בלאט 1 פון 3

"מענדעלע"

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 12:24 pm
דורך גדליה
ווי מיר ווייסן אלע מוטשעט אונז מחשבות זרות, נארישע מחשבות וואס פאלן ביי א מענטשן און רעדן אים איין צו טון און טראכטן און זאגן אלע סארטן נארישע זאכן. מאנכע רופן דאס "שטן" נאך אנדערע רופן עס "סטרא אחרא".
בעצם זענען דא וואס גלייכן נישט די אלע סארטן נעמען ווייל מ'שטיינס געזאגט, וואסארא מין גערעדעכץ איז דאס. דער "שלעכטער" יצר, כאילו תאוות נשים קומט עפעס פון א פרעמדע מאן דהוא. אנטשולדיגט, כ'בין א מענטש, און דאס איז מיינע אייגענע רצונות און באגערן. ווי האט דער קאצקער געזאגט, "דאס זענען נישט מחשבות זרות, דאס זענען דיינע אייגענע." אבער פארט קען יעדער אמאל פילן אז עס זענען דא זאכן וואס ער זאגט אדער טוט נישט ווייל ער וויל באמת, נאר ס'איז סתם אזא יצר. ברויך מען דאך א געהעריגער נאמען פאר יענעם.
די וואך איז מיר עס איינגעפאלן.
ס'איז מיר געקומען ווי א שטורעם. ווי א בליץ.
מענדעלע.
יא, מענדעלע.
קוקטס מיר נישט אן אזוי. כ'רעד נישט אוודאי פון דעם וויזניצער רבי'ן פון בני ברק שליט"א, וועלכער איז א בנן של קדושים, דאוונט הארציג פראוועט שיינע טישן און פירט אן עדה אידן.
כ'רעד פון מענדעלע. דער מענדעלע וואס דער עולם טרייבט ליצנות אויף זיין חשבון. דאס איז עפעס א מין מענדעלע. נאכנישט געווען אזא מענדעלע מימות מענדעלעך. כ'גלייב נישט דאס האט א שייכות מיט דעם גרויסן מנהיג. ס'איז סתם אזא מענדעלע אזא.
א מענדעלע.
מענדעלעך קומען אין אלע פארעמען און קאלירן. רוב ווערן געבוירן מיט זיי. אמאל זעצן זיי זיך אריין ביי איינעם א שטיק צייט און זיי ווערן פארשוואונדן. אמאל בלייבן זיי אויף אייביג. אבער יעדער וואס גייט דורך זיבעציג יאר אין זיין לעבן האט עפעס א שייכות מיט מענדעלע.
איך האב אויך א מענדעלע. איך גלייך זיך צו נאריש מאכן אמאל און איך גלייך ווען מענטשן האלטן פון מיך. איך האב קיינמאל נישט פארשטאנען פון וואו ס'קומט צו מיר, נעמליך כ'בין דאך אזא עניו ווי ס'איז אפילו רב יוסף נישט גע'חלומ'ט צו זיין. יעצט כאפ איך שוין. ס'איז מענדעלע.
א שטיקל לשון הרע'לע און א ביליגע ליצנות אויף חשוב'ע אידן. בעצם בין איך זייער א וואוילער און גוטער, נאר דאס איז מיין שוואכקייט. ס'איז מענדעלע.
מענדעלע האט זיך זיינע משוגעתן און ער רעכנט זיך בכלל נישט אויב ס'שטימט על פי תורה אדער על פי שכל. אזוי וויל ער און אזוי וועט זיין. א מענדעלע.
מענדעלע איז איבערצייגט הונדערט פראצענט אז ער מיינט גוט, און ער מיינט טאקע גוט! נאר ס'גוטסקייט איז אזוי מענדלדיג.
פון היינט און ווייטער ווען איך צושריי זיך אויף מיין בני בית וועל איך איר געבן א זאג, "נישט גע'דאגה'ט, ס'איז מענדעלע."
און אז איינער קריטיקירט די דאזיגע פירקלענישן, וועל איך נאר אנטווארטן, "ס'איז נישט איך, ס'איז מענדעלע."
ש'כח, מענדעלע.
איי לאוו יו, מענדעלע.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 12:31 pm
דורך טאמבל סאס
ס'שמעקט פון ונבנתה.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 12:33 pm
דורך טאמבל סאס
וואס מיינסטו צו זאגן אז מ'דארף פארשטיין מענדעלע, ער איז א מענטש ווי אלעמען און כאטש בלאפט ער נישט?

