בלאט 1 פון 2

כ"ק מרן ראב"ד ירושלים שליט"א

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 1:18 am
דורך יין שרף
געבוירן איז אונזער מויש'לע אין עיר הבירה לונדון, כ"ד שבט שנת תרפ"ו (פברואר דעם אכט'ן יארע 1926), צו זיין פאטער ר' אשר שטערנבוך, פון וועם ער איז אינגערהייט א יתום געווארן.
און צו זיין מוטער דבורה פינס, א טאכטער פון הרב שלמה זלמן פינס, מחבר פונעם ספר "פנס שלמה" אן אייניקל פונעם ווילנער גאון.

הרב ר' אלחנן ווסרמן הי"ד איז אפט איינגעשטאנען ביי זיינע עלטערן אין לונדון, ווי שוין דאן אלץ קליין קינד האט זיך שוין מוישע'לע אנגעזאפט מיט זיינע דברי תורה וחכמה.
געלערנט האט ער אין דער בארימטע ישיבה "תורת אמת" פון הרב משה שניידער אין לאנדאן, וואו ער איז אריין אין די ישיבה ביי די ניין יאר.
שפעטער אין ער געגאנגען מקיים זיין די הוי גולה למקום תורה אין ישיבת חברון אין ירושלים.

אלס ישיבה בחור אין ירושלים איז ער נאנט געווארן צום טשעבינער רב און צו הגרי"ז מבריסק. יעדן פרייטיג פלעגט ער צו לערנען בחברותא מיטן בית ישראל מגור זצ"ל, און עטליכע מאל האט ער אויך געגעסן ביי אים א שבת א סעודה.

ביי די 28 יאר האט ער חתונה געהאט צו זיין אשת חיל יפה, בת הנדיב ר' יעקב שעכטער פון בני ברק, וואס ער איז געווען מנאמני ביתו פון די חזון איש זצ"ל.
די ערשטע פאר יאר נאכן חתונה האט ער געוואוינט אין ירושלים און משמש געווען אלס ראש ישיבת המתמידים (אדער ווי עס הייסט היינט קהל עדת ירושלים. אינטרעסאנט צו באמערקן אז אין שנת תשנ"ה האט די ישיבה באקומען א שטח פון דער "ציוניסטישער" ירושלימער מוניציפאליטעט אױף צו בױען א שול, וואס דאס האט צוגעברענגט א שטארקע ריס און קאנפליקט צװישן ישיבת המתמידים און די עדה החרדית).

דערנאך האט ער זיך אריבער געצויגן קיין בני ברק נאנט צו דער פאנאוועזשער ישיבה ווי ער האט משמש געווען אלס ראש הכולל אין ראש העין פאר בערך צוואנציג יאר.

דערנאך האט ער אימיגרירט קיין דרום אפריקע וואו מען האט אים מכתיר געווען אלס רב פון דער חרדישער קהילה אין יאהאנעסבורג, ביז ער איז גערופן געווארן צו דינען אלס דומ"ץ אין בד"ץ פון דער עדה החרדית אין ירושלים.

היינט וואוינט ער אינעם הר נוף געגנט אין ירושלים, וואו ער האט אויפגעשטעלט א כולל, און א בית המדרש אויפן נאמען פון זיין זיידן דער גר"א. אויך האט ער לעצטענס געפענט א ישיבה (סיון תשע"ג). וואס געפינט זיך אין די רמות געגנט אויך אין ירושלים.

אין תשמ"ט (1989), נאך דער פטירה פונעם גאב"ד בעל מנחת יצחק זצ"ל, האט מען באשטימט הרב שטערנבוך אלץ וויצע-פרעזידענט און א מיטגליד אין בית דין פון דער עדה החרדית. אין תשס"ג (2003) ווען דער אלטער ראב"ד הגרי"י פישר זצ"ל איז נפטר געווארן האט מען אים אויפגענומען אלץ ראש בית דין, און סגן נשיא פון די עדה החרדית.

אלס בריסקער תלמיד, און גלייכע אייניקל פונעם גר"א איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ער גייט מיטן פילען ירושלימע טראגע, ווי די אלטע ירושלימע ליטאים.

זיינע צוויי ברודער, איינס הר"ר אליהו, ראב"ד אנטווערפן. און די צווייטע הר"ר דוב, מנהל פון די גייטסהעד מיידל סעמינאר. ער איז אויך א שוואגער מיט הג"ר משולם דוד הלוי סאלאווייטשיק ר"י בריסק.

לכאורה איז ער פון די איינציגסטע פון די זייער אנגענומענע רבנים בדורינו, ארויסצוגעבן אזוי פיל ספרים בכל מקצועות התורה אריינגערעכנט השקפה, אמונה, תשובה, מוסר, אד"ג.

ספרים וואס איך געדענק יעצט אז ער האט ארויסגעגעבן:

אורכות הבית – מדריך לבית יהודי
אמונה ותורה - ביאור על הלכות יסודי התורה והלכות דעות ברמב"ם
ברכת החמה – הלכות הרכת החמה
דברים ברורים – דרשות שנאמרו במעמדי עצרת מחאות
דע מה שתשיב- שאלות ושיחות באמונה
דת והלכה -
הברכות כהלכתן – הלכות ברכת הנהנין
הדרך לתשובה - פירוש להלכות תשובה ברמב"ם, מלווה במאמרי חיזוק בענייני יסודות האמונה
הלכות הגר"א ומונהגיו – הלכות מהגר"א, ומעשה רב "החדש"
הלכות הגר ומנהגיו – הלכות גרים
זבחי קודש - שיעורים על מסכת זבחים
חכמה ודעת – עה"ת ע"ד מוסר, פשט, והלכה
טעם ודעת – על התורה, דברי חיזוק שאמר בשיחותיו ביוהנסבורג
טעם ודעת – הגדה של פסח
מועדים וזמנים – ט"כ, עניני מועדי וזמני השנה
מועדים וזמנים – הגדה של פסח
נתיבות התורה והחסד
סת"ם כהלכתן – הלכות סת"ם
ערב פסח שחל בשבת ופורים משולש
פשט ועיון - הערות, בירורי הלכה, חידושים, שיעורים על הש"ס
קיצור דיני ריבית – הלכות רבית
רשימות בשמעתא - הערות על ספר שב שמעתתא
שביעית כהלכתה – הלכות שמיטה
תורת המשפחה – הלכות נדה, מניעת הריון וכדו'
קונטרס תקיעות כהלכתה – הלכות תקיעות
תשובות והנהגות – ו"כ, שו"ת

