בלאט 1 פון 1

הרה"ג רבי אברהם צבי בעק ז"ל

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:39 pm
דורך יעקב מענטש
נעכטן איז נפטר געווארן אין א"י הרב אברהם צבי בעק ז"ל, נאכן זיך געזעגענען מיט זיין קהילה אין מלבארן אוסטראליע בערך צוויי וואכן צוריק.

דער רב ז"ל האט פאר די לעצטע 30 יאר משמש געווען ברבנות אין אוסטראליע, און פארדעם 25 יאר אין מאנטיווידעא אוראגוואי, ווי ס'האט געבליהט א הערליכע אידישע קהילה וואס זענען אהינגעקומען נאכן קריג. ווען רוב אידן האבן זיך געצויגן קיין אמעריקע האט מען אויפגענוען דעם רב ז"ל אין אויסטראליע.

דער רב איז געווען א ת"ח און א אויסערגעווענליכער בעל מדות, די אויסטראליע קהילה האט זיך געזעגענט פון אים מיט טרערן אין די אויגן (נישט קיין גוזמא), ער איז דאכט זיך מיר געווען פון די וויזניצע מורדים (שבת קען דא העלפן מיט אינפארמאציע), און האט איבערגעלאזט שיינע דורות, בנין וחתנין רבנן, אלע פון זיי בעלי צורה.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:52 pm
דורך בן ישי
ער איז געווען א תלמוד פון וויזניץ און זיך געהאלטן נאנט מיט אלע היינטיגע וויזניצע רבי'ס.
געווען זייער באליבט ביי זיין קהילה אין אוסטראליע און געפירט א הערליכע קהילה פון אלע קרייזן צוזאמען אן קיין מחלוקת.
ווען ס'נאר געקומען א רב באזוכען אין שטאט האט ער אלץ זייער שיין אויפגענומען און מכבד געווען יעדעם איינעם און פלעגט זיי אלע געבן א שיינע סכום.
געווען א גרויסע תלמוד חכם בקי בד' חלקי שלחן ערוך.
א גרויסע אבידה.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 3:53 pm
דורך בן ישי
נו אפשר קען בערל אריינקומען מיט מער אינפארמאציע לגבי די יארן אין אוראגוואי?

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 6:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב פונקט היינט אויפגעהויבן א ביכל וועגן הרב ר' ישעיה'לע קערעסטירער, ווי זיי פארציילען דארט אז דער טאטע פון דער מעלבורנער רב איז געקומען פון אן אשכנזישע שטוב, אבער עס האט זיך איהם געגלוסט אלס בחור צו פארען קיין קערעסטיר. ער האט נישט געפאלגט זיין טאטע וואס האט עס איהם פארבאטען, און ער איז געפארען קיין קערעסטיר. גלייך ביים אריין גיין אין שטוב, האט ר' ישעיה'לע איהם געגעבן א פסק "א טאטע דארף מען פאלגן!" און אן אפילו א שלום עליכם האט ער זיך אומגעדרייט און צוריק אהיים געפארען.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 7:09 pm
דורך יין שרף
פלוצלינג גלייבט ער אין רבי'שע מעשיות.. :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 7:36 pm
דורך שמעקעדיג
לויט'ן שו"ע מעג מען פארן צו א רבי'ן אקעגן דעם רצון פון א טאטן.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 7:40 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט'ן שו"ע מעג מען פארן צו א רבי'ן אקעגן דעם רצון פון א טאטן.

א קשיא אויף רבי ישעי'לע אדער אויפן ביכל?

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 7:46 pm
דורך mevakesh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב פונקט היינט אויפגעהויבן א ביכל וועגן הרב ר' ישעיה'לע קערעסטירער, ווי זיי פארציילען דארט אז דער טאטע פון דער מעלבורנער רב איז געקומען פון אן אשכנזישע שטוב, אבער עס האט זיך איהם געגלוסט אלס בחור צו פארען קיין קערעסטיר. ער האט נישט געפאלגט זיין טאטע וואס האט עס איהם פארבאטען, און ער איז געפארען קיין קערעסטיר. גלייך ביים אריין גיין אין שטוב, האט ר' ישעיה'לע איהם געגעבן א פסק "א טאטע דארף מען פאלגן!" און אן אפילו א שלום עליכם האט ער זיך אומגעדרייט און צוריק אהיים געפארען.

