בלאט 1 פון 2

א שטאך אינעם לופט באלון

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:50 pm
דורך איש את רעהו
יארן לאנג האט מען אנגעבלאזן א לופט באלון אז מען ראטעוועט שמירת התורה אינעם כנסת המינים
ליינט קלארע רייד

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 9:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פון וואו קומט דאס?

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:02 pm
דורך איש את רעהו
תלמידי הגר"ש ז"ל

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קענסט נישט ענטפערן נארמאל?

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:05 pm
דורך איש את רעהו
פין זייערע אימעיל

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס? ווען? ווער? וואו? דו מאכסט מיר סתם נייגעריג, איך הייב שוין אן חושד צו זיין אז דו האסט עס צאמגעשטעלט.

Re: א שטאך אינעם לופט באלון

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:11 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
לאמיר פארשטייען די מהלך המחשבה ביי ענק. ענק האבען גערעדט קאפ אין וואנט יארען, אז אין כנסת טוט מען נישט אויף. אלע גדולי ישראל האבען זיך נישט וויסענדיג געמאעט מיט דער אלטערנאטיוו מציאות דיינער. דו רופסט אן אלע גדולי ישראל א באלון? בסדר. יעצט האסטו א צעטעל אז נאך איינער האלט ווי ענק, אויפ׳ן בעסטען אופן. וויאזוי איז דער באלון צובראכען? יעצט איז עס סה"כ צוויי מענטשען קעגען צענדליגע, און דעמאלס איז עס געווען איין מענטש קעגען צענדליגע. ווער דארף נתפעל ווערען?

איז יעצט וויל איך וויסען, פארוואס ביסטו אזוי שוואך ביי זיך אז אפילו אזא משענת קנה הרצוץ איז גענוג פאר ענק? וואסי פשט אין אזא נידריגע זעלבסשעצונג? און אז עס טוט וויי, דארפסטו גארנישט טוהן פון חו"ל, נאר אנהויבען זען די מציאות ווי עס איז. דארפסט נישט גייען אין בחירות, ווייל דו וואוינסט נישט דארט. עס וועט דיר גארנישט קאסטען צו ווערען א נארמאלע מענטש, דארפסט נישט אפיר זוכען נארישע זינלאזע צעטליך. העלפ איז ניער.

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איינער האט אמאל געזאגט אז מ'טוט עפעס אויף? מ'גייט דען אהין עפעס אויפצוטון? סתם שטיצן היימישע מוסדות איז נישט גענוג סיבה צו גיין?

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:18 pm
דורך איש את רעהו
@ליטוואק
מע זעהט ווי א אדם גדול דענקט נאך אביסל זיין ארויס פינעם טאפ, ער רעדט צום פונקט

און יא ליטוואק אייערע גדולים זענען צום באדויער דורך פיפיגע לייט אריינגעפאלען אינעם באלון

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:19 pm
דורך איש את רעהו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איינער האט אמאל געזאגט אז מ'טוט עפעס אויף? מ'גייט דען אהין עפעס אויפצוטון?



גיי מאך האום ווארק

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און נאכדעם?

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:21 pm
דורך איסר האטלקי
איש את רעהו האט געשריבן:יארן לאנג האט מען אנגעבלאזן א לופט באלון אז מען ראטעוועט שמירת התורה אינעם כנסת המינים
ליינט קלארע רייד

וואו שטייט דא אז מען האט נישט יארן לאנג געראטעוועט שמירת התורה אין כנסת?

בס''ה טענ'ט ער אז די היינטיגע נציגים זענען שוין נישט געמאכט פארדעם.

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:26 pm
דורך איש את רעהו
איסר האטלקי האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:יארן לאנג האט מען אנגעבלאזן א לופט באלון אז מען ראטעוועט שמירת התורה אינעם כנסת המינים
ליינט קלארע רייד

וואו שטייט דא אז מען האט נישט יארן לאנג געראטעוועט שמירת התורה אין כנסת?



ס'שטייט נישט
מע זעהט ווי א אדם גדול דענקט נאך אביסל זיין ארויס פינעם טאפ

Re: א שטאך אינעם לופט באלון

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 10:26 pm
דורך גר ותושב
איש את רעהו האט געשריבן:יארן לאנג האט מען אנגעבלאזן א לופט באלון אז מען ראטעוועט שמירת התורה אינעם כנסת המינים
ליינט קלארע רייד


חסורי מיחסרא והכי קתני: הרב אויערבאך חסידים האבן געלעיבט און א באבל אז מען קען עפעס אויף טוהן אין כנסת און ער האט זיי געפלאצט די באבל זאגנדיג אז מען קען נישט אויף טוהן.
עד כאן לשיטת איש את רעהו.
והאמת הוא אז זיי זענען פונעם באבל נאך נישט ארויס.

