענטן, ווארום כל כבודה בת מלך פנימה. א פרוי באלאנגט אין שטוב! זי באלאנגט נישט צו זיין א ריכטערין, און נישט קיין עזרת נחשים לעלו... זי ברויך זיצן אינדערהיים אין מאכן נארמהאפטיגע אייער שפייז אונטערגעשלאגן מיט צוויבל-קלעצליך פארן מאן און גארנישט מער. דערפאר איז דואג'ס אַרגומענט געווען אויסשליסליך אומרעלעוואנט.

האט רבינו הק' אויסגעשריגן מנהמת ליבו הטהור: דער דאזיגער מלכות המינית וועלכע צווינגט הייליגע אידישע טעכטער צו דינען אין מיליטער אינאיינעם מיט אידישע בחורים בני ציון היקרים, און ארויסצוגיין אויף פאטראל אין די געמיינע אראבישע געגענטער וד''ל. גייען בשיטת דואג האדומי וועם די גמרא רופט אן א מין, וועלכע האט געלויטעט אז פרויען און מיידליך דארפן אויך אנטייל נעמען אין מיליטערישע און אין הומאנעריאיסטישע אפאראציעס. א שיטה וועלכע האט געשטעלט די גאנצע לעגיטומאציע פון מלכות בית דוד אין א פראגע צייכן, וועלכע איז גלייכצייטיג דער שליסל צו די ענדגילטיגער אידישער אויסלייזונג בביאת משיח בן דוד עבדך משיחך במהרה דידן.

די זעלביגע האט רבינו הקוה''ט אויך געשריגן ביי די ביטערע גזירה פון נתוחי מתים, אז די ציונים צילן מיט די גזירה אויסצורייסן די אמונה אין השראת הנפש...

מאנכע אנגעבליכע אויפגעקלערטע וועלכע זוכן שטענדיג מיט ליכט צו טרעפן עטוואס גוטס אין די טעטיקייטן פון די רשעי עמינו... פרויען אין מיליטער, איז ווארשיינליך צוליב א מאנגל אין מענער זעלנער, אדער אז ס'פעלט זיך אויס אז יעדע בירגער אפגעזען מענער אדער פרויען, אדער יונג צו אלט, זאל זיך קענען באנוצן מיט הייס-געווער אין פאל פון אראבישער אנפאל.(ב.ג. לחז''א) די זעלבע ביי נתוחי מתים... מ'קען מיט די אברים ראטעווען צעדליגע אידן פון א זיכערן טויט, כל המקיים נפש אחת מישראל כאילו קיים מלא עולם... פאלמעסירונגען פארמיידן די מעגליכקייט פון מערדער צו פארווישן זייער שפירן אד''ג.

האט דער רבי שליט''א עקלערט שבועות אז רבינו הק' זי''ע האט פאר די דאזיגע וועלכע האבן נישט באגריפן די שוידערליכע טומאה פון די ציוניסטישע קליפה, עקלערט די רשעות און געמיינקייט פון די ציונים... מיט גיוס נשים ווילן זיי אויסרייסן די אמונה אין מלכות בית דוד... מיט גיוס בני ישיבות ווילן זיי אויסשמדן דעם בני תורה יוגענט... און מיט נתוחי מתים ווילן זיי אויסרייסן די אמונה אין השראת הנפש.... אד''ג....

דער הייליגער מנחת אלעזר זי''ע, פרעגט אין זיינע דרשות צו זאגן ציוניסטן, אגודיסטן, מזרחיסטן, ימ''ש וזכרם...

ומי יבוא אחרי המלך.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
סקרן
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1082
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 20, 2016 1:22 pm
געפינט זיך: הלואי ווען איך וואלט געוויסט!
האט שוין געלייקט: 239 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 645 מאל

שליחה דורך סקרן »

קאך_לעפל האט געשריבן:שבועות תשע''ח – קרית יואל יצ''ו:


דער הייליגער מנחת אלעזר זי''ע, פרעגט אין זיינע דרשות צו זאגן ציוניסטן, אגודיסטן, מזרחיסטן, ימ''ש וזכרם...

ומי יבוא אחרי המלך.

בא אחריו סאטמאר רב ואף לחם בהציונים לכה"פ כהמנח"א ולא אמר ימ"ש
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך Gimpel »

חס ושלום שצדיק אמר על יהודים ימח שמם
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

קאך_לעפל האט געשריבן: צונויפגעדרוקט אונטער די שווערסטע אומשטענדן

ומי יבוא אחרי המלך.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

Gimpel האט געשריבן:חס ושלום שצדיק אמר על יהודים ימח שמם

עיין כאן
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

בין איך דער איינציגסטער וואס ווארט דא אויף אן אנטווארט פון לאקש? :P
וירח ה' את ריח הניחוח
Gimpel
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 157
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 06, 2017 4:40 am
האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל

שליחה דורך Gimpel »

איך אויך
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך אויך...
אמת ויציב ונכון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 24, 2018 6:52 pm
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

שליחה דורך אמת ויציב ונכון »

קאך_לעפל האט געשריבן:איך אויך...


