בלאט 1 פון 3

ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:05 am
דורך טמיר
וואס טוט מען אז די בארד צואוואקסט זיך קע"ה פאר אלע גוים'ס טשופס געוואונטשן. ס'איז מיאוס, ס'איז נישט באקוועם וכו'. איך בין נייגעריג צי עס שטערט פאר די פרוי די לוקס פון א צואוואקסענע בארד. אויב יא וואלט געדארפט זיין שלא יתגנה על אשתו פונקט וואו עס איז דא שלא תתגנה על בעלה. מאי שנא?

וואס איז די ענין זיך נישט צי שניצן די בארד? איז עס קלאר נישט אויסגעהאלטן ע"פ קבלה? לויט יעדעם? וואס איז די מקור?


ע"פ פראקטיק. איך וויל נישט אז מענטשן זאלן באמערקן. איז מעגליך עס צי טון צוביסלעך אהן ווערן באמערקט? פארשטייט זיך אז מען קען נישט צי סאך אומבאמערקט.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:10 am
דורך ליפא

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:29 am
דורך דער גאלדענער אדלער
טמיר האט געשריבן:וואס טוט מען אז די בארד צואוואקסט זיך קע"ה פאר אלע גוים'ס טשופס געוואונטשן. ס'איז מיאוס, ס'איז נישט באקוועם וכו'. איך בין נייגעריג צי עס שטערט פאר די פרוי די לוקס פון א צואוואקסענע בארד. אויב יא וואלט געדארפט זיין שלא יתגנה על אשתו פונקט וואו עס איז דא שלא תתגנה על בעלה. מאי שנא?

וואס איז די ענין זיך נישט צי שניצן די בארד? איז עס קלאר נישט אויסגעהאלטן ע"פ קבלה? לויט יעדעם? וואס איז די מקור?


ע"פ פראקטיק. איך וויל נישט אז מענטשן זאלן באמערקן. איז מעגליך עס צי טון צוביסלעך אהן ווערן באמערקט? פארשטייט זיך אז מען קען נישט צי סאך אומבאמערקט.
די פרויען האבן לכאורה נישט ליב דעם לאנגן צושטרויבעלטע אדער אריינגעקניפטע קנאבל בארד, נאר די בושה אז זייער מאן שערט זיך די בארד איז ערגער מילא מאכן זיי נישט קיין עסק דערפון.
און די עצה היעוצה איז צו כאפן עס באצייטענס, ווען מ'איז נאך יונג און די בארדע איז נאך קליין, דאן קען מען עס מסדר געהעריג, ס'זאל זיך נישט אהנזען שפעטער

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:43 am
דורך קאצקע ציקער
טמיר האט געשריבן:וואס טוט מען אז די בארד צואוואקסט זיך קע"ה פאר אלע גוים'ס טשופס געוואונטשן. ס'איז מיאוס, ס'איז נישט באקוועם וכו'. איך בין נייגעריג צי עס שטערט פאר די פרוי די לוקס פון א צואוואקסענע בארד. אויב יא וואלט געדארפט זיין שלא יתגנה על אשתו פונקט וואו עס איז דא שלא תתגנה על בעלה. מאי שנא?

וואס איז די ענין זיך נישט צי שניצן די בארד? איז עס קלאר נישט אויסגעהאלטן ע"פ קבלה? לויט יעדעם? וואס איז די מקור?


ע"פ פראקטיק. איך וויל נישט אז מענטשן זאלן באמערקן. איז מעגליך עס צי טון צוביסלעך אהן ווערן באמערקט? פארשטייט זיך אז מען קען נישט צי סאך אומבאמערקט.

פאנג אן פליקן...
פליקן איז די כשר'ע וועג פון שעווען די בארד על טהרת הקודש

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 9:15 am
דורך רביה''ק זי''ע
וואס עפעס איז פליקן בעסער ווי שניידן? אויב עפעס איז פארקערט. וכדלהלן. אידן האבן אין אלע דורות זיך געשניטן די בארד, אזויווי ס'שטייט אין ירושלמי 'אבל ישראל אינן כן אלא לובשים לבנים ומתעטפן לבנים ומגלחין זקנם'(ר"ה א,ג). די איינציגסטע מקור אויף נישט אנרירן די בארד איז פון די אריז"ל וואס זיינע תלמידים שרייבן בשמו אז מ'זאל נישט אויסרייסן אפילו איין האר פון בארד. ואמרתי בדרך אי אפשר לדייק בלשונם הק' שלא יעקר, אז ס'איז געזאגט געווארן בשיטת ר' אליעזר וואס כידוע ע"פ סוד איז הלכה כמותו.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 10:24 am
דורך איש חזון
טמיר האט געשריבן:אויב יא וואלט געדארפט זיין שלא יתגנה על אשתו פונקט וואו עס איז דא שלא תתגנה על בעלה. מאי שנא?