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 12:45 pm
דורך גדליה
טאמבל סאס האט געשריבן:וואס מיינסטו צו זאגן אז מ'דארף פארשטיין מענדעלע, ער איז א מענטש ווי אלעמען און כאטש בלאפט ער נישט?

יעדער קען ארויסלערנען פון מיינע ווערטער וואס ער וויל 8-)

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:09 pm
דורך קאך_לעפל
גדליה, איך פארשטיי עטוואס דיין פונקט, אבער כ'מיין אז דאס איז אינגאנצן נישט אזוי פשוט...

ווען דער מענדל האט בלויז עטליכע משוגענע קאפריזן, אדער נעוורן אנטצינדונגען, וועלכע ער פארלאנגט פון זיינע שווענץ דאס נאכצוטאנצן החרשתי...אבער ווען ס'קומט צו ע''ז ממש איז א אנדערע געשיכטע...

דער נעבד בן לאה, איז גענוי ווי פרעה, נבוכדנצר און המן ימ''ש רח''ל...וואס זייער אויסטערלישער דורשט צו כבוד און צו אומבאגרעניצטע מאכט איז געווען אזוי גרויס, אזש ס'האט זיי געטריבן זיך צו דעקלערן אלס א קאנקערענט צום בורא עולם. זייערע בייזע גייסטער האבן זיך נישט אפגעקילט, ביז זיי האבן גאר פארלאנגט פון זייער אונטערטאנען זיך צו ביקן צו זיי ביז צו דער ערד און זיי צו דינען בלינדערהייט. שיטת שוואנצנות / ע''ז בלע''ז

דער אונטערשייד איז בלויז אז פרעה, נבוכדנצר און המן האבן ווירקליך געטראסקעט די וועלט און געקעניגט אויף פולע לענדער. דערפאר איז כאטש געווען עטוואס ארט פאר טעותים...

דאקעגען דער נעבד בן לאה, האט זיך דעקלערט אלס אן אפגאט, און וויבאלד ער איז ווארשיינליך גארנישט מער ווי א פוסטער נפוחה, איז ניטאמאל דא קיין ארט זיך טועה צו זיין אין דעם גוף עכור. אין די אויגן פון די אלגעמיינע מענטשהייט איז ער זאגאר גארנישט מער ווי דער רוסישער שיסטער וואס וואוינט די אנדערע זייט גאס.
אבער ווי דער קאצקער זי''ע זאגט אויף דער ווארט ג.ו.ף. גוף וויל פארט. דער נעבד ונרבע בן לאה וויל פארט זיין אן אפגאט, טאטי איך וויל...טאטי כ'דארף....און אז נישט ביי די אלגעמיינע מענטשהייט, כאטש ביי זייינע נעבאכדיגע שווענץ. דערפאר דעקלערט דער נעבד אין זיין פינסטערע ע''ז רעדע, אז ווער ס'וויל נישט פראקטעצירן דעם פעור-סטיל-עבודה פאר אים, קען זיך געין פון ווישניץ, א זאך וואס מאנכע פון זיי האבן נאכנישט די קאראזש צו טאן.

און די מענטשהייט זאגט אים אז ג.ו.ף. איז אויך די ר''ת גוף וועט פגר'ן. בן לאה פרעס אריין וואס מער קעגעל און פצעי, אזוי וועט דאס ע''ז פגר דיינער, זיין וואס גרעסער...

ס'איז נישט סתם אזוי א מענדעלע... אזא דורכגאנגאבארע שטן קאשמאר...אדער אזא קליינע יצר הרע'לע...מ'רעדט דא פון א שייגאץ און א גארנישט, וואס האט זיך ווירקליך דערקלערט אלס אן אפגאט....אלס א קאנקערענט צום בורא עולם רח''ל...

עַל כֵּן נְקַוֶּה-לָּךְ ה' אֱלֹקינוּ לִרְאוֹת מְהֵרָה בְּתִפְאֶרֶת עֻזָּךְ: לְהַעֲבִיר גִּלּוּלִים מִן הָאָרֶץ, וְהָאֱלִילִים כָּרוֹת יִכָּרֵתוּן, לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַּי........