האסטעך נעבעך נאר פארדעים געעפענט דעי אשכול....... קוקט אויס סבאדערט אים נישט אזוי שטארק ענקער עקזיסטענץ ווי סבאדערט דיך זייער
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אמת ויציב ונכון האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:איך אויך...


האסטעך נעבעך נאר פארדעים געעפענט דעי אשכול....... קוקט אויס סבאדערט אים נישט אזוי שטארק ענקער עקזיסטענץ ווי סבאדערט דיך זייער


אמת ויציב ונכון..... אבער פון ווי האסטו געוויסט? די ביזט באהערשט פונעם הייליגן גייסט?
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

[tag]קאך_לעפל[/tag], ביטע ברענגען דעם שאבעס טוירע פונעם קרי רעבא.
האט ער ווידעראמאל געזידט אקייגן דעם פעכי מעדינא?
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

newkave האט געשריבן:[tag]קאך_לעפל[/tag], ביטע ברענגען דעם שאבעס טוירע פונעם קרי רעבא.
האט ער ווידעראמאל געזידט אקייגן דעם פעכי מעדינא?


אקעי איין מינוט... ווארט מיך ביים קאנער אקעי? דארפסט נאך עפעס? א שטייגער ווי א גלעזעלע טיי מיט עטליכע קיכעלעך אד''ג?
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

קאך_לעפל האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:[tag]קאך_לעפל[/tag], ביטע ברענגען דעם שאבעס טוירע פונעם קרי רעבא.
האט ער ווידעראמאל געזידט אקייגן דעם פעכי מעדינא?


אקעי איין מינוט... ווארט מיך ביים קאנער אקעי? דארפסט נאך עפעס? א שטייגער ווי א גלעזעלע טיי מיט עטליכע קיכעלעך אד''ג?

מי ראה את אלו יוצאים ולא יוצא? מיר גייען אלע אין די מאסן... ס'גייט זיין כריין פאר די געפילטע פיש?

יחי אמונינו מרורינו ורדינו יחי.
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

newkave האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:[tag]קאך_לעפל[/tag], ביטע ברענגען דעם שאבעס טוירע פונעם קרי רעבא.
האט ער ווידעראמאל געזידט אקייגן דעם פעכי מעדינא?


אקעי איין מינוט... ווארט מיך ביים קאנער אקעי? דארפסט נאך עפעס? א שטייגער ווי א גלעזעלע טיי מיט עטליכע קיכעלעך אד''ג?

מי ראה את אלו יוצאים ולא יוצא? מיר גייען אלע אין די מאסן... ס'גייט זיין כריין פאר די געפילטע פיש?

יחי אמונינו מרורינו ורדינו יחי.


גענומען פון וויקיפידיע:

antidepressants take up to 4 to 6 weeks to begin relieving anxiety symptoms, so they can't be taken “as needed.” Their use is limited to chronic anxiety problems that require ongoing treatment. The antidepressants most widely prescribed for anxiety are SSRIs such as Prozac, Zoloft, Paxil, Lexapro, and Celexa.
newkave
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 307
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 08, 2013 10:13 am
האט שוין געלייקט: 381 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 119 מאל

שליחה דורך newkave »

קאך_לעפל האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
newkave האט געשריבן:[tag]קאך_לעפל[/tag], ביטע ברענגען דעם שאבעס טוירע פונעם קרי רעבא.
האט ער ווידעראמאל געזידט אקייגן דעם פעכי מעדינא?


אקעי איין מינוט... ווארט מיך ביים קאנער אקעי? דארפסט נאך עפעס? א שטייגער ווי א גלעזעלע טיי מיט עטליכע קיכעלעך אד''ג?

מי ראה את אלו יוצאים ולא יוצא? מיר גייען אלע אין די מאסן... ס'גייט זיין כריין פאר די געפילטע פיש?

יחי אמונינו מרורינו ורדינו יחי.


גענומען פון וויקיפידיע:

antidepressants take up to 4 to 6 weeks to begin relieving anxiety symptoms, so they can't be taken “as needed.” Their use is limited to chronic anxiety problems that require ongoing treatment. The antidepressants most widely prescribed for anxiety are SSRIs such as Prozac, Zoloft, Paxil, Lexapro, and Celexa.


אוי ווי הייליג!
דעם גאו'ק פון קרי שרייט מיט זיין שאגת ארי, און די הימלען שפאלטן זיך.
עס איז א הימלישן מלחמה צווישן די אדמורים פון שפיטיווקא, קרעמניץ, קרי, און נאך.
מי יבוא בסוד קעדוישים!

הייליג הייליג הייליג
היסטאריע קען מען נישט פארדרייען...(קרעדיט: היסטאריקער)
אבער א היסטאריקער קען יא פארדרייען...
סמבטיון
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1358
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 915 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1562 מאל

שליחה דורך סמבטיון »

איך מיין אז יאוואזשנע האט אויך עפעס א מיינונג
פארשפארט