בלאט 1 פון 1

גוטע איידיעס פון זאכן צו קויפן

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 3:28 pm
דורך שמעקעדיג
עס זענען פאראן אסאך פראדוקטן אויף דער וועלט וואס קען העלפן און פארגרינגערן אינעם טאג-טעגליכן לעבן, ברם דא עקא, אז מענטשן ווייסן אפילו נישט אז די סארט פראדוקטן עקזיסטירן.

אין א געווענליכע בריק-ענד-מארטאר געשעפט, גייט מען אריין קויפן וואס מען דארף, העכסטנס קוקט מען ארום די אפציעס פון יעדע פראדוקט, און מען מאכט א דעסישען וועלכע איז די בעסטע פאר זיך, דאן קויפט מען עס און געענדיגט. זעירון אינון, ווייניג מענטשן וועלן ארומגיין סתם "ווינדאו-שאפינג", און זוכן זאכן סתם פאר נייגעריגקייט וואס קען פארבעסערן דאס לעבן, וואס איז אלס דא אויף די מארקעט.

די אנליין געשעפטן, בפרט עמעזאן, האט דאס אלעס פארגרינגערט מיט א פשוט'ע סורטש. איך זוך אמאל געוויסע איידיעס און איך ווער איבערראשט צו טרעפן אייטעמס וואס כ'האב נישט גע'חלומ'ט אז זיי עקזיסטירן, איך האב גאר געטראכט אפשר קען איך אליינס ארויסגעבן אזא פאטענט...

אין די לעצטערע יארן האט זיך מיר שוין עטליכע מאל געמאכט אז איך האב געקויפט אייטעמס וואס כ'האב געשפירט אז אלס "אל תמנע טוב מבעליו" איז ממש א מצוה צו מפרסם זיין די זאכן אז מענטשן זאלן וויסן דערפון. האב איך געטראכט צו ווידמען דעם אשכול פאר אזעלכע איידיעס, און סיי ווער עס טראכט אז ער ווייסט פון עפעס מזכה צו זיין דעם ציבור, זאל ביטע מוסיף זיין.

איך בעט קלאר אז מען זאל נישט פארוואנדלען דעם אשכול אין סיי וועלכע אגענדע צו שטופן/פארמערן אייגענע סעילס. וזאת למודעי אז איך האב גארנישט מיט עמעזאן, איך פארקויף גארנישט (פארוואס טאקע? תיקו), און די אלע זאכן איז נאר לתועלת הציבור, און סיי ווען איך קויף עפעס אדער איך דערמאן זיך פון עפעס וואס איך האלט אז עס קען צוניץ קומען, וועל איך אי"ה צוביסלעך מפרסם זיין. (באמת מוז עס אפילו נישט זיין פון עמעזאן, עס קען זיין פון סיי וואו).

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 3:29 pm
דורך שמעקעדיג
איך וועל אנהייבן מיט א זאך וואס איך האב לעצטנס געזען, זינט די בעט ליילעכער האלטן זיך אין איין אראפגליטשן פונעם מאטראץ, האב איך געזוכט פאר א סאלושען. דא האט איר:

https://www.amazon.com/gp/product/B0014AMBWK

נשלח: דינסטאג יולי 03, 2018 11:38 pm
דורך שמעון וואלף
א מאשינקעלע צו שניידן די האר פון אויער און נאז. מיטל יעריגע און עלטערע אידן גיבן זיך נישט קיין עצה, נישט וויסענדיג אז אזא כלי עקזיסטירט און מ'קען עס באקומען פאר א נישטיגע פערצן טאלער
https://www.amazon.com/gp/aw/s/ref=nb_sb_ss_i_0_6?k=ear+hair+trimmer+for+men&sprefix=Ear+ha&crid=2LUHS67AG9LAI

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:04 am
דורך לייבעלע
הא דאס איז א גוטע אשכול !!!
לאמיר ענק פארשטעלען א זאך וואס ווייניג האבען געהערט אבער עס וואלט געפאסט אז יעדער איינער זאל דאס קויפען פאר זעך אינדערהיים און אין בעסמעדריש (און אין ארבעט אויב איר ארבעט צווישען מענטשען)
ווי אומבאטאמט עס איז..........ווייסט יעדער אז א פאבליק טוילעט איז א עקל אריינצוגיין. אין אדם יכול לעמוד מפני ריחה!!!!! אסאך מאל אין די גרויסע שולען טוילעטס בין איך מכוון דעם פסוק ויקוצו מפני בני ישראל
:cry: :oops: :twisted: :evil:
וואס וואלט געווען ווען איינער זאגט דיר אז דו קענסט רואיג זיצן אין בעסהאקאוועד און עס וועט נישט זיין קיין זייכער פון א ריח??
אפילו אין א פרייוועט טוילעט ווען דו גייסט ארויס פארבלייבט נישטא קיין זכר אז דו האסט אפגעכאנעס'ט............אן דארפען שפריצען ספרעיס
סאיז א קליינע באטעלע. גיסט א שפריץ אריין אינעם טוילעט בעפאר מען הייבט אן די הייליגע מערכה. וזהו זה. נישט נאר די שטינק איז נישטא עס שמעקט גאר זעהר אהנגענעם!!!!
סערשטע מאל כהאב געהערט דערפין האב איך אנהייב נישט געגלייבט אז סקען זיין אמת.....היינט ווייסמיר עס איז בדוק ומנוסה!!!!!

https://www.amazon.com/Poo-Pourri-Befor ... 0108XRDJE/
שפריצט אין האט הנאה!!!!!!

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 12:58 pm
דורך אברך משי
דאנקע שעהן לייבעלע פארן אינדארסירן און פארשטעלן פארן ברייטען ציבור דאס צואה-גערוך-פארמיידער אדער פילייכט טוילעטן-שמעק-אפהאלטער, ווי אימער איר ווילט דאס אנרופן

כ'בין שטארק נייגעריג צו וויסן צו ס'ארבייט טאקע אדער ס'איז ווי אלע אנדערע ספרעי'ס וואס מ'דארף שפריצן תשעה קבין, און הערשט נאכדעם בלייבט מען שטעקן מיט צוויי גערוכן אין די לופט, אוי לי מיצרי אוי לי מיצרי
ווען כ'האב מעיין געווען עטוואס אין די ריוויוס אויף עמעזאן זעה איך שרייבט איינער מיט'ן נאמען עריק אזוי: ליינט און האט הנאה:

It definitely helps me be able to live with my husband. I'll admit sometimes it still smell like he crapped a lemon tree sometimes if it's real bad. Before I just wanted to die but now I only want to die twice a week

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2018 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
צומאל וויל מען וואטשן א לענגערע קליפ אויפ'ן פאון, און מען האט נישט קיין כח עס צו האלטן אין האנט, און לייגן גראד אויפ'ן טיש איז אויך נישט קיין אפציע, ווייל מען קען דאך נישט זעהן אזוי.
עס דארף זיין שיעף כדי צו קענען זעהן כדבעי.
איך פלעג אמאל טרייען עס צו האלטן שיעף דורך לייגן איין עק אויף א בוכל וכדו', אבער עס פלעגט זיך כסדר אראפגליטשן... ס'איז געווען יענע מעשה.

לעצטנס האב איך געטראפן פאר שפאט ביליג אזא איידיע:
https://www.amazon.com/Yonisun-Smart-Ph ... B00ITPKCVK

אדער פאר אפאר דאלער קענט איר האבן מער מער א שטערקערע שטיקל, אויך עזשאסטעבל, ווי דאס:
https://www.amazon.com/Adjustable-OMOTO ... B0744DM3Y3