בלאט 1 פון 2

זיבען יעריג קינד קען נישט איינשלאפען

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 4:05 pm
דורך [NAMELESS]
וואס טוה איך רבותי?? מיין טאכטער פון זיבען יאר אלט, א וואויל געזונט קינד, גייט שלאפען יעדע נאכט ארום אכט אזייגער, אבער זי וואלגערט זיך אין בעט שעות אריכות. אפט ביז עלעף אזייגער!! איך קען נישט געבען מעלטאנין יעדע נאכט , און וואס קען דאס מיינען??!!

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 4:21 pm
דורך פראפעסאר שפירא
די ערשטע זאך שלאג דיר נישט דערמיט, דאס מיינט אז שיק איר נישט אין בעט ביז זי גייט אליינס, ס'קען זיין אז דאס אליינס וועט היילען די פראבלעם, לאז איר אפילו איינשלאפען אויפען קאוטש טאמער ס'פירט זיך אזוי,

כ'גלייב נישט אז עס איז א ערענסטע פראבלעם, טוה וואס כ'האב געשריבען אין ריפארט צירוק אין א פאר וואכען,

הצלחה,

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 4:58 pm
דורך קלאר
עס איז דא א עיר קאנדישאן אין איר שלאף שטוב?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 5:00 pm
דורך שמעקעדיג
און ווען שטייט זי אויף?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 5:23 pm
דורך ניו יארק
פארפאלען.... חינוך וואס מען לייגט אריין גייט נישט אין גארבעטש.... א קינד טוט וואס די טאטע טוט... :lol: :lol: :lol:
באמת גערעדט, איך האב געהאט די זעלבע פארבלעם מיט א קינד - בערך 3 יאר אלט - און איך האב געפרעגא א דאקטער דערוועגן, האט ער געזאגט אז ער/זי (גילו גייט אן אויף א קינד אויך?) וועט עס אויסוואקסן, און אזוי איז טאקע געווען.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 7:21 pm
דורך איך אויך
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען נישט געבען מעלטאנין יעדע נאכט , און וואס קען דאס מיינען??!!

קענסט יא געבן וכן אני נוהג.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 8:01 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויך האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:איך קען נישט געבען מעלטאנין יעדע נאכט , און וואס קען דאס מיינען??!!

קענסט יא געבן וכן אני נוהג.


מעשה רב!

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 8:44 pm
דורך real jew
Give melatonin for a few months

Based on available studies and clinical use, melatonin is generally regarded as safe in recommended doses (five milligrams daily) for up to two years. Available trials report that overall adverse effects are not significantly more common with melatonin than placebo.

http://www.mayoclinic.com/health/melato ... ION=safety

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 9:28 pm
דורך פראפעסאר שפירא
אין איך זאג: געב נישט קיין מעלאטאנין,

מעלאטאנין איז גוט צי ניצען פאר אביסעל ווען מען ווייסט וואס די פראבלעם איז, למשל דאס קינד איז געשלאפען נאכמיטאג אין מען וויל נישט די סדר זאל פארדרייט ווערען, וכו,

דא, כ'מיין כ'ווייס נישט כ'בין נישט קיין נביא, אבער ס'לכאורה א פסיכאלאגישער זאך, לכאורה טאמער וועסטו איר נישט שיקען אין בעט פאר א שטיק צייט, נאר עס לאזען פאר די נאטור וועט זיך עס אליינס היילען,

פרוביר נישט צי צווינגען די גוף מיט מעלאטאנין, לאז עס פאר די נאטור, אמאל מיט גארנישט טוהן טוט מען מער אויף,

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 9:57 pm
דורך שמעקעדיג
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:אין איך זאג: געב נישט קיין מעלאטאנין,

מעלאטאנין איז גוט צי ניצען פאר אביסל.
כ'מיין כ'ווייס נישט, כ'בין נישט קיין נביא


כ'ווייס יא, כ'ווייס נישט - יא נביא, נישט קיין נביא, בני נביאים
אז דער פראפעסאר אליינס זאגט, דאן מי יבא אחרי המלך!

