בלאט 1 פון 1

עליות "אחרון" בקריאת התורה

נשלח: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm
דורך חיים'ס ישיבה
וואס איז די מקור ביי אסאך פלעצער איז מען מקפיד צי צולייגן אן "אחרון" צו די שבעה קרואים לתורה

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 11:12 am
דורך שיח ושיג
זייענדיג א גבאי אין א גרויסן ביהמ"ד איז מיר דעם שבת שווער געווארן וואס עס איז מיר שווער שוין זייער לאנג, אז אין שלחן ערוך זעט מען נישט קיין שום זאך אז עס איז דא א ענין מוסיף צו זיין איין עליה, ס'שטייט אז מ'קען מוסיף זיין מער ווי די שבעה קרואים, אבער עס שטייט נישט וועגן אן ענין מוסיף צו זיין איין עליה און עס רופן אחרון. איך האב געפרעגט א מורה הוראה א ת"ח און ער האט מיר געזאגט אז מ'דארף נישט מוסיף זיין אחרון, נאר ביי "חסידים" איז עס געווען א גרויסע ענין, גיי ווייס. מסתם אין מנהג ישראל תורה ווערט געברענגט דער מקור דער דערפון

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 11:49 am
דורך רביה''ק זי''ע
דאכצעך מיר אז אין בעלזא איז מען מקפיד דוקא נישט צולייגן. ואלו ואלו...

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:49 pm
דורך אברך משי
דוכצעך אז בכמה מקומות ביי חסידים, זוי האבעך געליינט אמאל, איז עס געווען גערעכנט ווי זייער א חשובע עלי' און מאנכע אדמורי"ם האבן עולה געווען אחרון בתור עליה מכובדת אזוי ווי שישי ודכוותיה

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:15 pm
דורך איסר האטלקי
אחרון אחרון חביב. אין פרדס יוסף די וואך ווארפט ער אריין וועגן די חשיבות פון די עליות אחרון און שלישי. ער רעדט אבער נישט פון דעם ענין פון מאכן אחרון.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:16 pm
דורך איסר האטלקי
אברך משי האט געשריבן:דוכצעך אז בכמה מקומות ביי חסידים, זוי האבעך געליינט אמאל, איז עס געווען גערעכנט ווי זייער א חשובע עלי' און מאנכע אדמורי"ם האבן עולה געווען אחרון בתור עליה מכובדת אזוי ווי שישי ודכוותיה

מער פון דעם, ביי חסידים האט עס די חשיבות פון שבעה קרואים און א חתן אדער בעל שמחה וואס דארף באקומען פון די שבעה קרואים קען לכתחילה עולה זיין די עליה.

חשיבות עליית אחרון

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 4:58 pm
דורך אברך משי
אויב צו נוצען מיינע צוויי גרייצער (טָא סענס בלע"ז) וואלט איך געזאגט אז ס'איז אזא ענין פון ענוותנות און התבטלות ווי דער טפל איז חשוב'ער פון דער עיקר, אזא בחינה פון מנהג איז מער ווי א דין, הכנה גרעסער ווי די מצוה, שושן פורים מער ווי פורים כמנהג סטוטשין, וכדומה, וואס איז שטארק נשרש געווארן ביי חסידים אז מ'איז משים עצמו כשיריים און מ'גלייכט אייביג דאס קלענערע און דאס זייטיגע

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 7:50 pm
דורך חיים'ס ישיבה
אפילו אין די גרויסע טשאלענט ספר "אוצר הלכות" האט נישט קיין מקור צו דעם.

Re: עליות "אחרון" בקריאת התורה

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 9:26 pm
דורך טמיר
עס איז גאר דא א דעה דאכט זיך די תשב"ץ אז היינט וואס יעדער מטכט אן עקסטערע ברכה טאר מען נישט און עס איז א ברכה לבטלה

Sent from my SM-T217S using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:54 am
דורך וואלווי
ס'פשוט א "מצוה" אויסצוציען דאס ליינען שבת וואס לענגער כדי מ'זאל אהיים גיין שפעטער און האבן וואס וויניגער צייט פאר זיך און די משפחה צו שפאצירן וכדו'. די ראשונים שרייבן אז ס'איז די זעלבע יסוד אין הלכה פון די איסור צו מאכן אן עירוב, וועגען שפאצירן מיט די קערידשזעס אדער קויפ'ן צייטונגען ווי דער דעברעצינער האט געטענה'ט...

בקיצור, מעיקר הדין האט עס נישט קיין פשט, און מ'קען "יוצא" זיין מיט ז' קרואים...

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 4:26 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי: ייש"כ. והיינו טעמא פארוואס מ'דאוונט (מיט א חטף קמץ. ווי אינדערהעים אין רוסלאנד) שפעט שחרית ביום שב"ק. כדי מ'זאלל האבן וואס ווינציגער צייט צו פארברענגען מיט די משפחה. ווייל וואס איז דען דער תכלית (אויך מיט א חטף קמץ) פון אן ערליכן איד אויף די זינדיגע וועלט. זיך וועיקן ביים העיליגן רעבי'ן. און ווער שמועסט נאך אז מ'האט געהאט די זכייה צו כאפן (אויכעט א חטף קמץ) שיריים פונ'ם העיליגן רעבי'ן. האטציך שוין אלעס געלוינט. און ווס טוט אן אמת'דיגער חסיד? ער געיט נישט צום סינק זיך אפוואשן די הענט נאך עסן די העיליגע פיש. ער ווישט עס אריין אין די בעקישע...ביינאונז אינדערהעים האט מען אויכעט אזוי געטון...!

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 4:39 am
דורך וואלווי
ר' בערל, אלעס וואס איר זאגט איז העיליג העיליג, נאר וואזשע דען? ס'איז מיט א חטף צעירעי...