בלאט 1 פון 1

מעשה נבלה אויף מאנסי טרעילס צוליב די מחיצה

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2018 12:31 am
דורך בלויע רעקל
היינט פאר איך אויפן באס און א א״י׳דיגער אינגערמאן האט זיך אויפגעשטעלט ביי א יעדע סטאפ און אויסגעטאפט די מחיצה כאילו ער וואלט געווען א TSA אגענט, איך בין צוגעגאנגען צו אים און געפרעגט וועלכע סטאפ גייסטו אראפ״, נאכן ענטפערן, האב איך אים געפרעגט ״פארוואס שטייסטו ביי יעדעס סטאפ״? ״עס איז א חילול השם״ האב איך אויסגעפירט.

דער באנדיט איז אראפגעלאפן פון באס אין א רגע כמימרא.

וכאן המקום לעורר אז דאס מחיצה איז א פירצה און נישט קיין תיקון! דער דרייווער האט מיר געזאגט אז ער האלט מיט כסדר מעשיות אשר לא יעשו צוליב די מחיצות.

די באסעס וואס קומען פון מאנהעטן האבן נישט קיין מחיצות, קענסט גארנישט טאהן! יעדער קוקט! חוץ מזה וואס די אויגעלעך זענען א שמירה.