רבי ישעיה'לע איז אוועק תרפ"ה, אפאר יאר פאר מעלבוירנער רב איז געבוירן.
אפשר רעדט מען פון פריערדיגן מעלבוירנער רב, רבי אלימלך אשכנזי.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי האט געשריבן:נו אפשר קען בערל אריינקומען מיט מער אינפארמאציע לגבי די יארן אין אוראגוואי?

בן ישי: ליידער נישט. ווייל ער איז געקומען אנצונעמען די רבנות פאסטן נאך ר' אברהם לייטנער. און איך בין אוועקגעפארן קורץ פאר ר' אברהם לייטנער האט פארלאזט די שטאט. מיין טאטע האט מיטגענימען א ספר תורה וואס האט באלאנגט פאר ר' אברהם לייטנער. ווייל ער האט שוין דאמאלס געפלאנט איבערצולאזן די קהילה.

כאטש ער (ר' אברהם לייטנער) איז געווען זייער אן עפעקטיווער רב און מרא דאתרא, האט ער געהאט א סאך מתנגדים און שונאים. ער האט פערזענליך געגעבן השגחה אויף די כשר'ע פלייש. און ער איז אומאפגעשמועסט פון פריער געגאנגען זעהן ווי די שוחטים שחט'ן. אויך אויף די כשר'ע מילעך האט ער געהאט קאנטראל (מיט א משגיח ). ס'איז געווען זייער גוט ארגאניזירט. מ'האמיר שוין געשמועסט איבער די פרטים, ואכמ"ל. אויך האט ער געגעבן השגחה אויף כשר'ע אויל וואס איז געווארן פאבריצירט דורך א גוי'אישע קאמפעני. אין די תלמוד תורה האט ער אויכעט אנגעפיהרט. אויך מיט א ישיבה קטנה. וואס בחורים פון די שכינות'דיגע מדינות זענען געקומען דארט לערנען...!

די התנגדות האטציך גענומען פון דעם פאקט וואס ער איז געווען א גרויסער קנאי. און א סאטמאר'ע חסיד. און ער האט אייביג אין זיינע דרשות געהאקט אויף די ציונים און מדינת ישראל. און דארט זענען געווען א פאר אידן וועלכע האבן דאס נישט געקענט פארליידן. האבן זיי אייביג אריינגעשריגן אין מיטן פון זיינע דרשות, ווען ער האטציך צופייערט...!

דארט איז אויכעט געווען א איד וואס איז געווען פון זיינע מתנגדים/שונאים. א קליען געשעיווטער איד. און ווען ער איז געקומען וואוינען קיין בארא פארק האט ער זיך געלאזט וואקסן א לאנגע בארד. און אפיהרגענימען זיין יחוס פונדערהיים. אלס א סאטמאר'ע תלמיד...!

נחזור לענייננו. איך האב ליידער נישט געקענט אדער באגעגנט הרב בעק ז"ל...!

Re: הרה"ג רבי אברהם צבי בעק ז"ל

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 8:15 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
mevakesh האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך האב פונקט היינט אויפגעהויבן א ביכל וועגן הרב ר' ישעיה'לע קערעסטירער, ווי זיי פארציילען דארט אז דער טאטע פון דער מעלבורנער רב איז געקומען פון אן אשכנזישע שטוב, אבער עס האט זיך איהם געגלוסט אלס בחור צו פארען קיין קערעסטיר. ער האט נישט געפאלגט זיין טאטע וואס האט עס איהם פארבאטען, און ער איז געפארען קיין קערעסטיר. גלייך ביים אריין גיין אין שטוב, האט ר' ישעיה'לע איהם געגעבן א פסק "א טאטע דארף מען פאלגן!" און אן אפילו א שלום עליכם האט ער זיך אומגעדרייט און צוריק אהיים געפארען.

