בלאט 1 פון 1

שייטלעך סאמעטוכע 2.0

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 9:53 am
דורך הר הבית
די וועלט איז ווידער אויף מיט די שייטלעך,
איינער ווייסט אינפראמאציא אדער לכה״פ א לינק צו עפעס דאטעלן?

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 11:03 am
דורך יין שרף
הר הבית האט געשריבן:די וועלט איז ווידער אויף מיט די שייטלעך.

אוודאי, ווייל אויב מען שלאפט מיט עס, ווערט עס צופלאשעט

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 1:26 pm
דורך יעקב מענטש
הר הבית האט געשריבן:די וועלט איז ווידער אויף מיט די שייטלעך,
איינער ווייסט אינפראמאציא אדער לכה״פ א לינק צו עפעס דאטעלן?

עפעס א ניק 'פעלעד' אויף אייוועלט פיהרט א מערכה.

אונטערשטע שורה, -לויט ווי איך פארשטיי- די זעלבע וואס האבן עס מתיר געווען ביים סומאטוכע 1.0 זענען עס מתיר יעצט אויך, (אויב איך געדענק גוט איז עס הרב שטיינמעץ און הרב ציננער) וואס האט זיך געטוישט איז, אז להמחמירים איז זייער שווער צו געבן א השגחה אז ס'האט נישט קיין שום האר אריינגעמישט פון אינדיע

נשלח: מיטוואך יולי 04, 2018 2:52 pm
דורך איסר האטלקי
הר הבית האט געשריבן:די וועלט איז ווידער אויף מיט די שייטלעך,
איינער ווייסט אינפראמאציא אדער לכה״פ א לינק צו עפעס דאטעלן?

א לינק צו שייטלעך דעטאלן