בשיטתו איז ער א שטיקל קנאי, ווי מען זעט פון געוויסע תשובות, אין תשובות והנהגות חלק ד' סימן שכח, טרעט ער שארף ארויס אקעגן א ספר קול התור אז די גר"א האט געהאלטן איינצונעמען א"י ובענין אתחלת דגאולה. ער האלט טאקע אז מצות ישוב ארץ ישראל איז אויך נוגע בזמנינו, אבער ער דרוקט זיך אויס כסדר אז אין ארץ ישראל דארף מען אסאך מער מקפיד זיין אויף שמירת התורה והמצוות.
ומרגלא בפומיה בשם זיין טאטע "בעסער וואוינען און חו"ל און חלומ'ען פון א"י, ווי וואוינען אין ארץ ישראל און חלומ'ען פון חו"ל".
ווי אויך איז ער זייער שארף אנקעגן די גרים וואס זענען נישט מקבל צו היטן אלע מצוות ה'.
ווי רובא גדולי ישראל האט ער זיך שטארק ארויסגעשטעלט אנקעגן "גיוס בני הישיבות"
וכך לשונו
על-פי הלכה אסור לגייס את בני התורה שהם צבא ד’, ובכל הדורות ציבור גדול מעם ישראל, שהם שבט לוי וכן כל אלו אשר קבלו על עצמם עול תורה, לא התגייסו והגינו על עם ישראל בתורתם, וכמבואר ברמב”ם.
בצבא כאן מטמאין בתערובת ובתועבות ע”פ תורה, והנמצאים שם פיהם רגיל בכפירה וניבול פה, והאחראים שם מנסים להעביר על דת את הדתיים שנמצאים שם כידוע, והניסיון מוכיח שרבים פרקו שם כל עול וכוונתם ניכר שרצונם לקלקל החרדים מדתם ואמונתם [...] בעוד שבכל מדינות העולם מקובל שלומדי דת פטורים מגיוס [...] ואי אפשר לכוף אותנו על-זה אף בעונשים וריבוי קנסות, ואפילו יפגעו בנו ובטפינו לא יצליחו להעביר אותנו מדת תורתנו הקדושה


ביים פורים טיש ביי אים אין ישיבה די יאר פורים תשע"ד האט ער געזאגט בערך כהאי לשנא
די פארגאנגענע וואך האבן די רוסן אינוואדירט די שטעטל קרימע, און אין די גאנצע וועלט רעש'ט ארום דעם. לפי די מסורה וואס אונז האבן מקבל געווען פון די זיידע די גר"א זצ"ל, איז דאס א סימן צו די "פעמי משיח" צו די פיסטריט פון משיח, עס איז וואר דאס אונז ווייסן נישט וואס דאס מיינט "פעמי המשיח", אבער זיכער איז דאס א סימן אז משיח איז נאנט. און אפשר איז זיין כוונה דערמיט אז דאס איז ווי א פעמון ווי א גלעקל וואס איז אונז מעורר זיך צו גרייטן צו ביאת המשיח.

ונזכה כולנו יחד מהרה אמן.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 8:39 am
דורך כוכב
זייער שיין און אינפארמאטיוו.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 9:15 am
דורך פלעין יודיש
יין שרף האט געשריבן:ביי די 28 יאר האט ער חתונה געהאט צו זיין אשת חיל יפה, בת הנדיב ר' יעקב שעכטער פון בני ברק, וואס ער איז געווען מנאמני ביתו פון די חזון איש זצ"ל.

דרך אגב בנוגע איר נאמען יפה און ארגענעיל האט זי געהייסן שיינדעל, יפה טייטשט שיין אזויווי שיינדעל

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 12:25 pm
דורך signout
זייער שיין באשריבן, אבער למען הפינקטליכקייט ער איז געווארען סגן נשיא אסאך פאר ער איז געווארען ראב''ד, איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען ווען דער ברך משה איז געווארען נשיא אדער שפעטער, אין ווען ער איז געווארען ראב''ד האט מען געגבן פאר ר' י''ח מנשה פריעמדאן דעם קרוין אלס סגן נשיא (אלס פיוס נאכדעם וואס רוב הנהלת העדה האט אראפגעוואוט זיין קאנדידאטור אלס גאב''ד), וואס ער האט צירוקגעוויזן ווייל עס איז געווארען א ליצנות, אגב, נאכדעם וואס דער נשיא דער סאטמאר רבי דער ברך משה ז''ל איז נפטר געווארען האט מען נאכנישט קיין נייע סגן

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 12:28 pm
דורך signout
ק/פ: דער ראב''ד איז שוין מרביץ תורה 70 יאר לאוי''ט, אין האט שוין באלויכן די וועלט מיט זיינע צענדליגע בארימטע ספרים ווי מועדים וזמנים, שו''ת תשובות והנהגות, טעם ודעת עה''ת אין נאך ספרים אויף אלע חלקי שו''ע
אין די גאנצע וועלט בפרט אינעם עולם התורה פלאגען זיך לומדי התורה אין זיינע גרויסע ספרים, אין זענען נהנה מאור תורתו ויראתו אין פין זיינע פסקים וועלכע באלייכטען די גאנצע אידישע וועלט
ער איז דער גרויסע מעתיק השמועה ומוסר פאר אינזער דור פין רבותינו הגדולים צווישען זיי הגאונים החזון איש והגרי''ז מבריסק זי''ע מיט וועמען ער האט דן געווען בהלכה נעכט ווי טעג אין זיין יונגעט
צו א ספציעלן קירבה האט דער ראב''ד זוכה געווען ביי רביה''ק בעל דברי יואל/ויואל משה מסאטמאר זצ''ל, וועלכע מרעיף געווען אויף אים מאור תורתו ויראתו, אין גאנגע נעכט כפשוטו האט ער דן געווען אים אין דברי תורה, אין איז געווען פין די ''3 אייציגע אין זיין דור'' וועמען ער האט געגעגבן א ברייטע הערליכע הסכמה בכתי''ק אין האט פארברייטערד בשבחו אויף גאר א ספציעלן אופן
ווי באוויסט האט דער סאטמאר רבי זי''ע פערזעליך איינגעליידענט דעם ראב''ד אין געבעט אין אים געבעטן ער זאל מיטקומען מיט אים איבערצוקוקען די כשרות פין זין מקוה טהרה כדי צו הערן זיינע הערות