טב למיתב טן דו, נאר דו קענסט פרעגן אלץ ואהבת לרעך כמוך.

בנוגע זיך גענצליך שערן די בארד שרייבט דער חזו''א אין א בריוו אז אין די ליטא אינדערהיים (אודות בודפשט צ''ע) איז עס געווען ווי גיין אהן א קאפל.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 11:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
נו זאל עס זיין ווי גיין אן א קאפל, מ'האט שוין געהערט אזוינס. ווען די גאנצע קאפל ביזנעס האט זיך אנגעהויבן זענען אויך געווען גרויסע רבנים וואס האבן אוועקגעמאכט די גאנצע זאך.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:03 pm
דורך יין שרף
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: די איינציגסטע מקור אויף נישט אנרירן די בארד איז פון די אריז"ל וואס זיינע תלמידים שרייבן בשמו אז מ'זאל נישט אויסרייסן אפילו איין האר פון בארד.

צוויי האר. עיין בבאר היטב יו"ד סימן??? (הלכות גילוח פאות הראש)

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די אריז"ל האט געזאגט אז מ'זאל נישט גלייבן גארנישט וואס מ'זאגט נאך אין זיין נאמען, אויסער ר' חיים ויטאל, ווייל ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט פארשטאנען זיינע ווערטער. עיין דבריו בספרו 'טעמי המצות' עמוד קצד.

בפרט טאר נישט גלייבן קיין ווארט וואס די הלכה ספרים ברענגען פון קבלה, מ'דארף עס אליין נאקוקן. ס'דא זאכן ממש שטותים והבלים וואס זענען שגור בפי כל בשם האריז"ל, און די סיבה דערצו איז ווייל דער עולם קען עס פון די ספרי הלכה וואס זיי האבן נישט אליין געזען די ווערטער אינעוויניג נאר מכלי שני אין בעסטן פאל.

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 12:59 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער חזו"א רעדט פון מספרים כעין תער. אין יענער בריוו שרייבט ער אז מ׳זאל שניידען אין אן אופן אז קענטיגע האר זאל בלייבען.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:01 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאכצעך מיר אז מספריים כעין תער איז אן איסור גמור.

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:05 pm
דורך יהודי פשוט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די אריז"ל האט געזאגט אז מ'זאל נישט גלייבן גארנישט וואס מ'זאגט נאך אין זיין נאמען, אויסער ר' חיים ויטאל, ווייל ער איז געווען דער איינציגסטער וואס האט פארשטאנען זיינע ווערטער. עיין דבריו בספרו 'טעמי המצות' עמוד קצד.

בפרט טאר נישט גלייבן קיין ווארט וואס די הלכה ספרים ברענגען פון קבלה, מ'דארף עס אליין נאקוקן. ס'דא זאכן ממש שטותים והבלים וואס זענען שגור בפי כל בשם האריז"ל, און די סיבה דערצו איז ווייל דער עולם קען עס פון די ספרי הלכה וואס זיי האבן נישט אליין געזען די ווערטער אינעוויניג נאר מכלי שני אין בעסטן פאל.
האסט א מזל אז דו האסט אראפ גענומען די לעצטע שורה.... זעהט אויס אז מ'האט דיר שוין אויף געוויזן אז יענץ קומט יא פון אר"י הקדוש

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 1:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
גראדע קומט עס נישט, כ'האב נאר נישט קיין נערוון אריינצוגיין אין די גאנצע ענין. אדרבה, קוק עס אליין נאך.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 2:08 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:דאכצעך מיר אז מספריים כעין תער איז אן איסור גמור.

אויף די פאות הראש איז עס צוויי דעות און שו"ע, ויש לחוש לדבריהם (יו"ד קפ"א סעי' ג')
אויף די בארד שטייט אין סעיף י' "אינו חייב על השחתת פאת הזקן אלא בתער, אבל במספרים מותר, אפילו כעין תער".

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 2:55 pm
דורך יעקב מענטש
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נו זאל עס זיין ווי גיין אן א קאפל, מ'האט שוין געהערט אזוינס. ווען די גאנצע קאפל ביזנעס האט זיך אנגעהויבן זענען אויך געווען גרויסע רבנים וואס האבן אוועקגעמאכט די גאנצע זאך.

דהיינו?

גיין בגילו ראש איז אמאל געווען נארמאל?

אינטערסאנט! קענסט צוצייכענען א מקור?