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 9:59 pm
דורך יידל
פראפעסאר שפירא איז אויך אנטקעגן וואקסינען. איי געס ער איז נישט קיין פראפעסאר אויף מעדעצין ;)

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:06 pm
דורך זר זהב
פראפעסאר שפירא האט געשריבן: אמאל מיט גארנישט טוהן טוט מען מער אויף,

דאס איז מיין כלל אין לעבן, איך טוה גארנישט! איין פראבלעם האט עס יא זאגט בענדזשעמין פרענקלין:

The problem with doing nothing is that you don't know when you're done

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:07 pm
דורך פראפעסאר שפירא
יידל האט געשריבן:פראפעסאר שפירא איז אויך אנטקעגן וואקסינען. איי געס ער איז נישט קיין פראפעסאר אויף מעדעצין ;)


טאמער בין איך קעגען וואקסינען מסתם ווייס איך וואס איך רעד, ווייל רוב המון עם וואס ווייסטנישט אין זענען נישט קיין פראפעסארען אויף מעדעצין געבען יא וואקסינען,

אין ביי דע וועי, געוויסע פראפעסארען וואס זענען געווען א טייל פין פראדוצירען וואקסינען האבען זיך שפעטער ארויס גערעדט דערקעגען,

סאו יא כ'בין אקעגען וואקסינען, יעצט גיי אין ברענג מיר די באווייזען אז עס ארבעט.... נישטא צי געפינען, חוץ אפשער א פאר אפגעפרעגטע פראפעגאנדע,

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:12 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:
פראפעסאר שפירא האט געשריבן: אמאל מיט גארנישט טוהן טוט מען מער אויף,

דאס איז מיין כלל אין לעבן, איך טוה גארנישט! איין פראבלעם האט עס יא זאגט בענדזשעמין פרענקלין:

The problem with doing nothing is that you don't know when you're done


איך האב עס געהערט אזוי:

The problem with doing nothing is that at the time you wake up in the morning you're already on the job

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 10:14 pm
דורך זר זהב
דאס איז אויך גוט, אבער נישט אזוי האט עס פרענקלין געזאגט

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2012 11:28 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:דאס איז אויך גוט, אבער נישט אזוי האט עס פרענקלין געזאגט

ווער האט דיר געזאגט אז פרענקלין האט דאס געזאגט? נעלסאן דעמיל האט עס געזאגט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:14 am
דורך זר זהב
ס'א מחלוקת זעהט אויס.
http://www.goodreads.com/quotes/104164- ... -when-your

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:20 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:ס'א מחלוקת זעהט אויס.
http://www.goodreads.com/quotes/104164- ... -when-your

www.goodreads.com/quotes/94435-the-problem-with-doing-nothing-is-not-knowing-when-you
איך גלייב אבער שווער אז איינער פון זיי האט געשריבן "when your finished", טשעק דיין לינק...

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:23 am
דורך זר זהב
איך גלייב אויך שווער. און וויזוי בלייבט עס , ווער האט עס געזאגט?

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:25 am
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:איך גלייב אויך שווער. און וויזוי בלייבט עס , ווער האט עס געזאגט?

וועט מען מוזן זאגן אלו ואלו נשרפין בבית הדשן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:28 am
דורך איך אויך
כאפטס אריין טענה'ט ענק אויס ווייל באלד קומט טאמבי ענק געבן א פסק פארן פרדרייען דעם אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:39 am
דורך געפילטע פיש
איך אויך האט געשריבן:כאפטס אריין טענה'ט ענק אויס ווייל באלד קומט טאמבי ענק געבן א פסק פארן פרדרייען דעם אשכול.

אקעי, איך האב מורא, וועל איך עס צוריק דרייען.