שוין איבער א יובל יארען וואס ער שייט בראש מערכות הקודש על משמר התורה וההלכה ווען סאיז מצודתו פרוסה אויף די גאנצע וועלט

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:19 pm
דורך בר דעת
ער איז נישט ראש בית דין פון ירושלים, ירושלים פארמאגט צענדליגער בתי דינים, ער איז ראש בית דין פון די בית דין וואס הייסט עדה החרדית.
בדרך אגב, פארשטיי איך אז די מאדערנע דארפן א שטארקן בית דין ווייל די פאר אידן אין ירושלים וואס ארבעטן מאכט זיך פינאנציעלע סכסוכים וואס מען דארף ברענגען פאר א בית דין, אבער די ארבעטסלאזע צאלמער'ס, אויסער א דין תורה איבער געגנבעטע קארטאפל ביי אפרים שטערן'ס חלוקה וואס נאך איז דא צו דן זיין? נישט ממונות שאלות, ווי למשל קברים וואס ליגט בדרך המיוחד לרבים, דארף מען דאך נישט קיין בית דין מען קען פרעגן א תלמיד חכם אדער גוגל'ען און זוכן תשובות.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 10:43 pm
דורך דריידל
בר דעת האט געשריבן:ער איז נישט ראש בית דין פון ירושלים, ירושלים פארמאגט צענדליגער בתי דינים, ער איז ראש בית דין פון די בית דין וואס הייסט עדה החרדית.
בדרך אגב, פארשטיי איך אז די מאדערנע דארפן א שטארקן בית דין ווייל די פאר אידן אין ירושלים וואס ארבעטן מאכט זיך פינאנציעלע סכסוכים וואס מען דארף ברענגען פאר א בית דין, אבער די ארבעטסלאזע צאלמער'ס, אויסער א דין תורה איבער געגנבעטע קארטאפל ביי אפרים שטערן'ס חלוקה וואס נאך איז דא צו דן זיין? נישט ממונות שאלות, ווי למשל קברים וואס ליגט בדרך המיוחד לרבים, דארף מען דאך נישט קיין בית דין מען קען פרעגן א תלמיד חכם אדער גוגל'ען און זוכן תשובות.


מיין לייק האסטי באקומען פאר'ן ערשטן פאראגראף.

מיט'ן צווייטן פאראגראף בין איך גענצליך מחולק מיט דיר. לא מבעי ביז א יאר צוריק ווען ר' יעקב בלוי ז"ל האט נאך געפירט דין תורות, וואס ער איז געווען א יחיד מומחה אין ביזנעסעס און פינאנץ, נאר אפילו היינט איז דא הרב אולמאן וכדומה וועלכע פארשטייען אן עסק.

נשלח: מיטוואך מערץ 26, 2014 11:20 pm
דורך דריידל
יין שרף האט געשריבן:אלס בריסקער תלמיד, און גלייכע אייניקל פונעם גר"א איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז ער גייט מיטן פילען ירושלימע טראגע, ווי די אלטע ירושלימע ליטאים.


הייבט זיך נישט אן. די איינציגסטע זאך וואס ער גייט ווי אלטע ליטאים איז א שטריימל.

signout האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, אבער למען הפינקטליכקייט ער איז געווארען סגן נשיא אסאך פאר ער איז געווארען ראב''ד


ער איז געווארען סגן ראב"ד גלייך ווען ער איז אריין אין בי"ד. דעמאלטס האט מען געשמיעסט אז ער האט נישט מסכים געווען אריינצוקומען סתם אלס א חבר בי"ד

signout האט געשריבן:
אין די גאנצע וועלט בפרט אינעם עולם התורה פלאגען זיך לומדי התורה אין זיינע גרויסע ספרים



ביסט אינגאנצן צידרייט? ס'איז אונטרעסאנט צו קוקן זיינע ספרים אבער ווער פלאגט זיך?

הגאון הגדול ר' משה שטערענבוך שליט"א ראב"ד עדה החרדית ירושלים

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז יעצט א מצב אז הגאון הגדול ר' משה שטערענבוך שליט"א ראב"ד עדה החרדית איז געקומען צו פארן פון ירושלים קיין נ"י זיך צו באטייליגן ביי די כינוס פון כללי פון סאטמאר מהר"א. איז מסתמא כדי צו וויסן מער איבער דעם מענטש.
ער האט ארויסגעגעבן אסאך ספרים אויף הלכה, כ'מיין אז ס'הייסט תשובות והנהגות, ווי ער שרייבט זייער שיינע און קלארע תשובות אויף כל חלקי התורה. ער איז שוין אלס יונגערמאן געוועהן זייער באקאנט אלס א גאון נפלא.
כ'מיין אז ער האט געלערענט אין לאנדאן צוזאמען מיט הגרי"ט ווייס אלץ בחור'לעך.
ער איז געוועהן א רב אין יהאניסבורג סאוט אפריקע ביז מ'האט אים געברענגט צו ירושלים צו זיין אין די עדה חרדית.
ער רעדט א גוטען ענגליש און האט געשריבן ספרים אין ענגליש און עברית אויף קירוב רחוקים.
גראדע איז מיר א ווינדער אז מ'באטיטול'ט אים "פוסק הדור". כ'האב קיינמאל נישט געזעהן אז מ'זאל שטארק צוברענגען זיינע ספרים אין די היימישע וועלט.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 4:30 pm
דורך ליפא
ווער בא'טיטל'ט אים פוסק הדור חוץ ארונים

