בלאט 1 פון 3

נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 4:49 pm
דורך signout
ס'מיר א חידוש אז ס'נאכנישט דא אשכול איבער די גרויסע נייעס פין די סאטמאר חתונה תקנות אין די קרן לב אהרן, וואס איז צירוק געווארען פין די הויפט טעמע'ס, דא האט איר די דרשה פין ר' אברהם מרדכי מלאך https://www.dropbox.com/s/lr7x6dk130optdj/אברהם%20מרדכי%20מאלאח.mp3?dl=0

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 4:49 pm
דורך signout

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 4:56 pm
דורך signout
סאטמאר רבי דער לב אהרן https://www.dropbox.com/s/plihf0shxurt4 ... 5.mp3?dl=0

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 5:58 pm
דורך איסר האטלקי
אויב ס'איז א רעוואלוציע צו נישט דארף מען ווארטן צו זען ווי מען טיילט דאס געלט, דער לב אהרן האט שוין געזאגט אסאך זאכן.... מיט חתונה תקנות האט ער געמאכט גאנץ א פיינעם זשאב, יעצט לאמיר אים זען טיילן דרייסיג אלפים!

Seeing is believing

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 6:02 pm
דורך בן ישי
Cp

נעכטן אויפדערנאכט איז פארגעקומען א עלעגאנטע שבע ברכות פארורפען געווארן דורך כ״ק מרן רבינו שליט״א פאר אריבער צוויי הונדערט נגידים אין נדיבים בעם וואס איז פארגעקומען אין די פראכטפולע אטאריום זאל און מאנסי.

צווישן אנדערע האט ר׳ מרדכי אלעזר הירש הי״ו חבר הנהלת המוסדות צוגעלייגט נייע זאכן וואס וועט העלפן צו פארגרינגערן צו חתונה מאכן מיט די ביז יעצטיגע חתונה תקנות וואס איז געווארן אראפ געשטעלט דורך כ״ק מרן רבינו שליט״א,

עס וועט ווערן צוגעבויעט צוויי נייע ווארט-תנאים זאלן און וויליאמסבורג,
עס וועט ווערן אויפגעבויט א תקנות חתונה זאל און וויליאמסבורג ביים ווינקל פון בעדפארד/קיעפ.

הרבני הנגיד ר׳ דוד עקשטיין הי״ו ראש העיר קרית יואל האט נעכטן אויפן פלאץ מנדב געווען די פאנטאסטישע סומע פון $200.000 איבער צו בויען די זאלן פון אולם עקשטיין אין קרית יואל,
ווי אזוי אויך צו בויען נאך צוויי תנאים זאלן בבית נאוה קודש פון רבינו שליט״א אויף אוהל קארט. אין קרית יואל.
ווי אויך גייט מען בויען פיר נייע תקנות בר מצוה זאלן וואס וועט זיין פלאצירט און עטרת פיגא אויף די צווייטע שטאק,

און ווי אזוי אויך גייט זיך עפענען א גמ״ח אונטערן נאמען ״קרן לב אהרן״ וואס גייט פארבארגן פאר מחותנים דער ריזן סכום פון $30.000 ווי מען וועט עס קענען צירוק צאלן חודשלע׳ך מיט $100,

ווי אזוי אויך איז שוין די קרן מלמדים וואס איז געגרינדעט געווארן דורך רבינו שליט״א דעם פארגאנגענעם כ״א כסלו העל״ט, און פולן שוואנג וועלכע האבן שוין געהאלפן ביז יעצט צענדליגער מלמדים

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 6:17 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
וועם אינטעריסירט נאך חתונה תקנות אז די אלע אויפקומערס און אויסטראכטערס פון די תקנות און די רעבנים וועלעכע שטייען אונטער דעם האלטען עס נישט איין?

די תקנות איז נאר פאר יענעם, יענעם אונטערצודרוקען. זיי אליין מעגען און טוען וואס זיי ווילען

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 6:22 pm
דורך בן ישי
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:וועם אינטעריסירט נאך חתונה תקנות אז די אלע אויפקומערס און אויסטראכטערס פון די תקנות און די רעבנים וועלעכע שטייען אונטער דעם האלטען עס נישט איין?

די תקנות איז נאר פאר יענעם, יענעם אונטערצודרוקען. זיי אליין מעגען און טוען וואס זיי ווילען

לאמיר זאגן זיי מאכן עס נאר פאר יענעם, איז וואס? ס'נישט געמאכט צו אינטערדרוקן, ס'געמאכט צו העלפן מענטשן שפארן געלט!
ווען א רבי מאכט א גרויסע חתונה איז נישט דא קיינער וואס גייט אויס פאר קנאה און וויל עס נאכמאכן, איז אויב האט די רבי מענטשן וואס צאלן עם אויס די חתונה זאל ער עס טוהן.

