בלאט 1 פון 2
די ארגאנעזאציע PEARLS
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 7:13 am
דורך בן ישי
PEARLS וואס באשטייט פאר "Parents for Educational And Religious Liberty in Schools" איז א ארגענעזאציע וואס איז געגרינדעט געווארן דורך די עסקנים פון אגודת ישראל צוזאמען מיט מנהלים פון די חסידישע מוסדות אין ניו יארק.
מ'האט עס געגרינדעט כדי צו העלפן פארבעסערען די לימודי חול אין די היימישע מוסדות ווי למשל צו דריקן בוקס וואס איז אויסגעהאלטן צו ווייזן פאר יודישע קינדער און אזוי ווייטער.
אזוי אויך זענען זיי דא צו דיפענדן די עדיוקעישון וואס אינזערע מוסדות געבן און נישט לאזן די גאווערמענט זיך אריינמישן נאר זיי ווילן אליין פארראכטן וואס מ'דארף.
און די לעצטע תקופה וואס די מוסדות ווערן כסדר אטאקירט אין די מידיא שטעלן זיי זיך ארויס מיטן ווייזן וואס זיי טוהן אלץ צו פאררעכטן און מיטן ווייזן וואס מ'לערנט אלץ אין די מוסדות און אזוי אויך מיטן ווייזן די פיינע סוקסעספולע ביזנעסלייט וואס זענען געקומען דורך דעם סיסטעם.
דא וועל איך פרובירן צו לייגן די זאכן וואס זיי שטעלן כסדר ארויס.
זייער סייט איז
http://pearlsny.orgאון אויף טוויטער @pearlsNY
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 7:28 am
דורך בן ישי
For Jewish Hasidic Yeshiva Graduates: "The Sky is the Limit
Yeshiva Graduate and Architect, Chaim Fishman CEO of Fishman & Associates
https://m.youtube.com/watch?v=bLSY5by0YekYeshivas A foundation for business success
OJBA show
https://m.youtube.com/watch?v=DH2U4CS7zPEMastering Spelling at Bobover Yeshiva
https://m.youtube.com/watch?v=-1sliqCJiUsHasidic Ultra-Orthodox children getting a lesson about Dr. Martin Luther King
https://m.youtube.com/watch?v=u-w59Vicup8
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 7:45 am
דורך בן ישי
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 7:47 am
דורך בן ישי
@pearlsNY
High impact instructor Naphtali Hoff, PsyD @impactfulcoach teaching 'sentence diagramming' at #Hasidic #Jewish #Orthodox Belz boys school in #BoroPark #SchoolChoice
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 7:47 am
דורך בן ישי
א ביכל פון די ארגענעזאציע
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 7:48 am
דורך בן ישי
משה דוד נידערמאן געבט א אינטערוויא וועגן די ארגאנעזאציע צו מאמענט מאגאזין
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2018 7:55 am
דורך בן ישי
Rabbi Eli Katz teaches eager Hasidic kids the metric system
https://mobile.twitter.com/pearlsNY/sta ... 2297711616
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 8:03 am
דורך בן ישי
נשלח: דינסטאג יוני 12, 2018 8:14 am
דורך בן ישי
געשעפטן אין בארא פארק הענגן די צעטלעך אויפן טיר
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 2:36 am
דורך בן ישי
בארא פארק און וויליאמסבורג געשעפטן
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 2:38 am
דורך בן ישי
היינט איז געווארן פארטיילט באמפער סטיקערס וואס שרייבן I'm a proud Yeshiva parent protect my right to choose
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 10:42 am
דורך בן ישי
בן ישי האט געשריבן:היינט איז געווארן פארטיילט באמפער סטיקערס וואס שרייבן I'm a proud Yeshiva parent protect my right to choose
https://mobile.twitter.com/askbooboo/st ... 76/video/1
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 2:59 pm
דורך כלבאשבוע
בן ישי האט געשריבן:היינט איז געווארן פארטיילט באמפער סטיקערס וואס שרייבן I'm a proud Yeshiva parent protect my right to choose
I'm a proud minivan owner, please respect my rights and don't post stuff on my vehicle without permission
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 6:01 pm
דורך בן ישי
כלבאשבוע האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:היינט איז געווארן פארטיילט באמפער סטיקערס וואס שרייבן I'm a proud Yeshiva parent protect my right to choose
I'm a proud minivan owner, please respect my rights and don't post stuff on my vehicle without permission
ווען זיי לייגן ווען א סטיקער וואלט איך פארשטאנען דיין טענה, אבער זיי האבן געלייגט א מעגענעט וואס די קענסט אראפ נעמען אין א סקונדע.
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 6:05 pm
דורך כלבאשבוע
כבין ארומגעפארן א האלבע טאג ווי א נער און נישט געוויסט אז סדא א מעגנעט אויף מיין קאר, כרעד שוין נישט פון דעם אז לייג מיר נישט אריין דיינע ווערטער אין מיין מויל
סאיז א אגרעסיוו טעקטיק און נישט מענטשליך
נשלח: מיטוואך יוני 13, 2018 6:42 pm
דורך בן ישי
Student at the Yeshiva Yagdil Torah Geography Fair Explaining the Chernobyl Disaster
https://mobile.twitter.com/pearlsNY/sta ... 58/video/1
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 10:15 pm
דורך היכי דמי
לויט מיין מיינונג טוהן זיי זייער א שוואכע ארבעט, איבערהויפט ווען זיי פרובירן אויפצוקלערן די גאנצע וועלט אז אונז האבן א גוטע עדיוקאציע, און זיי ברענגן אפילו בילדער, אבער ווען מען קוקט זייער בילדער זעהט מען אז אלעס איז נאר פון געציילטע מוסדות׳ן וואס קען זיין האבן טאקע א גוט ענגליש קלאס.
