בלאט 1 פון 1

ש'כח בן ישי

נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 1:58 am
דורך ווייל אזוי
איך בין נישט קיין פול טיים שרייבער דא אין שטיבל, פשוט ס'קומט מיר נישט אויס צו שרייבן יעדן טאג, אבער ווען איך קום שוין יא אריין דא און איך זעה פרישע ווארע מאכט מיר עס פילן גוט און אסאך מאל פרוביר איך צוצולייגן צום נושא.

ס'געווען צייטן וואס איך האב געלאוד די פעידזש יעדע צוויי מינוט צו זעהן אויב איז אפשר עפעס אריינגעקומען, אנדערע מאל'ן בין איך אריין אין די ארכיוון און געזוכט.

אבער די לעצטע פאר וואכן זעה איך אז ס'איז כסדר דא פרישע סחורה אין יעדע נושא, קוקנדיג אויף די שרייבער זעה איך אז ס'איז [tag]בן ישי[/tag] וויל איך אויסשרייען אז די קאווע די לעצטע 3 חדשים איז נתנדב געווארן דורך מורני "בן ישי" ובזכות זה זאל ער אויפגעראכטן ווערן מיט אלעם גוט'ס.

יעדע מענטש קען ביישטיין און וויל/דארף די חיזוק אויף אנצוגיין ווייטער, איך האב איהם שוין געשיקט אין פרייוועט א ש'כח אבער איך פיל בתוך רבים אהללנהו.