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 4:40 pm
דורך [NAMELESS]
איך פרעג אויף די אהרונים

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 4:57 pm
דורך יין שרף
חתם סופר האט געשריבן:עס איז יעצט א מצב אז הגאון הגדול ר' משה שטערענבוך שליט"א ראב"ד עדה החרדית איז געקומען צו פארן פון ירושלים קיין נ"י זיך צו באטייליגן ביי די כינוס פון כללי פון סאטמאר מהר"א. איז מסתמא כדי צו וויסן מער איבער דעם מענטש.

viewtopic.php?f=42&t=6164

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 4:58 pm
דורך שושן פורים
פארצייטנס האט די טיטל "פוסק הדור" באדייט אז די דור האט איהם אנגענומען אלץ פוסק מילא רופען אונז איהם אזוי.

בימינו אלה באדייט עס אז מיר באטיטלען איהם אלץ פוסק הדור און ווילן אז די גאנצע דור זאל איהם אזוי רופן.

וה"ה ביי גדול הדור, רבשכבה"ג, הגה"ק, אבי אבות הטומאה, מסית ומדיח, וכו' וגו'.......

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 8:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אז מ'רעדט שוין פון די קברים. געווען א כהן וואס איז געגאנגען צו מתחם גולובנציץ מוחה זיין, האט איהם א איד געפרעגט אויב דו האלטסט אז ס'טאקע דא קברים פון אידן וויאזוי מעגסטו אהינגיין. האט ער איהם געזאגט "וואס פארשטייסטו נישט, אויף הלכה זענען ר' יעקב בלויא און ר' משה שטערנבוך פוסק, ווייל זיי זענען די איינציגסטע אין די עדה וואס קענען לערנען. אבער לגבי קנאות איז די גאב"ד די פוסק, ווייל ער איז א קנאי." והוא עמוק.

נשלח: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 pm
דורך גאנצל
לגבי זיינע ספרים איז דאך באקאנט אז ער איז די יחידים וואס האבן זוכה געווען צו באקומען א הסכמה פון סאטמאר רב ז"ל הדברי יואל

וואס האט טאקע די רבי געגליכען זיין ספר אז ער איז יצא מגדרו און געגעבן א הסכמה א זאך וואס די רבי האט זיך זייער שטארק געהאלטן נישט צו געבן ?

עס איז דא וואס זאגן אז רבינו איידער ער האט ארויסגעגעבן דעם ויואל משה וואס דאס איז בעצם א טיפע מפולפדיגע ספר האט ער דאס געגעבן איבער צו קוקן פאר דריי רבנים ווייצענע רב ז"ל בעל שבט הלוי זצ"ל ויבדל פאר ר' משה שליט"א

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 12:20 am
דורך יין שרף
נישט אזוי טיף און מפולפול'דיג נאר ענדעשער צומישט.

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 12:34 am
דורך איסר האטלקי
פאר ר' משה האט ער עס געגעבן ער זאל עס מגיה זיין אלס כולל אינגערמאן אן קיין עול הרבנות, צוליב וואס ער איז געווען א אינגער קנאי און בריסקער תלמיד.

גאונים זענען געווען אסאך גרעסערע פון אים בימים ההם.

אלס הכרת הטוב האט מרן מסאטמאר אים געשענקט זיין הסכמה.

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 12:39 am
דורך איסר האטלקי
signout האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, אבער למען הפינקטליכקייט ער איז געווארען סגן נשיא אסאך פאר ער איז געווארען ראב''ד, איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען ווען דער ברך משה איז געווארען נשיא אדער שפעטער, אין ווען ער איז געווארען ראב''ד האט מען געגבן פאר ר' י''ח מנשה פריעמדאן דעם קרוין אלס סגן נשיא (אלס פיוס נאכדעם וואס רוב הנהלת העדה האט אראפגעוואוט זיין קאנדידאטור אלס גאב''ד), וואס ער האט צירוקגעוויזן ווייל עס איז געווארען א ליצנות, אגב, נאכדעם וואס דער נשיא דער סאטמאר רבי דער ברך משה ז''ל איז נפטר געווארען האט מען נאכנישט קיין נייע סגן

לידיעה בעלמא, די בית דין האט אים קיינמאל אפיציעל אויפגענומען אלס ראב''ד.

צו לאנג צו דערציילן, ווער ס'האט נערווען און געדענקט די פאקטן פון בלויז פופצן יאר צוריק זאל אויפמישן.

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 1:11 am
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, אבער למען הפינקטליכקייט ער איז געווארען סגן נשיא אסאך פאר ער איז געווארען ראב''ד, איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען ווען דער ברך משה איז געווארען נשיא אדער שפעטער, אין ווען ער איז געווארען ראב''ד האט מען געגבן פאר ר' י''ח מנשה פריעמדאן דעם קרוין אלס סגן נשיא (אלס פיוס נאכדעם וואס רוב הנהלת העדה האט אראפגעוואוט זיין קאנדידאטור אלס גאב''ד), וואס ער האט צירוקגעוויזן ווייל עס איז געווארען א ליצנות, אגב, נאכדעם וואס דער נשיא דער סאטמאר רבי דער ברך משה ז''ל איז נפטר געווארען האט מען נאכנישט קיין נייע סגן

לידיעה בעלמא, די בית דין האט אים קיינמאל אפיציעל אויפגענומען אלס ראב''ד.

צו לאנג צו דערציילן, ווער ס'האט נערווען און געדענקט די פאקטן פון בלויז פופצן יאר צוריק זאל אויפמישן.