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 6:34 pm
דורך בן ישי
איך האב געהערט אז די קרן מלמדים האט שוין געגעבן פאר 10 מלמדים די יאר מיטן געבן די סכום פון 10 טויזענט. (דארט איז עס א מתנה)

נשלח: זונטאג יולי 01, 2018 7:03 pm
דורך איסר האטלקי
בן ישי האט געשריבן:
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:וועם אינטעריסירט נאך חתונה תקנות אז די אלע אויפקומערס און אויסטראכטערס פון די תקנות און די רעבנים וועלעכע שטייען אונטער דעם האלטען עס נישט איין?

די תקנות איז נאר פאר יענעם, יענעם אונטערצודרוקען. זיי אליין מעגען און טוען וואס זיי ווילען

לאמיר זאגן זיי מאכן עס נאר פאר יענעם, איז וואס? ס'נישט געמאכט צו אינטערדרוקן, ס'געמאכט צו העלפן מענטשן שפארן געלט!
ווען א רבי מאכט א גרויסע חתונה איז נישט דא קיינער וואס גייט אויס פאר קנאה און וויל עס נאכמאכן, איז אויב האט די רבי מענטשן וואס צאלן עם אויס די חתונה זאל ער עס טוהן.

האסט פארגעסן פון ניקלשבורג און ספינקא מאנסי??

Re: נייע קרן לב אהרן אין סאטמאר חתונה תקנות

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 12:35 am
דורך אונטער חכם
סייווי קומט עס נישט אריין דא ווען מען רעדט פון געבן געלט, נישט מאכן תקנות.
אויב ארבעט זיך די גמ"ח טאקע אויס קומט זיך אים אלע גרויסע חתונות.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 2:06 am
דורך טוביה
איסר וואס מיינסטו

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 10:45 am
דורך [NAMELESS]
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:וועם אינטעריסירט נאך חתונה תקנות אז די אלע אויפקומערס און אויסטראכטערס פון די תקנות און די רעבנים וועלעכע שטייען אונטער דעם האלטען עס נישט איין?

די תקנות איז נאר פאר יענעם, יענעם אונטערצודרוקען. זיי אליין מעגען און טוען וואס זיי ווילען

סאטמאר רבי ר' אהרן מאכט נישט קיין גרויסע חתונות היינטיגע טעג

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 11:52 am
דורך סקרן
ער האט איינמאהל געמאכט ביי זיין ערשטע איינקיל זייט דעמאלטס מאכט ער אין ביהמ"ד משום מעשה שהי'
אשרי חלקו אז ער קען דורך פיהרן די תקנות ס'וועט העלפן רוב חסידות זיינע און האפענטליך וועלן אנדערע נאכמאכן
און די גמ"ח איז אויך א געוואלדיגע זאך
יה"ר שירבו כמותו בישראל וכל האדמורים ילמדו ממנו בענין זו עכ"פ

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 12:26 pm
דורך טוביה
אמן

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 12:57 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
בן ישי האט געשריבן:
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:וועם אינטעריסירט נאך חתונה תקנות אז די אלע אויפקומערס און אויסטראכטערס פון די תקנות און די רעבנים וועלעכע שטייען אונטער דעם האלטען עס נישט איין?

די תקנות איז נאר פאר יענעם, יענעם אונטערצודרוקען. זיי אליין מעגען און טוען וואס זיי ווילען

לאמיר זאגן זיי מאכן עס נאר פאר יענעם, איז וואס? ס'נישט געמאכט צו אינטערדרוקן, ס'געמאכט צו העלפן מענטשן שפארן געלט!
ווען א רבי מאכט א גרויסע חתונה איז נישט דא קיינער וואס גייט אויס פאר קנאה און וויל עס נאכמאכן, איז אויב האט די רבי מענטשן וואס צאלן עם אויס די חתונה זאל ער עס טוהן.