רבי ישעיה'לע איז אוועק תרפ"ה, אפאר יאר פאר מעלבוירנער רב איז געבוירן.
אפשר רעדט מען פון פריערדיגן מעלבוירנער רב, רבי אלימלך אשכנזי.
די מעשה האט געזאלט פאסירען מיט די טאטע פון דער מעלבורנער רב, וואס זיין טאטע איז געווען דער אשכנזישע איד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 8:31 pm
דורך אישתישבי
הייסט עס אז ער איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל?

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 11:19 pm
דורך בן ישי
אישתישבי האט געשריבן:הייסט עס אז ער איז נפטר געווארן אין ארץ ישראל?

יא

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2018 11:42 pm
דורך שבת אחים
יעקב מענטש האט געשריבן:נעכטן איז נפטר געווארן אין א"י הרב אברהם צבי בעק ז"ל, נאכן זיך געזעגענען מיט זיין קהילה אין מלבארן אוסטראליע בערך צוויי וואכן צוריק.

דער רב ז"ל האט פאר די לעצטע 30 יאר משמש געווען ברבנות אין אוסטראליע, און פארדעם 25 יאר אין מאנטיווידעא אוראגוואי, ווי ס'האט געבליהט א הערליכע אידישע קהילה וואס זענען אהינגעקומען נאכן קריג. ווען רוב אידן האבן זיך געצויגן קיין אמעריקע האט מען אויפגענוען דעם רב ז"ל אין אויסטראליע.

דער רב איז געווען א ת"ח און א אויסערגעווענליכער בעל מדות, די אויסטראליע קהילה האט זיך געזעגענט פון אים מיט טרערן אין די אויגן (נישט קיין גוזמא), ער איז דאכט זיך מיר געווען פון די וויזניצע מורדים (שבת קען דא העלפן מיט אינפארמאציע), און האט איבערגעלאזט שיינע דורות, בנין וחתנין רבנן, אלע פון זיי בעלי צורה.


ער איז נישט געוועהן פון די מורדים לויט ווי איך האב געהערט- נאר זיין ברודער משה בער.

ער איז געוועהן שטארק מקושר צו ״בית וויזניץ״ און ער איז געוועהן דבוק זיין גאנץ לעבן צום אמרי חיים זצ״ל און צו ר׳ מאטעלע און ר׳ מוישעלע. ער האט געברענגט גאנצע משפחות קיין וויזניץ (משפחת לעווין ועוד) ער האט גע׳עצהט פאר געוויסע אין זיין קהילה זאלן שיקן זייער קינדער אין ר׳ מאטלע׳ס ישיבה. ער האט זיך געקאכט אין וויזניצער ניגונים און נוסח. א ריכטיג וויזניצער חסיד געוועהן. א תלמיד פון די הייליגער אמרי חיים וואס איז געגעאנגען אין זיינע וועגן מיט זיינע גאלדענע ״מידות טובות״ און ״אהבת ישראל״. זיינע קינדער און אייניקלעך זענען אלע תלמידים און הייסע מאנסי-וויזניצער חסידים. חבל על דאבדין. יהי זכרו ברוך.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 11:38 am
דורך בן ישי
.

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 4:12 pm
דורך יעקב מענטש
יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט'ן שו"ע מעג מען פארן צו א רבי'ן אקעגן דעם רצון פון א טאטן.

א קשיא אויף רבי ישעי'לע אדער אויפן ביכל?

רבי ישיע'לע איז די תירוץ אויף זיין קשיא, פון אן אנדער טייג געקנאטן

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 1:12 am
דורך שמעון וואלף
יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט'ן שו"ע מעג מען פארן צו א רבי'ן אקעגן דעם רצון פון א טאטן.

א קשיא אויף רבי ישעי'לע אדער אויפן ביכל?


