בלאט 1 פון 1
רעזארט ווארלד קאסינא
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 7:18 pm
דורך ווייל אזוי
די זומער האט זיך שוין אפיציעל אדער אום אפיציעל אנגעפאנגען און מ'פאנגט אן פון פריש "זומער תשע"ח", די פעקלעך פאנגן אן זיך צו באקוועם מאכן אויף די שטויביגע שאפעס, די קאנטרי וואט'ס עפפ גראופ'ס ווערן גרעסער מיט יעדע פארבייגייענדיגן מינוט, די עולם ווערט באקוועם צווישן זיך און מ'פארארבערט שוין פונקטליך ווען די מנינים זאלן זיין, אזוי אז יעדער זאל זיין צופרידן.
די מענער וואס קומען אויף די וויקענד האבן די חזקה צו האבן די פאול יעדע פרייטיג נאכמיטאג און מוצאי שבת ווי שפילן וואלי ווערט גערעכנט אלץ א חלק פונעם שווימען.
אבער היי יאר צו אלע ענדשוימענטס איז צוגעקומען א פרישע טייערע ענדשוימענט וואס דאס איז די קאסינא וואס האט זיך געעפנט אין פעברואר.
"ריזארט ווארלד קאסינא" איז די ערשטע אפיציעלע קאסינא געעפנט צו ווערן אין ניו יארק, די קאסינא געפונט זיך אין מאנטיסעלא הארט נעבן איחוד באנגעלוי קאלני און נאך, אזש אז די אלע אידן וועלכע האבן הנאה פון די פאוקער שפיל דארפן ניטאמאל זיך אנשטרענגן אנצוקומען דארט, ס'דויערט פונקטליך 4 מינוט פון זיין באנגעלוי קאלני אנצוקומען צום ליבליכן פאוקער טיש און שפילן מיט עטליכע הונדערט דאלער און נאך אפשר מאכן מער געלט.
היי יאר וועט געפראוועט ווערן סעודות דדוד משיחא (וואס איז א סגולה פאר פרנסה) און די זאלן פון ריזארט ווארלד קאסינא, ווי מ'וועט פארציילן מעשיות פון בעש''ט הקדוש, די וואלי שפילערס וועלן זיך מוטשען מיט א מנין, בקיצור ס'גייט זיין לעבעדיג.
פון מיינע צוויי באזוכן דארט האב איך ביידע מאל געטראפן היימישע אינגעלייט פארברענגן, לאמיר האפן אז די עולם זאל האבן א הצלחה אז ס'זאל זיך כאטש אויסצאלן.
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 7:24 pm
דורך קורקלענד
איר וואונטשט אזוי הצלחה כאילו ס'איז שייך בכלל מצליח צו זיין......
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 7:55 pm
דורך בן ישי
געווען א שיינע עולם דארטן נעכטן נאכט...
Re: רעזארט ווארלד קאסינא
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 10:01 pm
דורך אונטער חכם
וויפיל געלט האבן זיי דערלייגט?
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 10:08 pm
דורך קורקלענד
אונטער חכם האט געשריבן:וויפיל געלט האבן זיי דערלייגט?
די ערשטע פּאָר מאָל לאָזן זיי שיין פארדינען, אזוי אז די געמבּלער זאל זיך אנזאמלן אן אפּעטיט און זיך איינרעדן אז ער ווייסט וואס ער טוהט. זיי ווייסן סייוויסיי אז דאס גאנצע געלט וועט צוריק אריינקומען מיט א סורפלוס, זיי כאפן דיר ווען דו ביסט ס'ווייניגסטע גערעכנט.
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 10:18 pm
דורך בן ישי
קורקלענד האט געשריבן:אונטער חכם האט געשריבן:וויפיל געלט האבן זיי דערלייגט?
די ערשטע פּאָר מאָל לאָזן זיי שיין פארדינען, אזוי אז די געמבּלער זאל זיך אנזאמלן אן אפּעטיט און זיך איינרעדן אז ער ווייסט וואס ער טוהט. זיי ווייסן סייוויסיי אז דאס גאנצע געלט וועט צוריק אריינקומען מיט א סורפלוס, זיי כאפן דיר ווען דו ביסט ס'ווייניגסטע גערעכנט.
וואס מיינט זיי לאזן דיר פארדינען? נישט דא אזא זאך.
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 10:19 pm
דורך בן ישי
אונטער חכם האט געשריבן:וויפיל געלט האבן זיי דערלייגט?
מיינע חבירים זענען ארויס מיט מער ווי מ'איז אריין
נשלח: זונטאג יוני 24, 2018 10:26 pm
דורך קורקלענד
בן ישי האט געשריבן:וואס מיינט זיי לאזן דיר פארדינען? נישט דא אזא זאך.
אויב איר האט געדולד און פארשטאנד
קענט איר דא מעיין זיין.