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:11 pm
דורך נקודת-אמת
ווער ס'הא געקענט אונזער באליבטע שלום-עליכם
מיט זיינע טוביה'ס און זיינע מנחם-מענדל'ך פון כתריאליווקע והגלילות
וועט פארשטיין עומק כוונתו פון רבינו [tag]גדליה[/tag]...
:roll: :lol:
(אדער גאר מיינט ער מֶנְדְלֵי-מוֹכֵר-סְפָרִיםׂ)

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:14 pm
דורך נקודת-אמת
קאך_לעפל האט געשריבן:ס'איז נישט סתם אזוי א מענדעלע... אזא דורכגאנגאבארע שטן קאשמאר...אדער אזא קליינע יצר הרע'לע...מ'רעדט דא פון א שייגאץ און א גארנישט, וואס האט זיך ווירקליך דערקלערט אלס אן אפגאט....

קען זיין אז דיין יצר'ל איז א קליינעם, גדליה האט גערעדט פון זיין אייגענע...

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:21 pm
דורך גדליה
קאך_לעפל האט געשריבן:גדליה, איך פארשטיי עטוואס דיין פונקט, אבער כ'מיין אז דאס איז אינגאנצן נישט אזוי פשוט...

ווען דער מענדל האט בלויז עטליכע משוגענע קאפריזן, אדער נעוורן אנטצינדונגען, וועלכע ער פארלאנגט פון זיינע שווענץ דאס נאכצוטאנצן החרשתי...אבער ווען ס'קומט צו ע''ז ממש איז א אנדערע געשיכטע...

דער נעבד בן לאה, איז גענוי ווי פרעה, נבוכדנצר און המן ימ''ש רח''ל...וואס זייער אויסטערלישער דורשט צו כבוד און צו אומבאגרעניצטע מאכט איז געווען אזוי גרויס, אזש ס'האט זיי געטריבן זיך צו דעקלערן אלס א קאנקערענט צום בורא עולם. זייערע בייזע גייסטער האבן זיך נישט אפגעקילט, ביז זיי האבן גאר פארלאנגט פון זייער אונטערטאנען זיך צו ביקן צו זיי ביז צו דער ערד און זיי צו דינען בלינדערהייט. שיטת שוואנצנות / ע''ז בלע''ז

דער אונטערשייד איז בלויז אז פרעה, נבוכדנצר און המן האבן ווירקליך געטראסקעט די וועלט און געקעניגט אויף פולע לענדער. דערפאר איז כאטש געווען עטוואס ארט פאר טעותים...

דאקעגען דער נעבד בן לאה, האט זיך דעקלערט אלס אן אפגאט, און וויבאלד ער איז ווארשיינליך גארנישט מער ווי א פוסטער נפוחה, איז ניטאמאל דא קיין ארט זיך טועה צו זיין אין דעם גוף עכור. אין די אויגן פון די אלגעמיינע מענטשהייט איז ער זאגאר גארנישט מער ווי דער רוסישער שיסטער וואס וואוינט די אנדערע זייט גאס.
אבער ווי דער קאצקער זי''ע זאגט אויף דער ווארט ג.ו.ף. גוף וויל פארט. דער נעבד ונרבע בן לאה וויל פארט זיין אן אפגאט, טאטי איך וויל...טאטי כ'דארף....און אז נישט ביי די אלגעמיינע מענטשהייט, כאטש ביי זייינע נעבאכדיגע שווענץ. דערפאר דעקלערט דער נעבד אין זיין פינסטערע ע''ז רעדע, אז ווער ס'וויל נישט פראקטעצירן דעם פעור-סטיל-עבודה פאר אים, קען זיך געין פון ווישניץ, א זאך וואס מאנכע פון זיי האבן נאכנישט די קאראזש צו טאן.

און די מענטשהייט זאגט אים אז ג.ו.ף. איז אויך די ר''ת גוף וועט פגר'ן. בן לאה פרעס אריין וואס מער קעגעל און פצעי, אזוי וועט דאס ע''ז פגר דיינער, זיין וואס גרעסער...

ס'איז נישט סתם אזוי א מענדעלע... אזא דורכגאנגאבארע שטן קאשמאר...אדער אזא קליינע יצר הרע'לע...מ'רעדט דא פון א שייגאץ און א גארנישט, וואס האט זיך ווירקליך דערקלערט אלס אן אפגאט....אלס א קאנקערענט צום בורא עולם רח''ל...

עַל כֵּן נְקַוֶּה-לָּךְ ה' אֱלֹקינוּ לִרְאוֹת מְהֵרָה בְּתִפְאֶרֶת עֻזָּךְ: לְהַעֲבִיר גִּלּוּלִים מִן הָאָרֶץ, וְהָאֱלִילִים כָּרוֹת יִכָּרֵתוּן, לְתַקֵּן עוֹלָם בְּמַלְכוּת שַׁדַּי........