לידיעה בעלמא די וואלן ביי הגרי''ח פריעדמאן איז געווען חצי חצי נישט רוב און די ארונישע מטגלידער האבן געשטיפט אז מען זאל גלייך באותו מעמד מאכן וואלען פאר הגאון הגדול האדיר הפוסק הדור מרן יצחק טובי' ווייס מיינענדיג אז זיי האבן אריינגעכאפט א אייגענע.... נישט דורך א לאנגע תקופה און די גאב''ד האט פארלוירן די אלע טיטלען און געבליבן א קאפ און וואנט סיקריק, יעני תקופה האט זיך די טיטלען אריבערגעטראגן צו א טשיקאווע עילוי הגאון ר' משה...

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 2:28 am
דורך ארי נוהם
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין פון די קברים. געווען א כהן וואס איז געגאנגען צו מתחם גולובנציץ מוחה זיין, האט איהם א איד געפרעגט אויב דו האלטסט אז ס'טאקע דא קברים פון אידן וויאזוי מעגסטו אהינגיין. האט ער איהם געזאגט "וואס פארשטייסטו נישט, אויף הלכה זענען ר' יעקב בלויא און ר' משה שטערנבוך פוסק, ווייל זיי זענען די איינציגסטע אין די עדה וואס קענען לערנען. אבער לגבי קנאות איז די גאב"ד די פוסק, ווייל ער איז א קנאי." והוא עמוק.

פאר'הרג'עסט די ווערטל. ס'גייט אזוי:

ווען מ'האט געפרעגט דעם כהן, אז אויב ער איז מוחה קעגן די מתחם גלובנציץ, וויאזוי קען ער זיך דארט געפונען?
האט ער געענטפערט: "אין הלכה איז רבי משה שטרנבוך גערעכט, אבער אין השקפה איז דער גאב"ד גערעכט..."

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 2:38 pm
דורך גאנצל
עמעזאן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, אבער למען הפינקטליכקייט ער איז געווארען סגן נשיא אסאך פאר ער איז געווארען ראב''ד, איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען ווען דער ברך משה איז געווארען נשיא אדער שפעטער, אין ווען ער איז געווארען ראב''ד האט מען געגבן פאר ר' י''ח מנשה פריעמדאן דעם קרוין אלס סגן נשיא (אלס פיוס נאכדעם וואס רוב הנהלת העדה האט אראפגעוואוט זיין קאנדידאטור אלס גאב''ד), וואס ער האט צירוקגעוויזן ווייל עס איז געווארען א ליצנות, אגב, נאכדעם וואס דער נשיא דער סאטמאר רבי דער ברך משה ז''ל איז נפטר געווארען האט מען נאכנישט קיין נייע סגן

לידיעה בעלמא, די בית דין האט אים קיינמאל אפיציעל אויפגענומען אלס ראב''ד.

צו לאנג צו דערציילן, ווער ס'האט נערווען און געדענקט די פאקטן פון בלויז פופצן יאר צוריק זאל אויפמישן.

לידיעה בעלמא די וואלן ביי הגרי''ח פריעדמאן איז געווען חצי חצי נישט רוב און די ארונישע מטגלידער האבן געשטיפט אז מען זאל גלייך באותו מעמד מאכן וואלען פאר הגאון הגדול האדיר הפוסק הדור מרן יצחק טובי' ווייס מיינענדיג אז זיי האבן אריינגעכאפט א אייגענע.... נישט דורך א לאנגע תקופה און די גאב''ד האט פארלוירן די אלע טיטלען און געבליבן א קאפ און וואנט סיקריק, יעני תקופה האט זיך די טיטלען אריבערגעטראגן צו א טשיקאווע עילוי הגאון ר' משה...


נאר אביסל פונקטליכער פאר ווער ס'געדענקט

ס'איז געווען דעמאלט ווען די עדה האט געהאלטן נאך איין קלאפ פונעם ראבד הרב פישער און נאכדעים דער גאבד הרב דושינסקי ז"ל איז זאן די עדה החרידית געשטאנען פאר א פאסיבל שרעקליכע סכנה פון די באקאנטע שטערן קליקע צוזאמען מיט זייערע רעים מריעים פון אמעריקא

זיי האבן זיך דערזען אז זיי גייען האבן א פראבלעם אפצוזאגן דעם גרויסן גאון אדיר ומגדוי פוסקים הרב שטערנבוך וואס ער איז זיי שוין דעמאלט מיט זיין ישרות געשטאנען אין וועג

האבן זיי דעמאלט קאמפויזט א נייע נגון אז היות די עדה האט געכאפט א געפערליכע קלאפ אזוי צו זאגן און מ'דארף אויפרישן די עדה מיט א נייע נשוא פנים גייט מען זוכן אלס רב א פרעמדער און כדאי שטול צו מאכן די מחאה פון די מיטגלידער פון די עדה האבן זיי געזינגען אז דער נייער רב וועט בעיקר זיין דער שיינער איד אבער הרב שטערנבוך וועט פירן די זאך אונטערן נאמען ראבד

עכ"פ ווער וועט זיין דער פרעמדער האבן זיי פארגעשלאגן א גאר גוטע נאמען ריח"מ פרי"מ דומץ ווילי קיינע ראהט נישט געהאלטן אז זיין קאנדיטור גייט דורך גיין צוליב כמה סיבות למעשה האבן די יונגע געוואוסט יעדעם'ס סאפט פוינט און צו יעדן גערעדט צו זייער שפראך צו די פרישים זייער שפראך און צו די לינקערע זייער אוזי האבן אנגעדרייט ווי קרח בשעתו

ווען ס'האט אויסגעזען אז ס'גייט חלילה געשען די אומגלויבליכע האט דער גרויסער גאון בעל קנה בושם ז"ל מיט די פארשטייער פון די דושינסקי וואס זיי האבן ניך געזארגט אז די עדה זאל בלייבן נארמאל שנעלערהייט געברענגט א ענדע צו דעם קאנדידאטור און שנעל ארויפגעברענגט דעם צווייטן נאמען פון די פרעמד הגאון רי"ט ווייס ס'האט געדארפט צו הייסן אז ער איז א שטארקער און מ'קען אים נישט בייגן און ער וועט קענען גיין צווישן די שורות און פירן די עדה על מי מנוחות

