בלאט 1 פון 1

געדאנקען פון א צעמישטער ניק

נשלח: פרייטאג יוני 15, 2018 1:23 am
דורך אפטעמיסט
שלום עליכם, עליכם השלום.

איך וואנדער אריין אין שטיבל נאכ'ן נישט זיין דא א לאנגע צייט. ניטאמאל האב איך געעפענט די אקטיווע אשכולות, און כ'ווייס נישט ווער פון די אלטע זענען נאך בחיים. לעצטענס קומט מיר אויס אסאך צו טראכטן וועגן די מענטשליכע נאטור, און דערפאר שרייב איך יעצט. ליגענדיג לאנגווייליג אין בעט האב איך מיר אזוי פלוצים דערמאנט פון ק"ש. איך טראכט אזוי און קלער אז כ'בין אזוי ארויס פון די ענינים — און כ'קען מיך נישט העלפן נאר טראכטן פארוואס. פאר עטליכע יאר נאכנאנד איז קאווע שטיבל געווען אן אומבויגזאמע חלק פון מיין לעבן. גיי רעד וועגן דראגס; איך בין באמת געווען עדיקטיד צו ק"ש מער ווי גוזמאן צו סחורה. און אזוי איין שיינעם טאג בין איך פארשוואונדען געווארן, נישט בכוונה, און באמת אינגאנצן, צי כמעט אינגאנצן פארגעסן אז עוד קאווע שטיבל חי. איינער קען מסביר זיין וואס האט פאסירט? זענען ניקס ווירטואלע כאראקטארס פון פארשוינען וואס געהערן צום מענטשליכן ראסע — וואס גייען דורך תקופות אין לעבן און שרייבן אויף ק"ש בבחינת ואפילו בהסתרה וואס ווערט נמאס נאך א שטיק צייט, אדער שפיגלן זיי אפ עכטע מענטשן — עמך אידן, מיני-ווען דרייווערס, תיקון עסערס און דבר יום ביומו עדווערטייזער.

כ'כאפ נאר א קטן און כ'קום שוין צוריק.