בלאט 1 פון 2
וועלקאם בעק
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 2:42 pm
דורך קומזיץ
מורי ורבותי עס מאכט זיך אסאך מאל אז א אקטיווע געשמאקע ניק ווערט פלוצים פארשווינדען אן איבערלאזן שפירען און עס שאפט א חלל דא און שטיבל , אונז וויל מיר נישט עס זאל געשעהן האמיר שוין געפענט א "פארשווינדענע ניק" אשכול צוריק צו שלעפען די פארלוירענע ,
אבער עס העלפט א הויקער ,
האב איך געטראכט מ'האט שוין פרובירט מיט בייזן מ'ווערט קאטעגאריזירט אלץ פארשווינדענעם
אבער אן קיין סוקסעס..
לאמיר פרובירן מיט גיטן , עס מאכט זיך אמאל אז א פארשווינדענעם פאלט דא אריין מיט א תגובהל'ע לאמיר אויסניצען די געלעגענהייט און עם אויפנעמען מיט ביידע הענט אפשר וועט ער פארבלייבן דא פאר א וויילע,
איך וועל אנפאנגען מיט די מייסטער שרייבער "שלום שטיסל"
ויהי כחצות הלילה און פון א אינטער טירל האט זיך באוויזן א געשטאלט ער האט געמיינט מ'וועהט נישט באמערקען.. שלום!! וועלקאם בעק ווי אלל מיססעד יא
נעמט די פעדער און היינט
און די שטיבל ווערט ווערן באשיינט
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 2:49 pm
דורך berlbalaguleh
קומזיץ: ייש"כ. די שאלה איז נאר ווען הייסט מען א פנים חדשות (אדער אפשר א פנים חלשות. נישט ח"ו ווי דער מנוול ומוכה שחין, חיימ'קע שאולזאן.). נאכ'ן פעילן א וואך, 2 וואכן אדער א חודש...!
נשלח: פרייטאג יולי 06, 2018 3:41 pm
דורך קומזיץ
דאס קען יעדער מחליט זיין לויט זיינע געפילען נאך וועם ער בענקט זיך
נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 3:22 pm
דורך קומזיץ
ועל השנות החלום.. אינמיטן די הילכיגע גערויש יעדער פרובירט איבערצושרייען דעם צוויטען ,א צוויטער פרובירט צו ציען אויפמערקזאמקייט מיט א אויסגעדראשענע וויץ א דריטער שפילט ווי דער קאלטער אויפגעקלערטער וואס גארנישט בארירט עם נישט ,
שטייט א צוקוקער און טראכט וואס די העק טוה איך דא מיין פלאטץ איז נישט דא , מיין ריכטיגע פלאטץ און צווישן מיינע ווירטואלע חברים ווי טאלאנט און חכמה איז רעספעקטירט ,
שטילערהייט שלייכט ער זיך ארויס פון צווישן די פארזאמעלטע און מיט "געוואגטע" שריט נעמט ער ארויס זיין סמארטפון און קערט זיך צוריק צום כמעט פארגעסענעם שטיבל און שרייבט
"די געים זייגט" ,
געוואגטער וועלקאם בעק!! ביטע מאכט אייך באקוועם און זייט מהנה די חברים דא, די שטיבל דא זייגט אויכעט אן דיין הערליכע ארטיקלען , !!!we want more
נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 7:55 pm
דורך תנחום
@מאטי איז
דא אריינגעפאלן. נו, מאך א לישב!
נשלח: זונטאג יולי 08, 2018 8:07 pm
דורך ליפא
יואב איז בטעות אריינגעקומען פון א ראנג טיר און שנעל אפגעפיצט
נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 8:39 pm
דורך קומזיץ
איך קום אריין און שטיבל און איך זעה עפעס א אלט'ן יוד מיט ווייסע האר ער טוט אן זיינע ליינען ברילען און נעמט ארויס זיין פון בוזעם זיין האלב אפגעמעקטן ביכעל וואס ער האט נאך באקומען ביים צענטען יוניווערסערי. און הייבט אן צו נישטערן דארטן ער מישט און מישט אבער אן קיין ערפאלג ,
האלא, האלא שרייט ער אויפן ערשטן פארבייגייער ,
יא! מיט וואס קען איך העלפן?