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 11:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס איך וויל וויסן איז, האט איש-את-רעהו אליינס עס צוזאמגעשטעלט, אדער האט ער עס גע'גנב'ט פון ערגעץ און פון וואו ער האט עס גע'גנב'ט.

די תוכן הבריוו אינטערעסירט מיר גאנץ ווייניג, ווייל צי מ'טוט יא אויף צי נישט, ווען ער זאל ווען האבן איינער אין כנסת וואס פארטרעט איהם וואלט ער זיכער געהייסן גיין.

Re: א שטאך אינעם לופט באלון

נשלח: דאנערשטאג מאי 31, 2018 11:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך בין שוין אינגאנצען צומישט.

מ׳האט ביז יעצט געטוהן פארשידענע זאכען, און לשטות איש את רעהו זענען זיי נישט אויפטוהן. האלטען שבת אלס א יום מנוחה, אנהאלטען די גיטין וקידושין אונטער רבנישע פיהרונג, שטיצען חדרים און מיידעל שולעס, ועל כולם פטר׳ן ישיבה בחורים פון מיליטער ווילאנג זיי לערנען אין ישיבה, די זענען אלע נישט אויפטואונגען.

אויב אזוי, פארוואס האט מען טענות ווען לשיטתכם וויל מען עפעס טוישען? ביז יעצט איז אויך דאך נישט גוט געווען, וואס מאכט עס אויס אז מ׳טוישט?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 12:27 am
דורך איש את רעהו
איר פארזעהט די אויפריכטיגע ווערטער
rab..jpg

די חרדישע זיצערס ווערן נמשך אחר מינות, נישט דורך זיי וועט בלייבן דער קיום
האו קעיר'ס איבער נארישע הישיגים בעת די שומרי תורה ווערן נמשך אחר המינות

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 1:10 am
דורך איש את רעהו
המלוכה והממשלה האט געשריבן:
איש את רעהו האט געשריבן:@ליטוואק
מע זעהט ווי א אדם גדול דענקט נאך אביסל זיין ארויס פינעם טאפ, ער רעדט צום פונקט

סאטמער רב איז נישט געוועהן קיין אדם גדול?
ער האט אמאל געדענקט ארויס פון זיין טאפ


ער איז מעולם נישט אריין אינעם טאפ
אווי פילע זענען נעבעךך אריינגעפאלן

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 3:18 am
דורך berlbalaguleh
איש את רעהו: אבער וואס איז געווען ביז היינט?! אוואו איז דער/די תשובת המשקל...?!

Re: א שטאך אינעם לופט באלון

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 6:24 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט׳ס דאס אז מען ראטעוועט איז נישט געווען קיין לופט באלון. ענדליך ביסטו מודה. זייער פיין.

יעצט איז די פראבלעם אז מענטשען ווערען נמשך נאך כפירה, גאר א נייעם. וואס איז די מינות נאך וועם מ׳איז נמשך? ווייל מיט ציונות האט הרב שמואל נישט געהאט קיין פראבלעם. אדרבא, ער האט אין דעם געגלויבט עטוואס, נישט ווי זיין טאטענ׳ס רבי׳ן הרב קוק, און אפשר נישט ווי זיין רב הגרי"מ חרל"פ, אבער נגוע דערין איז ער געווען. איז וואס איז די כפירה?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 7:27 am
דורך איש את רעהו
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הייסט׳ס דאס אז מען ראטעוועט איז נישט געווען קיין לופט באלון. ענדליך ביסטו מודה. זייער פיין.
ס'יא געווען א באלון
יעצט איז די פראבלעם אז מענטשען ווערען נמשך נאך כפירה, גאר א נייעם. וואס איז די מינות נאך וועם מ׳איז נמשך?


Sent from my LG-K373 using Tapatalk


דאס פראבלעים פון נמשך ווערן נאך די אפיקורסים איז אלץ געווען די הויפט צרה
מיט די איינגערעטע הישיגים האט מען פרובירט פארנארן דעם ציבור

Re: א שטאך אינעם לופט באלון

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 9:45 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דו קענסט מפרנס זיין דיין ווערטער, אן שפרינגען צו א צווייטע נושא? וויאזוי איז געשטאכען געווארען א באלון? וועלכע הישגים זענען אויס הישגים דורך די בריוו?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יוני 01, 2018 10:20 am
דורך איסר האטלקי
מ'קען שוין טוישן קעפל צו ''לופט אינעם שטאך באלון''