ראשעקאל, איי פיל לייק איים סטעיטינג די אבוויעס, אבער האסט שוין אמאל פראבירט איר צו לייענען א קאפיטעל אין קיריעס דזשארדזש אדער מלכה'לה און יוסעלע פארען גיין שלאפען?

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 12:34 pm
דורך יונגערמאנטשיק
פאר מ'הייבט אן בכלל צו גיבן עפעס פארן קינד דארף מען קודם נאכפארשן צו דאס קינד איז נישט געשלאפן אויפן באס אויפן וועג אהיים, אדער גאר אין סקול, וואס דאן ווייסט מען אז די פראבלעם איז נישט קיין פראבלעם, מ'דארף ס"ה מאכן זיכער אז זי גייט אין סקול אויסגערוהט און אז זי שלאפט נישט דארט וועט זי שלאפן געהעריג אינדערהיים. אויב דאס קינד שלאפט נישט אינמיטן טאג, איז דאס שוין מער ערענסטער.

א קינד וואס שלאפט נישט איין קען זיין א ערענסטע פראבלעם, און כמעט אייביג א פסכילאגישער פראבלעם. איך קען נישט זאגן פונקטליך וואס ווייל איך ווייס נישט קיין פרטים, אבער זייער אסאך מאל שלאפט דאס קינד נישט איין וועגן פחדים. און ס'גרינג צו דערגיין, אויב זי שלאפט נאנט צום טיר, אליין אין א שטוב אדער זי חלומט ביינאכט שרעקעדיגע זאכן און נאך. אויב איז דאס די מעשה איז ראטזאם אז די עלטערן זאלן זיך אראפלייגן מיטן קינד און רעדן צו איר, מ'קען ווייזן אז ביינאכט שפארט מען צו די טיר און זי דארף נישט מורא האבן. און אז די עלטערן זענען דא אויב עפעס געשעהט, און אז גארנישט געשעהט נישט ווייל דער אייבערשטער היט, און אז דו ליינסט קרי"ש ערליך וועט דיר גארנישט געשעהן, און ס'איז ראטזאם צו דערציילן א מעשה אדער אנצינדן א קינדער טעיפ, און בעיקר זאל דאס קינד זיך שפיהרן זיכער, נישט נאר מ'זאל רעדן צו איר, נאר מ'זאל דארט זיין, אין איר בעט אדער דערנעבן זי זאל פיהלן אז אירע עלטערן זענען דא און זי דארף זיך נישט זארגן. ביז געציילטע טעג וועט דאס קינד איינשלאפן שנעל און גרינג.

אמאל פעהלט וויטאמינען פון דאס קינד, אויב איז נישט פחדים די פראבלעם איז ראטזאם צו גיין צו א 'נוטרישעניסט', מעגליך אז דאס קינד ליידט אויף עפעס א 'ווייטאמין דעפישענסי'.

נעמען מעדיצנען איינצושלאפן מאכט לכוראה נאר ערגער אויף די 'לאנג ראן', איה"נ אויף די מינוט שלאפט זי איין, אבער די קערפער געוואוינט זיך צו אז ס'שלאפט נישט אן אנדעם.

אויב איז די פראבלעם קיין איינס פון די אויבענדערמאנטע איז דא נאך א עצה וואס איך האב אמאל געהערט פון איינעם אז ס'ארבייט. אבער דאס איז שוין אביסל מער קאמפלעצירט און ס'פארלאנגט אביסל מער פון די עלטערן. אויב דאס קינד שלאפט נישט איין ביז 11:00 אזייגער, זאל מען איר אויפהאלטן ווי שפעטער מ'קען, זי זאל נישט גיין שלאפן פאר 1:00 אזייגער, דאס וועט גורם זיין אז זי וועט אויפשטיין שפעט, און די נעקסטע טאג זאל מען איר לייגן שלאפן נאך שפעטער און נאך שפעטער, ביז מ'וועט אפשטופן דאס גיין שלאפן מיט א טאג!