איך זיך דעם נאמבער!!
ר יוד וועלכע נאמבער זיכט איר?
וואס הייסט וועלכע נאמבער? פון בערקאאוויטש!
וועלכע בערקאאוויטש?
נו נו ווי אזוי הייסט ער?? דער וואס איז געוועהן אויף די צייטונג דעיע וואך
אההה איר מיינט מאיר מרדכי?
יא אוודאי איך האב דאס גלייך געזאגט ..היינטיגע יונגעלייט זיי הערן נישט וואס מען רעדט צו זיין!
איך זעה די טומל דארטן ג'יי איך צו און ער זעהט מיר אויס ווי א באקאנט פנים איך קוק עם גיט אן און ס'הערט זיך א געשריי רויטע!! די ביסט עס! אזוי לאנג נישט דא געוועהן די וואנצעס זענען שוין אינגאנצן ווייס געווארן
"רויטע וואנצעס" וועלקאם בעק!! אונז קען מיר נישט אן דיר ביטע טוט אן צוריק די רויטע וואנצעס און מאכט אונז אלע פריילעך
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 1:31 pm
דורך berlbalaguleh
קומזיץ: ייש"כ. יא. דו ביסט גערעכט. רויטע וואנצעס האט נאך אין זיינע יונגע יארן (ווען זיינע וואנצעס זענען נאך געווען עכט רויט. נישט געפארבט.) א סאך אויפגעטון אין קאווע שטיבל. מיט זיין פאעטרי. אויך מיט זיינע הומאריסטישע באשרייבונגען. והעולה על כולנה. ער האט ארויסגעהאלפן פאר דעם וועלט בארימטן בטלן און עם הארץ אין טעכנאלאגיע , בערל בעל עגלה. ווען איך האב געהאט זייער אן אינטרעסאנטע קליפ פון יו טוב. וואס איך אלס עיי"ן ה"א האב בשום אופן נישט געקענט לינקען און ארויפלייגן אויף קאווע שטיבל. האט הרב רויטע וואנצעס מיר ארויסגעהאלפן און ארויפגעלייגט. און דורכדעים געווען א מזכה את הרבים...!
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 4:01 pm
דורך קומזיץ
די ספסלי בית הקפה גיט זיך א פארמער'ל
פון די לאנגע רייזע די עולם געט זיך א צוריקקער'ל
וועלקאם בעק [tag]שמערל[/tag]
נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 11:58 pm
דורך שמעקעדיג
קומזיץ האט געשריבן:די ספסלי בית הקפה גיט זיך א פארמער'ל
פון די לאנגע רייזע די עולם געט זיך א צוריקקער'ל
וועלקאם בעק [tag]שמערל[/tag]
קוק ווער ס'האט געלייקט, בערל
(אויך א גראם)
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 12:03 am
דורך יין שרף
קומזיץ האט געשריבן:די ספסלי בית הקפה גיט זיך א פארמער'ל
פון די לאנגע רייזע די עולם געט זיך א צוריקקער'ל
וועלקאם בעק [tag]שמערל[/tag]
סא למעשה האסטו ליב מאטי איללאוויטש'ס נייע אלבום..?
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 12:04 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג: ייש"כ. לכבוד דעים וועל איך דיר איבערזאגן א לידל/גראם וואס איך האב געהערט נאך אלס קליין יונגל...והנה. און נון...!
יודל מיט'ן פידל בערל מיט'ן באס (מיט א פת"ח)
זינגען א לידל אינמיטן די גאס...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 12:31 pm
דורך קומזיץ
יין שרף האט געשריבן:קומזיץ האט געשריבן:די ספסלי בית הקפה גיט זיך א פארמער'ל
פון די לאנגע רייזע די עולם געט זיך א צוריקקער'ל
וועלקאם בעק [tag]שמערל[/tag]
סא למעשה האסטו ליב מאטי איללאוויטש'ס נייע אלבום..?