דעמאלט צייט האט דער איד גאנץ ווייניג געשריבען איבער דעם גאבד ווייל זיי האבן נישט געקענט צו זיך קומען פונעם שרעקליכען צער פון רעבעצן פרי"מ און דער בלאט האט אים געהעריג געדעקט בכבוד הראוי

נישט דורך קיין לאנגע צייט און געזען אז נישט נאר איז דער גאבד נישט קיין שטארקער. איז מען צוריק געגאנגען צום ערשטן דיעל אז גאבד איז ער אבער פירן די עדה החרידית פירט עס דער ראבד

געשריבען אביסל קורץ ואתכם הסליחה

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 2:47 pm
דורך signout
עמעזאן האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:
signout האט געשריבן:זייער שיין באשריבן, אבער למען הפינקטליכקייט ער איז געווארען סגן נשיא אסאך פאר ער איז געווארען ראב''ד, איך ווייס נישט אויב דאס איז געווען ווען דער ברך משה איז געווארען נשיא אדער שפעטער, אין ווען ער איז געווארען ראב''ד האט מען געגבן פאר ר' י''ח מנשה פריעמדאן דעם קרוין אלס סגן נשיא (אלס פיוס נאכדעם וואס רוב הנהלת העדה האט אראפגעוואוט זיין קאנדידאטור אלס גאב''ד), וואס ער האט צירוקגעוויזן ווייל עס איז געווארען א ליצנות, אגב, נאכדעם וואס דער נשיא דער סאטמאר רבי דער ברך משה ז''ל איז נפטר געווארען האט מען נאכנישט קיין נייע סגן

לידיעה בעלמא, די בית דין האט אים קיינמאל אפיציעל אויפגענומען אלס ראב''ד.

צו לאנג צו דערציילן, ווער ס'האט נערווען און געדענקט די פאקטן פון בלויז פופצן יאר צוריק זאל אויפמישן.

לידיעה בעלמא די וואלן ביי הגרי''ח פריעדמאן איז געווען חצי חצי נישט רוב און די ארונישע מטגלידער האבן געשטיפט אז מען זאל גלייך באותו מעמד מאכן וואלען פאר הגאון הגדול האדיר הפוסק הדור מרן יצחק טובי' ווייס מיינענדיג אז זיי האבן אריינגעכאפט א אייגענע.... נישט דורך א לאנגע תקופה און די גאב''ד האט פארלוירן די אלע טיטלען און געבליבן א קאפ און וואנט סיקריק, יעני תקופה האט זיך די טיטלען אריבערגעטראגן צו א טשיקאווע עילוי הגאון ר' משה...
CP א שטיקל אנאליז בנוגע די בהמה שטיק פון *מהרז''ל נישט אויפנעמען דעם ראב''ד ירושלים עיה''ק!!*

באמת ברויך איך נישט יעדן טאג א פרישע ראי' אז מיין החלטה צו באלאנגן אין א קהילה ציווישן ערליכע האָרכזאמע אידן וואס זענען פאראייניגט אונטער אן ערליכע מנהיג ישראל וואס לאזט זיך נישט פירן פון הפקר אינגן, איז געווען דאס ריכטיגע. *פארט ווען די היפאקריטיע פון מיינע זאלי קאלעגן שרייט אזוי הויך*, מוז איך דאס אפשרייבן אז נאך מענטשן זאלן דאס קענען פארשטיין.

שוין אפאר יאר וואס איך הער די זאליס שעלטן און שרייען, *אז דער אהרן צוברעכט די עדה החרדית*!! וואס איז? ווי אזוי צוברעכט ער די עדה? וועט דיר דער זאלי זאגן, אההההה, די ווייסט נישט.. *ער איז זייער קאלט צו ר' יצחק טובי' דער גאב''ד*.. שרעקליך..

איז לאמיר דאס צונעמען אביסל. ס'איז פאר קיינעם נישט קיין ספק אז ווען נישט די ארונים, *זיצט דער גאב''ד אין אנטווערפן*, און די וועלט ווייסט ניטאמאל צו זאגן אז ער עקזיסטירט.

האט זיך געמאכט א מערכה ווי די עדה החרדית האט געוואלט אויפנעמען ריח''מ פריעדמאן אלס רב אין ירושלים. *די ארונישע אידן האבן געהאלטן אז ס'וועט זיין א בושה.

דעריבער האט מען געברענגט ר' יצחק טובי' ווייס פון אנטווערפן, *און מיר האבן מיט אלע כוחות אים אריין געלייגט אלס רב אין די עדה החרדית.*

*אונטער נארמאלע אומשטענדן וואלט אזא איד געברויכט האבן אביסל הכרת הטוב פאר די קהילה וואס האט אים ארלעדיגט דעם פאסטן*. אבער לאמיר לייגן הכרת הטוב אין דער זייט פאר א מינוט, און לאמיר דאס אנקוקען פון א מנהיגי'שע שטאנדפונקט. ס'איז ידוע לכל, אז פון ווען ר' יצחק טובי' איז אנגעקומען אויף ירושלים, האבן די ציווילדעוועטע חיות אין ירושלים אויף געלעבט. נאכן זיין מחוץ למחנה אויפן באפעל פון רבינו הקדוש זי''ע, און ווייטער ביי די צייטן פונעם מנחת יצחק זי''ע און רבי משה ארי' זי''ע, האבן זיי געטראפן א פתח פתוח ביי דעם נייעם רב, וואס האט נישט געהאט קיין אנונג ווי אזוי צו פירן די שטאט. אונטער זיין זייגער איז ירושלים אדורך דעם גרעסטן חורבן, זייט די חורבן בית שני. יעדע נאכט ברענען די מיסט קאסטנס, און יעדן טאג א נייע פראטעסט. *ס'איז היינט צו טאגס נישט דא קיין שום הנהגה, און קיין שום נארמאלקייט אין ירושלים.* מ'האט גענומען א איינעם ווי עמרם טייטלבוים.... און אים געמאכט פאר די ממלא מקום פון דעם רעספעקטירטע מסירת נפש איד ר' גרשון שטעמער ז''ל. מ'האט גענומען א ראצער ווי נחום אטיק, און געמאכט פאר די ממלא מקום פון ר' אברהם ראטה. עפעס א שמעון ראטטער, פאר די ממלא מקום פון ר' יוסף דאווידאוויטש. דער באקאנטער יצחק ווייס פאר די ממלא מקום פון ר' נפתלי ראזענפעלד. מ'האט ארויס געריקט ר' שלמה פאפענהיים פון די הנהלת העדה. *מ'האט איבער געגעבן די ווירטשאפט פון די עדה החרדית פאר חיות טורפות וואס זענען מבזה די עדה החרדית און סאטמאר לעיני השמש.* די עדה החרדית האט היינט אזא פנים אין די וועלט, ווי צימערמאן אין וויליאמסבורג.