לעניניו, האב איך אמאל געזעהן א דיקן ספר פון א היינטיגער וואס האט מלקט געווען אלע מקורות איבער דעם דיוקנא קדישא, כ'קאן מיך נישט דערמאנען דעם נאמען.

דאס איז אמאל זיכער אז ביי חסידים און די זעלבע ביי תלמידי הגר"א איז צורוירן דעם בארד געווען א הארבע זאך, דאס אז ביי די ליטווישע איז דאס נתרשל געווארן במשך הימים האט 'לכאורה' צו טוהן מיט די פלעצער ווי זיי האבן געוואוינט, אבער איך ווייס נישט פון קיין אפיציעלע מקור אז ביי די גדולי הליטא וואס זאל זאגן אז דער בארד איז גענצליך איבעריג.


או לגבי צו די פרויען גלייכן אדער פיינטן דאס, מיין איך אז דאס איז מער א מענערישע איינרעדעניש ווי עפעס א מציאות, די פרויען שטערט ווייניגער די בארדע ווי די מענער

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 3:22 pm
דורך שלי שלך
יעקב מענטש האט געשריבן:לעניניו, האב איך אמאל געזעהן א דיקן ספר פון א היינטיגער וואס האט מלקט געווען אלע מקורות איבער דעם דיוקנא קדישא, כ'קאן מיך נישט דערמאנען דעם נאמען.


הררים התלוים בשערה

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 4:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מענטש האט געשריבן:גיין בגילו ראש איז אמאל געווען נארמאל?

אינטערסאנט! קענסט צוצייכענען א מקור?
וויקיפדיה.
כ'האב אמאל געזען פון עפעס א ראשון צו וואס כ'געדענק נישט ווער, דאכצעך מיר פון פראווינצא. ער זאגט אז האט געהערט מענטשן זאגן אז מ'טאר נישט זאגן קיין דבר שבקדושה בגילוי הראש, איך האב קיינמאל נישט געהערט פון אזא זאך זאגט ער, מ'מאכט אויף נייע הלכות וואס אונז האבן נישט געזען ביי אונזערע עלטערן, קיינער וואס איך קען איז נישט מקפיד אויף דעם.

יעקב מענטש האט געשריבן:דאס איז אמאל זיכער אז ביי תלמידי הגר"א איז צורוירן דעם בארד געווען א הארבע זאך.
וועלכע תלמיד הגר"א האסטו געזען רעדן פון דעם?

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 4:28 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עס איז דא א ׳ספר׳ וואס הייסט הדרת פנים זקן, וואס איהר מטרה איז נישט נאר צו ברענגען אלע מקורות קעגען שניידען די בארד, נאר צו פארדרייען אלע מקורות וואס האלטען נישט ווי איהם, א שטייגער ווי דער חתם סופר וכדו׳.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 4:55 pm
דורך קומזיץ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נו זאל עס זיין ווי גיין אן א קאפל, מ'האט שוין געהערט אזוינס. ווען די גאנצע קאפל ביזנעס האט זיך אנגעהויבן זענען אויך געווען גרויסע רבנים וואס האבן אוועקגעמאכט די גאנצע זאך.


היינט וואס עס איז שוין איינגעפירט איבעראל הייסט עס א מנהג המחייב און ס'איז אסור צו גיין ד אמות אן קיין קאפל און אפילו סאי'ז אמאל נישט געוועהן אזוי

Re: ציפיקסן די בארד בהלכה ובפראקטיק

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 5:21 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
עי׳ אג"מ או"ח סי׳ א׳

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 5:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קומזיץ האט געשריבן:היינט וואס עס איז שוין איינגעפירט איבעראל הייסט עס א מנהג המחייב און ס'איז אסור צו גיין ד אמות אן קיין קאפל און אפילו סאי'ז אמאל נישט געוועהן אזוי

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט פון מיר, פון מיין זייט קענסטו גיין מיט פינף קאפלעך.

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 5:56 pm
דורך קומזיץ
די מאכסט אוועק די ג'יין מיט א קאפל מיט האלבע פראזן און צובראכענע פאקטען אז ס'איז דא א ראשון וואס האלט אז מען דארף נישט ג'יין ,
למעשה היינט איז אנדערש ווייל ס'איז געווארן א מנהג און אזוי ברענגען רוב פוסקים

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 6:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'נישט איין ראשון, ברענג מיר איין פוסק פון פאר'ן בית יוסף וואס האלט עס פאר א חיוב.

און דאס וואס דו זאגסט אז היינט איז אנדערש, אויף דעם האבן שוין אונזערע רביס געזאגט אז 'חדש אסור מן התורה'.