ס'האט זיך מיר כמעט געדאכט אז דאס האט געשריבן אלטר משה ג"ב :D :D :D :D

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:22 pm
דורך גדליה
נקודת-אמת האט געשריבן:ווער ס'הא געקענט אונזער באליבטע שלום-עליכם
מיט זיינע טוביה'ס און זיינע מנחם-מענדל'ך פון כתריאליווקע והגלילות
וועט פארשטיין עומק כוונתו פון רבינו [tag]גדליה[/tag]...
:roll: :lol:
(אדער גאר מיינט ער מֶנְדְלֵי-מוֹכֵר-סְפָרִיםׂ)

:lol:
כ'האב נישט געמיינט דאס אבער אז מ'וויל קען מען אזוי אריינלערנען 8-)

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:30 pm
דורך טאמבל סאס
איך האב גראדע געטראכט אז מענדעלע איז באמת קלוג. נאר אנדערש פון וואס מיר האבן זיך אויסגעבויעט א רבי איז. מסתמא א חלק ניכר פון די רביס פון אמאל זענען געווען ווי אים.

ער לאזט אריין זיינע חסידים אין די סיקרעט און זאגט קומטס לאמיר צוזאמען בויען א קאמפעטישן.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 1:42 pm
דורך נקודת-אמת
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב גראדע געטראכט אז מענדעלע איז באמת קלוג. נאר אנדערש פון וואס מיר האבן זיך אויסגעבויעט א רבי איז. מסתמא א חלק ניכר פון די רביס פון אמאל זענען געווען ווי אים.
ער לאזט אריין זיינע חסידים אין די סיקרעט און זאגט קומטס לאמיר צוזאמען בויען א קאמפעטישן.

שמעתי אז ווען מ'האט דערציילט פאר'ן באקאנט'ן זיסע'ן רעבי'ן פון אנטווערפן הלא הוא רבי ברוך'ל כהנא שליט"א לרפו"ש במהרה
על אודות די נייע רעקארדירונגען איבער די שיטה הק',
האט ער (כדרכו) געקלאפט אויף זיינע ליפן כמה פעמים און געזאגט:
"אוי וויי, זאכן וואס זענען געוועהן סודי סודות צווישן די רבי'ס פאר הונדערטע יאהרן, האט דער דא אויסגעזאגט פאר אלעמען..."
:lol: :twisted:
ודפח"ח.

Re: "מענדעלע"

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 2:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'שמעקט פון ונבנתה.
די תוכן איז ונבנתה׳דיג, די שפראך נישט.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

Re: "מענדעלע"

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 2:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נקודת-אמת האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:איך האב גראדע געטראכט אז מענדעלע איז באמת קלוג. נאר אנדערש פון וואס מיר האבן זיך אויסגעבויעט א רבי איז. מסתמא א חלק ניכר פון די רביס פון אמאל זענען געווען ווי אים.
ער לאזט אריין זיינע חסידים אין די סיקרעט און זאגט קומטס לאמיר צוזאמען בויען א קאמפעטישן.

שמעתי אז ווען מ'האט דערציילט פאר'ן באקאנט'ן זיסע'ן רעבי'ן פון אנטווערפן הלא הוא רבי ברוך'ל כהנא שליט"א לרפו"ש במהרה
על אודות די נייע רעקארדירונגען איבער די שיטה הק',
האט ער (כדרכו) געקלאפט אויף זיינע ליפן כמה פעמים און געזאגט:
"אוי וויי, זאכן וואס זענען געוועהן סודי סודות צווישן די רבי'ס פאר הונדערטע יאהרן, האט דער דא אויסגעזאגט פאר אלעמען..."
[emoji38] :twisted:
ודפח"ח.
אגב אורחא, האלבוועגס נוגע צו אונזער אשכול
איך האב אמאל געהערט פון ר׳ ברוכ׳ל אז ער איז געווען א חבר אלס בחור פון הרב אריה שכטר. הרב אריה שכטר׳ס פאטער איז אוועק יונג, און דער חזו"א האט זיך געפארעט מיט די יתומים. הרב אריה האט געוואלט גייען לערנען אין ישיבת וויזניץ. האט דער חזו"א רעאגירט "וואס וועסטו לערנען דארט? זינגען?"
ודפח"ח.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 3:23 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:

איך גלייב נאכנישט אז די חזו״א האט דעס געזאגט. סאיז ידוע אז ער האט געזאגט אויף וויזניץ ״שכן טוב״, ער האט עס געזאגט פארן אמרי חיים זצ״ל אז ער פרייד זיך שטארק אז ער האט אזעלכע גיטע שכנים. אבער טאמער איז די מעשה יא אמת איז טאקע גוט אז דו זאגסט מיר. ווייל די חזון איש איז נאך געוועהן ממש פון די איינציגסטע ליטווישע גדולים וואס איך האב געהאלטן פאר א קלוגע, ערליכע מענטש. יעצט אז דו זאגסט מיר אז ער האט גערעדט מיט אזא ביטול קעגן א עדה פון טויזנטער אידן יראים ושלמים, גאונים, צדיקים, ערליכע חסידישע אידן וואס האלטן זיך אן פעסט צו זייער טראדיציע פון דורי דורות- זייער וועג אין ״עבודת השם״ ווי זינגן פארן אייבערשטען, איז דער חזון איש כבודו במקומו מונח אפגעפרעגט ביי מיר לגמרי. דעס ווייזט אז ער האט נישט געהאט קיין טראפ ״טאלאראנץ״ צו א אנדערע דרך אין ״עבודת השם״... דעס ווייזט אז ער האט זיך געהאלטן שטאלץ מיט זיין ״ליטווישע וועג״ און אוועקגעמאכט די ״דרך החסידות״ פון זינגן שירה פארן אייבערשטן. ער וואלט זיך געדארפט פרייען אז אזא איד ווי די הייליגער אמרי חיים זצ״ל האט איבערגעלעבט די קריג און פון דאסניי איבערגעבויט אזא הערליכע חסידות ווי ״בית וויזניץ״ ווי טויזנטער ערליכע אידן האבן געשעפט חיזוק אין עבודת השם... נגינה איז נישט עפעס א נייע ערפינדונג! סאיז א גרויסע חלק פון די ״דרך הבעש״ט״... און די חזון איש האט דאס געוואוסט. ער וואלט געדארפט זיין שטאלץ צו וואוינען לעבן אזא הייליגע חסידות און אזעלעכע אויסגעארבעטע ווינזיצער אידן... זיי וואלטן אלע געקענט אויסקוקן ווי די פרייע אידן אין תל אביב... די אמרי חיים האט מיט בלוט און שווייס איבערגעבויט די וויזניצער שיכון, אן קיין טראפ געלט, מיט די לעצטע כוחות... איך קען נישט גלייבן די חזון-איש האט געזאגט אזא זאך! וואס איז בכלל נישט אמת! האט מען דען אין וויזניץ נישט געלערנט קיין תורה? מ׳האט נאר געזינגען דארט???? ממש אזוי? ווי איז אויסגעוואקסן אזויפיל תלמידי חכמים אין וויזניץ? אבי גערעדט! אבי יענעם אוועקגעמאכט! אבי גערעדט שטותים מיט הבלים....

קענסט מיר געבן א מקור ראשון וועם איך קען פרעגן די מעשה? אדרבה! איך וויל טאקע וויסן... אויב איז עס אמת. איז דער גרויסער חזון איש געוועהן א פשוטע שקרן און א אומפארגינער! און קיין מידות און מענשטליכקייט האט ער נישט געהאט... ווייל יענער איז נישט פונקט אויף דיין דרך אין ״עבודת השם״ מאכסטו אים אזוי אוועק???

איך גלייב עס נישט.

Re: "מענדעלע"

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 3:47 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 3:50 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך מיין אז דו וועסט זיך אן עצה געבען אזוי אויך. קענסט קלינגען הרב אריה שכטר טאמער דו ווילסט, לכאורה לעבט ער נאך.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

איך וועל מיך טאקע נאכפרעגן בלינ״ד. קיין טראפקלע סענס מאכט עס נישט...

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 3:54 pm
דורך שבת אחים
הרב שכטר איז געוועהן א משגיח אין סקווירא?

