בלאט 1 פון 1
סטוארט אינטערנעשיאנעל עירפארט
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 9:17 am
דורך טרויבן88
אין אנדערע ריזיגע נייעס קומט אריין אז סטוארט וועט פון היינט און ווייטער הייסן "ניו יארק סטוארט אינטערנעשיאנעל" וואס איז גראדע א גוטע טריק פאר מענטשן וואס ווייסן נישט ווי עס איז... עניוועי עס זעט אויס ווי סטוארט איז א סוקסעס און אלעס א דאנק די נארוועגישן עירליין, די גאווערמענט גייט יעצט ציגיסן 30 מילללליאן דאלאר צי בויען א קאסטאם'ס בילידינג וואטעווער, יעצט זעמער אויב איינער וויל זיך אריבער כאפן קיין ענגלאנד פאר ביליג קען עס זיין א גוטע אפציע...
אויך שטעלט שארטליין (shortline) צי דירעקט באסעס צי פארט אוטאריטי באס טערמינאל אויף 42th אין מאנהעטן פאר $20 א וועג, באסעס זענען אין צוזאמענהאנג מיט די פלייטס
האדסאן וואלי נייעס
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 12:40 pm
דורך שמעקעדיג
שוין העכסט צייט, די אנדערע 3 עירפארטס זענען שוין לאנג אויסגעוואקסן און די טרעפיק ארום איז אומדערטרעגליך צומאל.
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 2:37 pm
דורך קומזיץ
אבער סאיז ווייט פון די סיטי אינטערסאנט אויב מענטשען וועלן ג'יין ביז דארט
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 3:10 pm
דורך שמעקעדיג
זאלן כאטשיק די אפסטעיט איינוואוינער דאס נוצן, עס וועט נאך אלץ פארגרינגערן פאר די שטאטישע.
נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 6:34 pm
דורך טרויבן88
קומזיץ האט געשריבן:אבער ס'איז ווייט פון די סיטי, אינטערסאנט אויב מענטשן וועלן גיין ביז דארט
אויב איז עס גאר ביליג קען זיך עס לוינען, פארקינג איז מסתם ביליגער וכו'
נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:58 am
דורך קלוגע יודל
עס איז נישט ווייט פון די קאנטרי
Re: סטוארט אינטערנעשיאנעל עירפארט
נשלח: מאנטאג יולי 09, 2018 7:37 am
דורך טרויבן88
איך קוק יעצט זע איך אז א ראונד טריפ קיין דובלין קאסט פון 300 ביז 600 דאלאר עווירעדזש, א ראונד טריפ פון דובּלין צי לאנדאן קאסט פון 25 ראונד ביז 80 דאלאר, סא אויב איינער וויל למשל גיין פאר א חתונה קיין לאנדאן קען זיך עס לוינען, אלע פרייזן זענען אן א רענצל נאר מיט א האנד באגאדזש