Re: רעזארט ווארלד קאסינא
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 2:37 pm
דורך אונטער חכם
דארט שטייט נישט אז זיי לאזן דיר פארדינען.
נשלח: מאנטאג יוני 25, 2018 4:21 pm
דורך ווייל אזוי
קורקלענד האט געשריבן: די ערשטע פּאָר מאָל לאָזן זיי שיין פארדינען, אזוי אז די געמבּלער זאל זיך אנזאמלן אן אפּעטיט און זיך איינרעדן אז ער ווייסט וואס ער טוהט.
נאר אביסל צו מסביר זיין איז אזוי, ס'דא סלאט מאשינען וואס דארט איז די מאשין מער ווייניגער בעל הבית (און דאס האסטו אויך אין עמפייער סיטי אין יאנקערס) נאכדעם איז דא טעיבל געימס ווי בלעקדשעק, ראלעט און נאך און נאכדעם איז דא פאוקער טעיבלס ווי מענטשן שפילן קעגן מענטשן און די קאסינא נעמט א פארצענט פון די געלט וואס גייט דורך, אין מאנטיסעלא אויפ'ן צווייטן שטאק איז דא א גאנצע צימער נאר פון פאוקער טישן וואס דארט איז עס דיין קאפ מיט וואס דו מאכסט געלט און ס'נישט דא קיין מאשינען אדער אנדערע זאכן וואס נעמען אוועק די געלט און לאזן דיר נישט פארדינען.
דא קענסטו כאפן א בליק אויף וויקיפעדיע וואס פאוקער איז אלל אבאוט.
Re: רעזארט ווארלד קאסינא
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:48 pm
דורך טרויבן88
פאר די אלע אויבער חכמים, איין זאך איז קלאר עס איז נישט קיין "איינער" וואס איז געווארן א עושר פון א קאסינא, וואס יא??? א עושר פירט אן די קאסינא... און ער ווערט רייכער פון די קאסינא, וואס מיינט אז עס ברענגט אריין געלט, פון מענטשן וואס פארלירן געלט! וויפיל חשבונות עס זאל נאר זיין איז דאס דער פאקט אין נישט עפעס אנדערש,
אויב איינער גייט האבן פאָן אין קאסינא, ער ענדזויעט די געים, שפיל וויפיל די ווילסט, פארשטייט זיך מיט געלט וואס די ביסט רעדי צי פארלירן, קום אריין מיט א אפגעמאכט סכום וואס די ביסט גרייט צי פארלירן טויט צי רויט, מאך נישט אפ צי פארלירן אסאך געלט, וויבאלד די פארלירסט אסאך וועט נישט אויסמאכן ווילאנג די שפילסט, ווייל די וועסט עס נישט צוריקמאכן... למשל אויב די האסט פארלוירן 5000 טויזנט דאלאר האלסטו אין א מצב מיט שוואכע טשענסעס צי ציריק מאכן דאס געלט,
עניוועי עס איז מען האפן אז אידן זאלן פארלירן וואס ווייניגער געלט...
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 2:26 pm
דורך קורקלענד
די כלל פון 'מאך אָפּ פון פריער וויפיל איר זענט גרייט צו פארלירן' איז נישט אייביג גילטיג, נישט יעדער קען זיך האלטן דערצו. הלכּך איז פיל מאל בעסער ניטאמאל צו נעמען א שאַנס.
Re: רעזארט ווארלד קאסינא
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 2:47 pm
דורך אונטער חכם
טרויבן88 האט געשריבן:פאר די אלע אויבער חכמים, איין זאך איז קלאר עס איז נישט קיין "איינער" וואס איז געווארן א עושר פון א קאסינא, וואס יא??? א עושר פירט אן די קאסינא... און ער ווערט רייכער פון די קאסינא, וואס מיינט אז עס ברענגט אריין געלט, פון מענטשן וואס פארלירן געלט! וויפיל חשבונות עס זאל נאר זיין איז דאס דער פאקט אין נישט עפעס אנדערש,
די טענה איז נישט אזוי אמת , אין די סטאק מארקעט ווערן אויך די עקסטשעינדזשעס רייך דורך פיעס וואס זיי טשארדזשן עס מוז נישט מיינען אז איינער פארלירט געלט.
נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 3:26 pm
דורך קורקלענד
ס'דא א ריזיגע חילוק ציווישן איינער וואס רעכנט א צוגענליכע פרייז פארן באניץ פון א פלאטפארמע, און איינער וואס קומט מיט א מיינד סעט פון טרענספערן יענער געלט פון זיין קעשענעס צו די מעקלער'ס קעשענע.
בד''וו נישט אלע סטאק בראוקערס זענען ארענטליך אסאך זענען טאקע נישט צופיל בעסער ווי קאסינאו'ס.