פארוואס האבן זיי נישט קיין איין בילד פון סאטמאר, קלויזענבורג, סקווירא, וויזניץ, פאפא, וואס טויזענטער קינדער לערנען אין איר? נאר איך און דו ווייסן אז מען לערנען נישט מיט זיי אויף א נארמאלער פארנעם.
אגב איך האב פונקט גערעדט מיט אן ענגליש טיטשער זאגט ער מיר אז איינע פון די פרומע מוסדות׳ן אין בארא פארק האבן אים געווארפן צוליב וואס ער איז נישט אויף זייער סטאנדערט. און אנשטאט אים האבן זיי טיטשערס וואס קענען קוים ענגליש.
אויך האט מיר דערציילט א אינגערמאן, אז זיין חבר איז געקומען צו אים מיט א ענגליש בוק, ער זאל אים פארלערנען וואס עס שטייט ווייל ער איז א ענגליש טיטשער אין חדר, און ער קען עס נישט ליינען געהעריג.
אט אזוי קוקט אונזער ענגליש קלאס אויס אין אסאך היימישע חדרים, און מען לאזט זיך פאר׳נער׳ן מיט פערעלס אז אונז האבן א רעגולער ענגליש
נשלח: דאנערשטאג יוני 14, 2018 11:11 pm
דורך אישתישבי
יעצט איז שוין דא א תירוץ, מאסטער האט געוואלט.
עס דרייט זיך א קליפ פין א אלטע קאקער וואס רעדט א גוטע ענגליש, און איז מסביר בטוב טעם ודעת אז מען לערנט נישט ענגליש מיט די קינדער, ווייל מען וויל נישט האבן א הארווי וויינשטיין, אדער א טראמפ הי סעד שי סעד, מצד שני זאגט ער בנשימה אחת אז אונזער עדיוקעישן איז אזוי גוט אז עס איז דא הויך ראנגיקע לויערס פין אונזערע חדרים, צ.ב.ש. אללען דערשעוויץ וכו',
איך מיין אז אונזערע שכל איז פארלוירן געווארן ערגעץ אין פרק אלו מציאות, מיט דער מהלך וואס מען גייט, זעה איך פאר אז אין א פאר יאר וועט זיין שטרענגע איבערוואכט אויף לימודי חול אין די ישיבות.
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 12:45 am
דורך רביה''ק זי''ע
בן ישי האט געשריבן:ווען זיי לייגן ווען א סטיקער וואלט איך פארשטאנען דיין טענה, אבער זיי האבן געלייגט א מעגענעט וואס די קענסט אראפ נעמען אין א סקונדע.
ביזט אויפ'ן קאפ געפאלן?! זאג מיר נאר וואו דיין קאר שטייט, איך קום שוין ארויפלייגן מעגנעטס.
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 3:48 am
דורך בן ישי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:בן ישי האט געשריבן:ווען זיי לייגן ווען א סטיקער וואלט איך פארשטאנען דיין טענה, אבער זיי האבן געלייגט א מעגענעט וואס די קענסט אראפ נעמען אין א סקונדע.
ביזט אויפ'ן קאפ געפאלן?! זאג מיר נאר וואו דיין קאר שטייט, איך קום שוין ארויפלייגן מעגנעטס.
קענסט לייגן וואס די ווילסט, אויב איז עס בוני עולם אדער rccs וועל איך עס מסתמה לאזן אנדערע וועל איך לכאורה אראפ נעמען.
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 11:48 am
דורך יעקב מענטש
כלבאשבוע האט געשריבן:כבין ארומגעפארן א האלבע טאג ווי א נער און נישט געוויסט אז סדא א מעגנעט אויף מיין קאר, כרעד שוין נישט פון דעם אז לייג מיר נישט אריין דיינע ווערטער אין מיין מויל
סאיז א אגרעסיוו טעקטיק און נישט מענטשליך
חוץ אויב ס'שטייט עפעס וואס דו גלייכסט יא.
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 1:05 pm
דורך כלבאשבוע
יעקב מענטש האט געשריבן:כלבאשבוע האט געשריבן:כבין ארומגעפארן א האלבע טאג ווי א נער און נישט געוויסט אז סדא א מעגנעט אויף מיין קאר, כרעד שוין נישט פון דעם אז לייג מיר נישט אריין דיינע ווערטער אין מיין מויל
סאיז א אגרעסיוו טעקטיק און נישט מענטשליך
חוץ אויב ס'שטייט עפעס וואס דו גלייכסט יא.
ניין, אפילו אויב סשטייט עפעס וואס כגלייך יא, טשעפע נישט מיין רשות אן רשות
נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 1:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
בן ישי האט געשריבן:קענסט לייגן וואס די ווילסט, אויב איז עס בוני עולם אדער rccs וועל איך עס מסתמה לאזן אנדערע וועל איך לכאורה אראפ נעמען.
כ'גיי ארויפלייגן א פרא-מדינת-ישראל מעגנעט, און דו גייסט עס נישט באמערקן ביז צוויי טעג, עמיר דעמאלטס זען ווי דו וועסט שעלטן.