ביסט א שארף יודל זעהט אויס אז שמא גרים , איך גלייך מאטי'ס טאלאנט אבער נישט זיין סטייל ס'איז גיט פאר די דריי וואכן..
איך האב אביסל געהערט זיין אלבום און געהערט די סארט גראמען ... פינקי האט אויך אסאך מאל אזעלכע אייגענע ווערטער , און "די זכרון איז א גנב" האט מען עס אפירגעברענגט צו קאווע
שטיבל
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 12:33 pm
דורך קומזיץ
berlbalaguleh האט געשריבן:שמעקעדיג: ייש,כ. לכבוד דעים וועל איך די איבערזאגן א לידל/גראם וואס איך האב געהערט נאך אלס קליין יונגל...והנה. און נון...!
יודל מיט'ן פידל בערל מיט'ן באס (מיט א פת"ח)
זינגען א לידל אינמיטן די גאס...!
ניבא ואינו יודע מה ניבא , בערל מיט'ן באס..
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 12:55 pm
דורך berlbalaguleh
קומזיץ: ייש"כ. מהאי טעמא האביך צוגעשריבן (איינגערינגלט) באס מיט א פת"ח). להוציא מליבן. ווייל פאר מיר איז אויכעט איינגעפאללן די גוטע מליצה/פאן. וואס איך האב זייער שטארק ליעב. נאך קאקאאוש קעיק...!
Bass or Base = Musical instrument...!
ב.ד.וו.: אויף אונגאריש האט דער דאזיגער אינסטרומענט זייער אן אינטרעסאנטן נאמען...."דער גרויסער וויינער. אדער ברעטשעער"...!
נשלח: דאנערשטאג יולי 12, 2018 7:42 pm
דורך קומזיץ
אייביג מיט א בליץ מיט א חכמה'לע
אונז באלאכטען מיט זיין לעכטעלע
צו אלעמענ'ס פרייד ארויסגעקומען פונ'ם לעכעלע
וועלקאם בעק [tag]גראדעמעכעלע[/tag]
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 1:10 am
דורך קומזיץ
וואלקאם בעק [tag]ריכטיג[/tag]
דיינע תגובות זענען קילורין לעיינים
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 10:13 am
דורך קומזיץ
אן דיך איז געוועהן שווער
די האסט זיך צוריק געבענקט אהער
וועלקאם בעק [tag]דענקער[/tag]
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 10:57 am
דורך דענקער
זומער די היצן,
איך טו אוועקשוויצן,
א וועלקאם פון [tag]קומזיץ[/tag]'ן
יישר כח, א דיינעם שאנק!
נשלח: דינסטאג יולי 17, 2018 11:13 pm
דורך קומזיץ
יעצט בלייבט דא זיצען
און טוה נישט אפפיצען
אונז האבן פון דיר אסאך ניצען
זיי אונז מהנה פון דיין פרחים וציצין
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 2:35 pm
דורך א-שופר-איז-א-שופר
זיי ווערען נישט פארשווינדען, זיי ווערען ארויסגעקאפעט דורך גבאים און מנהלים על לא דבר. איטליכע קומען צוריק מיט אנדערע ניקס, און עס זענען דא וועלעכע קומען נישט צוריק
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:54 pm
דורך קומזיץ
א-שופר-איז-א-שופר האט געשריבן:זיי ווערען נישט פארשווינדען, זיי ווערען ארויסגעקאפעט דורך גבאים און מנהלים על לא דבר. איטליכע קומען צוריק מיט אנדערע ניקס, און עס זענען דא וועלעכע קומען נישט צוריק
לאמיר זיך האלטן צום נושא פון אשכול...
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 4:00 pm
דורך יין שרף
די ניקס וואס מען זוכט אדער מען בענקט זיך, זענען בדרך כלל נישט די וואס ווערן אויסגעשפארט וד"ל