יא, געמאכט יענעם ארויסצוהעלפען און אויב טאמער טוהט מען דאס נישט איז אחת דתו.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 2:06 pm
דורך signout
סקרן האט געשריבן:ער האט איינמאהל געמאכט ביי זיין ערשטע איינקיל זייט דעמאלטס מאכט ער אין ביהמ"ד משום מעשה שהי'
אשרי חלקו אז ער קען דורך פיהרן די תקנות ס'וועט העלפן רוב חסידות זיינע און האפענטליך וועלן אנדערע נאכמאכן
און די גמ"ח איז אויך א געוואלדיגע זאך
יה"ר שירבו כמותו בישראל וכל האדמורים ילמדו ממנו בענין זו עכ"פ
אבי געהאקט מ'האט קלאר געוויסט בשעתו אז די גרויסע חתונה איז נאר ביי די קינדער אין עלטסטע אייניקעל נאכדעם הייבט מען צירוק אן מאכען אין ביהמ''ד, וכן עשו מ'האט נאר געשניטן פין אנדערע הוצאות אין פראפאגאנדע ניטעמאל א סיין הענגט אין לעקטערס

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 2:09 pm
דורך ליפא
ווען די פראפאגאנדע איז אז ס'נישט דא קיין פראפאגאנדע...

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 5:57 pm
דורך יעקב מענטש
א הלואה פון 30 אלפים נעמט בערך 25 יאר צוריק צו צאלן. ווער זענען די מיליאנערן וואס זענען גרייט איינצולייגן אזויפיל געלט פאר די ארום 50 פראצענט פונעם עולם וואס גייט דאס בארגן?

מ'רעדט דא פון אוועקבארגן 1) זייער א גרויסע סכום 2) פאר זייער א לאנגע צייט 3) אויף קיין שום גאראנטי.

ס'קוקט מיר אויס היבש אומרעאליסטיש, אבער אויב קען ער דאס באווייזן? כל הכבוד.


אגב, איז דא סיבה פארוואס איך זעה נישט קיין דרשות ביי די פרויען אז זיי זאלן איינצוימן זייער חתונה-קליידונג אפעטיט לויט די בודזשעט פון די מאן-טאטע?

לדעתי וואלט דאס געווען א גרעסערע טובה ווי איינעם פארחובותן פאר 25 יאר.


אגב ווייס איך אז סאטמערע גמ"ח אין וויליאמסבורג בארגט פאר מלמדים ביז 7 אלפים אויף $100 חודשליכע צאלונגען.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 6:14 pm
דורך mevakesh
יעקב מענטש האט געשריבן:אגב, איז דא סיבה פארוואס איך זעה נישט קיין דרשות ביי די פרויען אז זיי זאלן איינצוימן זייער חתונה-קליידונג אפעטיט לויט די בודזשעט פון די מאן-טאטע?

לדעתי וואלט דאס געווען א גרעסערע טובה ווי איינעם פארחובותן פאר 25 יאר

דברים כדרבונות!
ביי היימישע פרויען איז די סטאנדארטן פון יענטע יאכנע פיהל וויכטיגער ווי דער פינאנציעלער בודזשעט...
עס וואלט געווען א שטארקע זאך ווען מען לערנט אויס די מיידלעך אז שאפינג קומט ווען עס איז דא געלט.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 6:27 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דאס איז א תוצאה פון א פאלשע מסורה אז מענער ארבעטען און נישט פרויען. א מנהג פון אמעריקא אין די 50 יארען איז שוין פארהייליגט אויף אייביג

זאלען די פרויען ארבעטן, און אזוי וועלן זיי נישט האבען קיין צייט צו שווענדען געלט, און אזוי אויך וועלען זיי וויסן די ווערד פון א דאללאר.

אגב, איך געדענק אז איך האב געליינט אין צייטונגען אז מ'גייט צו די מיידלעך אין די צוועלעפטע קלאס און מ'איז זיי מסביר וואס איז א הארץ אטאקע און פארוואס זיי זאלען נישט פאדערן קיין לוקסוס (נישט עכט, מ'רעדט פון א $12,000 דיינינג רום סעט אנשטאט א $17,000 דיגע) ביים חתונה האבן.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 6:33 pm
דורך mevakesh
די סיבה פארוואס פרויען ארבעטן נישט איז לאוו דווקא וועגן פאלשע מסורה, נאר פרוביר צו ארבעטן ווען מען האט יעדן יאר א קינד...

איי די ליטווישע? איך פארשטיי עס טאקע נישט, נאר זעהט אויס אז דארט איז דא א פאלשע מסורה אז די פרוי און נישט דער מאן זאל אויסהאלטן די שטוב.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 6:49 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז נישט קיין מסורה, נאר פראקטיש.

דאס ארבעטן מיט א קינד האט אייביג פאסירט און עס פאסירט היינט ביי די גוים אויך. אפילו ווען די מענער ארבעטן.

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 6:50 pm
דורך mevakesh
נישט ווען מען האט פופצען קינדער
ביי די גוים האט מען צוויי דריי קינדער.