*יעצט אלס אדמו''ר מ'סאטמאר האט מיין רבי א רעכט צו שפירן ווי ר' יצחק טובי'ס ווערטשאפט מאכט חרוב די עדה*. נאך אלעמען האט ער געהאט א פעטער וואס האט אים געלערנט וואס דאס איז עכטע קנאות. זיין פעטער האט זיך נישט אפגעהאלטן פון געבן פאר די נטורי קרתא/סיקריקים זייער פארציע. אפילו פרשת נשא ווען די תורה איז געווען איבער די שיכרות פון די נצחונות פון די ציונים, האט ער זיי גערופן מחריבי קרתא. ער האט קלאר געמאכט פארן קומענדיגן דור זיין מיינונג איבער די מטורפים, אסאך מער ווי די נושא פונעם עירוב, וואס קיינער האט נישט געהערט פון אים. *דעריבער וואונדערט אייך נישט אז מיין רבי איז קאלט צו ר' יצחק טובי', ער פארטראגט נישט די השחתה.* נאך אלעמען נעמט ער נישט קיין הדרכה ביי יצחק שטערן.

היצטער לאמיר דאס אנקוקען פון א פערזענליכע שטאנדפונקט. ווען ר' יצחק טובי' איז דאס ערשטע מאל געקומען צו פארן אויף אמעריקע, און די זאליס האבן נאך נישט געוואוסט ווי שטארק ער פלאנט זיי צו דינען, האבן זיי בשום אופן נישט געלאזט מאכן א קבלת פנים אין וויליאמסבורג. זיי האבן ניטאמאל געלאזט די התאחדות ארויסלייגן א ברוכים הבאים צעטיל, ביז די לעצטע מיניט ווען מ'האט געזעהן אז ס'קומט א קבלת פנים אין קרית יואל האט מען געברענגט די ת''ת קינדער אין געברענגט ר' יצחק טובי' מיט רבין אויפן פארטש ס'זאל הייסן אז ס'געווען עפעס, משא''כ אין קרית יואל האט מען פאר דעם גאב''ד געגעבען כבוד מלכים, ס'געווען פין די גרעסטע מעמדים אין ביהמ''ד בימים ההם. ער האט באקומען א הערליכע קבלת פנים אויפנאמע אין גרויסן ביהמ''ד אין קרית יואל, און דערנאך ביי דעם רבי'ן אין שטוב.

ס'גייט אבער נישט אדורך קיין 24 שעה, און ס'קומט די נייעס אז נישט מער און נישט ווייניגער, ער גייט צו די זאליס ביהמ''ד כאפן נאך א קבלת פנים. איך געדענק נאך ווי מיר האבן זיך געציפט צו זעהן צו מיר זענען אויף אדער מיר חלום'ען גאר. אפילו די זאליס וואס האבען זיך געפאטש די בייכער האבען פארשטאנען אז ס'מאכט קיין סענס.

נישט אז מיר גייט אן אז איינער גייט אהין. אבער פארט איז דאס נישט מענטשליך פארן גאב''ד ירושלים דאס צו טוהן צו א רב אין א שטאט, וואס זיין קהילה האט אייך ארלעדיגט דעם פאסטן, נאך דערצו אויף די ערשטע נסיעה קיין אמעריקע אלס גאב''ד.

קומט נאכדעם פרשת בני ברק. ס'איז דא א פסק בית דין פון די דריי גרעסטע בתי דינים אין די שטאט, רב לאנדא, רב וואזנער און ר' ניסים קרליץ אז די קהילה איז די פולקאמע בעלים אויף די זאל און די האטעל ביז ווען א דין תורה וועט זאגן אנדערש. און דאס לייגט זיך זייער אויפן שכל, ווייל מ'האט די הכנסה פון דעם זאל געמאכט פאר די וואס פירן די מוסד. איז ווידער געקומען דער רב וואס מיר האבן אריין געלייגט אין די עדה, און געווען דער נותן יד לפושעים נישט צו פאלגן דעם דין תורה. דער חידוש איז, אז די זאליס האבן ניטאמאל געהאט קיין רווח דערפון, ווייל סך הכל לייגט דער טאַהלער אריין דאס געלט אין טאש. ממש א בחינה פון זה 'לא' נהנה, וזה חסר.

גייט אדורך נאך א וויילע, און די קינדער און אייניקלעך פונעם ברך משה זי''ע זענען געגאנגען אין פעמילי קאורט בעטן אז זיי זאלן קענען אריין גיין צו זייער זיידע. זיי בעטן סך הכל אז זיי ווילן זוכה זיין צו האבן דעם זיידן ביי זייערע שמחות. קומט ווידער די נייעס פון ירושלים אז דער רב וואס מיר האבן אריין געלייגט אין די עדה, איז געווארן די שמש פאר מהרז''ל, און ער סטראשעט גאר ארויסצוגעבן א קול קורא קעגן די אידן וואס האבן אים אריין געלייגט אין די עדה. ביז ר''מ בראנסדארפער אין ר''מ האלבערשטאם זצ''ל האבען אים אפגעשטעלט מיט די הילף פין נאך חברי בי''ד.