Re: "מענדעלע"

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 4:02 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס נישט, ער קומט פון א וויזניצער משפחה, ער איז א שוואגער געווען פון הרב משה שטערנבוך. א וויזניצער ווי דו וואלט געמעגט קענען די נאמען. ער האט, דוכט, זיך א שוואגער אין בראזיל מיט׳ן נאמען רייכמאן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 4:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ליטוואק בלייבט ליטוואק. הגם ס'איז מן הסתם ארויסגענומען פון קאנטעקסט, אבער ס'שמעקט דאך נישט גוט.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 4:12 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:איך ווייס נישט, ער קומט פון א וויזניצער משפחה, ער איז א שוואגער געווען פון הרב משה שטערנבוך. א וויזניצער ווי דו וואלט געמעגט קענען די נאמען. ער האט, דוכט, זיך א שוואגער אין בראזיל מיט׳ן נאמען רייכמאן.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

אה, ער איז א שוואגער מיט די וויזניצער רייכמאן וואס איז יעצט פלוצלינג אוועק אפאר וואכן צוריק? הער איך.

דו האלטס די חזון איש האט טאקע דאס געזאגט?

Re: "מענדעלע"

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 4:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
היתכן אזא שאלה?! איך האב זיך געווייקט ביי ר׳ ברוכ׳לנס טישען שעות ארוכות, געשמועסט און גערייכעט ציגארעטלעך און געגעסען מיט איהם. איך זאל נאך חושד זיין א ווארט וואס ער האט מיר געזאגט?! דו ווייסט וויפיהל צדיקים האבען זיך אויסגעדרוקט אויף איהם אז א דריטעל וועלט שטייט אויף זיין פלייצעס?! און זיין עניוות מיט׳ן לאזען זיין שוואגער איבערנעמען די רעביסטיווע?!

ווען ער זאגט עפעס, איז עס באשטעטיגט.

יחי אדוננו מורנו ורבנו וכו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 5:53 pm
דורך שבת אחים
ליטוואק טייערער.

אין ספר ״מעשה איש״ -תולדות החזו״א, ווערט געברענגט אט די פאלגענדע מעשה:

און דאס ווארפט אביסל ליכט וואס די חזון איש האט באמת געהאלטן וועגן זיינע שכנים די ״עדה קדושה-וויזניץ״ (און ווער ס׳וויל קען עס נאכקוקן).

א איד איז געקומען צום חזון איש זיך צו דורכרעדן וועגן קויפן א נייע הויז אין בני ברק אין די בראשית יאהרן, נאכן קריג. די איד האט אים געזאגט אז מ׳טראגט אים אן א הויז אין ״שיכון וויזניץ״ און ס׳געפעלט אים זייער. האט דער חזו״א געזאגט אז ער זאל עס נישט קויפן. האט ער אים געפרעגט פארוואס נישט? האט ער געזאגט ״מיט דעם וואס דו קויפסט א הויז אין שיכון וויזניץ ביסטו נישט מרחיב גבולי הקדושה ווייל וויזניץ איז דאך שוין ״גבולי הקדושה״ יעצט דארפסטו זעהן צו קויפן ביים עק פון שטאט און דארט פארשפרייטן אידישקייט״

דער חזון איש האט גאר שטארק מחשיב געוועהן וויזניץ ער האט אסאך מאל געזאגט אויף וויזניץ ״שכן טוב״ ער האט גוט געקענט די אמרי חיים זצ״ל און גאנץ גוט געוואוסט אז ער פארקויפט אסאך זאכן חוץ נגינה. און וויזניץ האט טאקע ארויסגעגעבן תלמידים וואס דארפן זיך נישט שעמען נישט פון קיין שום אנדערע חסידותן אויף די וועלט און נישט פאר קיין ליטוואקס. דער הייליגער אמרי חיים האט זוכה געוועהן צו הונדערעטער תלמידים תלמידי חכמים דערינען אסאך חשובע רבנים און דיינים און אפילו גרויסע רבי׳ס מיט חסידים, אזעלכע ערליכע וואוילע אידן א שטייגער ווי ר׳ יודלע הארוויץ, ר׳ מנחם מונדרער, ר׳ אליזער דוד פרידמאן, ר׳ שמואל יעקב קאהן, ר׳ דוד לייב שווארץ, ר׳ אברהם צבי בעק, ר׳ משה שנעבאלג, ר׳ חיים פייבל שנעבאלג, ר׳ זושע לוריא, ר׳ ברוך שטערן, ר׳ משה שאול קליין, ר׳ מענדל פוקס, ר׳ זושע פוקס, ר׳ אברהם ניסן ניימאן, ר׳ מאטל שטיין, וכו׳ וכו׳ וכו׳.

נשלח: דינסטאג יוני 26, 2018 6:04 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
ביסט א גראבען מחוצף אזוי צו רעדען אויף מיין רבי'ן ר' ברוכ'ל! איך בין מוחה בכל התוקף!