א קשיא אויף ליטוואק פאר'ן גלייבן א מעשה וואס איז נגד שו"ע

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 8:22 am
דורך אישתישבי
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט'ן שו"ע מעג מען פארן צו א רבי'ן אקעגן דעם רצון פון א טאטן.


עס איז נישט אזוי פשוט.

קענסט קוקען אין הפלה'דיגען ספר פסקי תשובות אויף כיבוד אב ואם.

פין דער הלכה אז א טאטע קען נישט זאגן חתונה האבן מיט א ספעציפישע מיידל איז נישט א שטארקע ראי', דא רעדט מען פין גיין צו א רבי טראגן דער רצון פין טאטען, און עס ווענד זיך שטארק פארוואס דער טאטע וויל נישט.

אויב איז עס א בזיון פאר דער טאטע ווען ער גייט צו יענער רבי, איז עס לכאורה יא א פראבלעם. און פארשטייט זיך עס ווענד זיך אין אסאך פרטים.

אגב, איין זאך וואס דער פסקי תשובות איז קראנק, אז ער הייסט פרעגען א מורה הוראה, דאס בכלל איז א לעצטיגע קרענק אז ספרים זאגען אז מען דארף פרעגען א מורה הוראה, העלאו? איך קוק דא אן אויב בין איך א מורה הוראה? נישטא אין שולחן ערוך ערגעץ וואס זאגט אויך א זאך אז מען דארף פרעגען א רב. שולחן ערוך שטייט וואס די הלכה איז, א מורה הוראה ווייסט נישט מער ווי דער שולחן ערוך, קען דער שולחן ערוך נישט הייסן פרעגען א מורה הוראה.

הכלל כאילו עס איז דא א זאך אז מען ברויך פרעגען, דער גאנצע פרעגען איז נאר אויב מען ווייסט נישט, נישטא אזא מושג אין די תורה אז פארשידענע הלכות געהערען נאר פאר פארשידענע מענטשען צו זאגען דער הלכה.

Re: הרה"ג רבי אברהם צבי בעק ז"ל

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 10:17 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט אביסל נאאיוו. די ניווא פון היינטיגע מורה הוראה איז, אז די ספרים פסקי תשובות וכו׳ גייען נישט אראפ פון טיש. דא אין לעיקוואד קענסטו אריין גייען צום סקווערער דיין (די מערסטע אוועילעבעל פון אלע מו"צ׳ן אין שטאט) און דו וועסט נאר זע׳ען די סארט ספרים דארט. ביי וועמען זאלען זיי פרעגען?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 21, 2018 11:39 am
דורך נקודת-אמת
אישתישבי האט געשריבן:נישטא אין שולחן ערוך ערגעץ וואס זאגט אויך א זאך אז מען דארף פרעגען א רב.
שולחן ערוך שטייט וואס די הלכה איז, א מורה הוראה ווייסט נישט מער ווי דער שולחן ערוך, קען דער שולחן ערוך נישט הייסן פרעגען א מורה הוראה.

מאך גוגל סערטש אויף וויפהל מאהל שטייט אין שו"ע: "יעשה שאלת חכם"
נאכדעם קום צוריק מיט דעטאלן.
ייש"כ.

נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 8:35 pm
דורך שמעקעדיג
אישתישבי האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:לויט'ן שו"ע מעג מען פארן צו א רבי'ן אקעגן דעם רצון פון א טאטן.


עס איז נישט אזוי פשוט.

קענסט קוקען אין הפלה'דיגען ספר פסקי תשובות אויף כיבוד אב ואם.

פין דער הלכה אז א טאטע קען נישט זאגן חתונה האבן מיט א ספעציפישע מיידל איז נישט א שטארקע ראי', דא רעדט מען פין גיין צו א רבי אקעגן דעם רצון פון טאטען, און עס ווענדט זיך שטארק פארוואס דער טאטע וויל נישט.


.

נשלח: מיטוואך יוני 27, 2018 8:03 am
דורך בן ישי
הקמת מציבה

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 10:57 am
דורך [NAMELESS]
בילד