*איך מיין אז מ'ברויך זיין א מלאך צו זיין ווארעם און ליבליך צו אזא איינעם!! פון דעסטוועגן דאך, איז נישטאָ אזאנס אז מיין רבי זאל פארן אויף 'ירושלים' אנע דעם וואס ער זאל זיך טרעפן מיט'ן גאב''ד. טאקע פאר דעם, ווייל ער לייגט זיינע פערזענליכע נגיעות אין די זייט, פאר'ן כבוד פון די עדה החרדית.*

יעצט לאמיר אריבערגיין צום ראב''ד ירושלים און מהרז''ל. דער ראב''ד האט נאך אין לעבן נישט פערזענליך וויי געטוהן דעם זלמן לייב. דער ראב''ד האט נאך אין לעבן נישט געטוהן א זאך קעגן די קהילה פון מהרז''ל. סך הכל האלט ער נישט א ס'איז דא קברי ישראל אין בית שמש. ער איז דאך נאך אלעמען איינער פון די גרעסטע פוסקים אין אונזער דור, און ער איז בארעכטיגט צו זיין מיינונג. אזוי טוט מען אים -פאר זיין מיינונג איבער די קברים- שופך דם זיין אנע אויפהער. ביי די אויפגעבלאזענע שקל הטהור חלוקה פון מהרז''ל האט מען דעם ראב''ד נאך געשריגן בחוצות ירושלים כאחד הרקים. *אין ראדני ביהמ''ד האט זיך איינער פון זייערע דיינים אויפגעשטעלט זאגן אז די ראב''ד איז א מתיר אשת איש, און מיט חוצפה נוראה אנגערופן דעם ראב''ד זקן ממרא*. מ'ווארפט פאשקעווילן אויף אים כאילו ער וואלט געוואלט געווען אזא סטייל עם הארץ ווי דער מהרז''ל, און מ'האט די חוצפה צו שרייבן שר''י. מ'איז מחנך א דור מיט די נידריגסטע חוצפה קעגן דעם ראב''ד וואס איז נאר שייך. פון דעסטוועגן דאך זאגט די ראב''ד אז פארן כבוד פון די עדה החרדית, און אפילו איך קום צו פארן צו אן ארונישע כינוס, פארשטיי איך אז איך ברויך גיין באזוכן דעם קליינעם ברודער.

ס'איז כדאי צו באמערקן אַז ס'איז נישט געווען קיין איין איינציגער ארוני וואס דאס האט געבאדערט. אדרבה יעדע ביי אונז האט פארשטאנען אז דאס איז די דיפלאמאטישע וועג ווי אזוי נארמאלע מענטשן פירן זיך אויף.

קומט דער קליינער טיפש מהרז''ל וואס זיצט אונטער די פליגלן פון יצחק שטערן און זאגט פארן ראב''ד ירושלים עיה''ק, איך קען אייך נישט אויף נעמען, ווייל איר קומט צו א כינוס וואס מיין ברודער מאכט. נעבעך!!

יאפ, פליפ פלאפ!!!

*עס קלינגט נאך אין די אויערן, ווי 18 יאר צוריק האבן מיר די דאזיגע אידן מסביר געווען, אז זיי קומען צוריק אויף סאטמאר צו זלמן לייב, ווייל א רב בישראל זאל קענען זאגן זיין מיינונג!!*

*יא יא.. סאטמאר וויליאמסבורג איז די איינציגסטער קהילה אויף כדור העולם וואס האט נישט געמאכט א הספד אויף רבי שמואל וואזנער ז''ל אלס פאר די חטא פון האבן 'זיין' מיינונג. און מהרז''ל קען זיך נישט טרעפן מיט די ראש בית דין פון ירושלים עיה''ק אלס פארן חטא פון האבן 'זיין' מיינונג!!*

און אויב מיינט איר אז דער זאלי שעמט זיך אפילו, האט איר א גרויסע טעות. *נעכטן האט ער אייך גערודפט, היתכן דיין רבי איז נישט ווארעם צום גאב''ד, און היינט פארשטייט ער הונדערט פראצענט אז מ'מוז דעם ראב''ד גאר מבזה זיין.* ס'איז ביי אים ניטאמאל א ספק, און ער האט שוין גרייט א פרישע תירוץ דערויף!!

*אזוי זענען זיי כסדר מטהר טמאים - ומטמא טהורים, אלעס לויט זייערע פאליטיק. הרב וואזנער ז''ל און דער ראב''ד שליט''א װאס קיינער וועט נישט פארלייקענען אז רבינו הקדוש זי''ע האט פאר זיי ארויסגעוויזן א חיבה יתירה, זענען טריפה. משא''כ ר' שמואל אויערבאך ז''ל וואס איז געווארן א צייטווייליגע קנאי, נאכן פארלירן די וואלן פאר א זיץ אין כנסת המינים, ער איז זוכה צו א הספד אין וויליאמסבורג.*

און דערנאך ווילן די זאליס איינרעדן זייער בחורים, אז נאר זיי רעפרעזענטירן די שיטה...

הצלחה רבה

נשלח: מיטוואך מאי 30, 2018 3:46 pm
דורך איסר האטלקי
איך בין אינגאצן צומישט אבער קודם אפאר קשיות:

די זאלוינים דארפן האבן הכרת הטוב פאר די ארוינים פארן אריינברענגען א רב וואס האט נישט קיין אהנונג וויאזוי צו פירן א שטאט?

איינמאל ער האט בדעת תורתו געשפירט צו שטיין על צד פון רז''ל עטליכע מאל איז ער אויס חשוב'ער איד? מען דארף אים רעספעקטירן בלויז ווען ער האט הכרת הטוב צו שטיין אויף דיין זייט עד הסוף אפילו נגד התורה?

איך ליין שוין נישט ווייטער, ס'גענוג פאר מיר. #פליפ פלאפ