בלאט 1 פון 2

חינוך ענגלאנד

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:12 am
דורך Avrom
די געזעץ אין ענגלאנד אויף חינוך איז זייער שווער

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:13 am
דורך איסר האטלקי
נו, וואס קען מען טון דערצו?

Re: חינוך ענגלאנד

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:14 am
דורך אונטער חכם
עפענען אן אשכול.

טשאלענט ניו יארק

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:45 am
דורך בענדזשאמין פרענקלין
די טשאלענט פארדייעט זיך נישט געהעריג

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:57 am
דורך Avrom
אסאך פלעצר מאכט מען יום תפילה בפרט כ סיון שטייט א סימן כס יה כ סיון יום הכיפורים

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:58 am
דורך שמעקעדיג
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:די טשאלענט פארדייעט זיך נישט געהעריג

העי! וואו איז דיין חמין במוצ"ש..... אהער דערמיט!

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 3:07 am
דורך שמעון וואלף
Avrom האט געשריבן:אסאך פלעצר מאכט מען יום תפילה בפרט כ סיון שטייט א סימן כס יה כ סיון יום הכיפורים

געווען וואס האבן געטייטשט: כס קה - כ' סיון, קרן הצלה

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 12:08 pm
דורך יין שרף
שמעון וואלף האט געשריבן:
Avrom האט געשריבן:אסאך פלעצר מאכט מען יום תפילה בפרט כ סיון שטייט א סימן כס יה כ סיון יום הכיפורים

געווען וואס האבן געטייטשט: כס קה - כ' סיון, קרן הצלה

כי יד על כס, אז מען וויל לייגן די האנט אויפן כיס, ווייל אין הכיס שלם. ק"ה שרייט מען קרן הצלה.. אדער "מלחמה לה' בעמלק"..
מדור דור ארבייט עס שוין אזוי..

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 12:37 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: כ'האב געמיינט אז דו גייסט טייטשן כי יד על כס...ווען מ'לייגט די הענט אויפ'ן גלעזעלע...י-ה. שרייט מען אז מ'מיינט דעם באשעפער...!

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 1:03 pm
דורך Avrom
רבותי כ סיון איז א גרויסער טאג 100טאג צ'י ר"ה

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:00 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דער 'ישועות משה' האט זיך אונטערגעזינגען א העיליגער ניגון פון די ימים נוראים, האט איהם די גבאי געפרעגט, "רבי, ס'נאך דא אסאך צייט ביז ר"ה, ס'דאך נאך נאר כ' סיון?" האט איהם דער רבי אנגעקוקט מיט די העיליגע פייערדיגע אויגן און געזאגט: "קען זיין אז דו ביזט שוין גרעיט, אבער איך בין נאכנישט גרעיט".

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:05 pm
דורך אייער שפייז
Avrom האט געשריבן:די געזעץ אין ענגלאנד אויף חינוך איז זייער שווער

איינער קען אריין קימען מיט מער דיטעלס זיי ווילן מ'זאל לערנען (מער) ענגליש ?

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:22 pm
דורך בן ישי
לויט ווי איך פארשטיי רעדט מען פון א אמת'ע גזירה אויף חינוך.
זיי ווילן נישט סתם מ'זאל לערנען מער ענגליש וכו' זיי ווילן מ'זאל מסביר זיין פאר די קינדער אז נישט יעדער איז מכיר בה' ובתורתו און נאך יסודי הדת

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:35 pm
דורך איסר האטלקי
ביז יעצט מיינען די קינדער אז יעדער איז מכיר?

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 2:39 pm
דורך בן ישי
איסר האטלקי האט געשריבן:ביז יעצט מיינען די קינדער אז יעדער איז מכיר?

נישט סתם זאגן נאר מ'זאל זיי אויסלערנען אלע צדדים און זיי לאזן אפמאכן וואס זיי פארשטייען...

נשלח: זונטאג יוני 03, 2018 3:26 pm
דורך Avrom
השם ירחם

Re: חינוך ענגלאנד

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 12:51 am
דורך אייער שפייז
מארגן איז דא אין לונדן א יום תפילה

Sent from my SM-J327P using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 1:17 am
דורך וחלופיהן
מען שלאגט פאר נייע סטאנדארטן פאר פריוואטע שולעס אז מען זאל דארפן מסביר זיין פאר קינדער צו רעספעקטירן האמאסעקסואלן און טראנס וכדומה. פאר דער רעגירונג איז נישט גענוג אז מען זאל זאגן די קינדער אז מען דארף האבן דרך ארץ פאר יעדעם איינעם, אל תהי בז לכל אדם וכדומה, נאר זיי פארלאנגען אז מען זאל זאגן די קינדער איבער די סארט ענינים און אז עס זענען פארהאן אזעלכע סארט מענטשן און אז מען דארף זיי רעספעקטירן.

אויסער דעם, בנוגע בריאת העולם (קריעשיאניזם) וועט מען נישט טארן דאס אויסלערנען כאילו עס האט ראיות פון פאקטן און אז עס איז גלייך צו 'סייענטיפיק' טעאריעס.

פאר חסידישע חדרים איז א סך ערגער וויבאלד זיי שלאגן אויך פאר אז מען זאל לערנען מיט קינדער געהעריג א פולער פראגראם פון לימודי חול.

צו די נייע סטאנדארטן זענען זיי אויך מציע נייע כוחות פאר אפסטעד (דער ביורא וואס איז באשטומט פון דער רעגירונג אויף בודק צו זיין שולעס) אז זיי זאלן קענען לייכט אפשליסן א שולע, נישט ווי היינט וואס מען קען זיי דוחה זיין בלך ושוב.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:20 pm
דורך בן ישי
היינט איז פארגעקומען א גרויסע עצרת תפילה

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 4:49 pm
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:היינט איז פארגעקומען א גרויסע עצרת תפילה

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 8:41 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי: אבער אין לאנדאן איז מען פארנומען מיט פייערן און טאנצן און טרינקען לחיים אויף די פטירה פון הרב שטיינמאן זצ"ל. אויך זענען די נטורי קרתא אידן (פון וועם ס'איז ב"ה דא בשפע) ביזי זיך אינטערוויוען פאר די געוואלדיגע אוהבי ישראל, די בי. בי. סי. זיי מסביר צו זיין דעם געדאנק פון יהודי ולא ציוני...מיט די פאלעסטינער טליתים'לעך און די גרויסע איי. די. קארטלעך מיט'ן פאלעסטינער פאן אויף דעם...! איז ווי האט מען צייט צו שתדל'ען און מתפלל זיין איבער אן עכטע גזירה...!

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 1:35 am
דורך שמעקעדיג
רבי בערל...!!!

.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 1:42 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ווען איך האב געזעהן דעם גרויסן סיין מיט א נאו לעפט טוירן. האביך מיך דערשראקן. כ'האב געמיינט אז איך גיי (ח"ו) באקומען א טיקעט מיט פאוינטס...!

אבער. איז אמת וואס איך זאג...? ביי מיר איז נישט קיין ספק. נאר פאר די וועלט...!