בלאט 1 פון 1

דוב הייקינד - דאקטער סקאנדאל

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 2:42 am
דורך בן ישי
אסעמבלימאן דוב הייקינד איז באוויסט אלץ איינער וואס האט ליב צו מאכן גרידער און ספעציעל ווען ס'קימט צו סקאנדאלן, הגם קיין רעזאלטאטן זעהט מען געווענדליך נישט.
היינט האט ער געשריבן אויף טוויטער אז ער האט באקומען שלעכטע אלעגעישינס קעגן א באקאנטע בארא פארקער דאקטער און ער בעהט ווער ס'האט געהאט א מעשה זאל זיך מעלדן צו עם, די נאמען פון דעם דאקטער וויל ער דערווייל נישט ארויסגעבן.
ס'איז אינטערסאנט ווי דוב שרייט אייביג ביי די מעשיות אבער דערנאך ווערט ער אטאקירט פון אלע זייטן, מאנכע אטאקירן עם פארן זיך אריינמישן און טוהן קעגן מענטשן וכו' און די אנדערע צד שרייט פונקט פארקער אז ער נעמט זיך גאר אן פאר די מענטשן מיטן זיי פראטעקטן און מאכן זיכער אז ס'גייט נישט צו די פאליציי וכו'

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 2:52 am
דורך בן ישי
@HikindDov
We are looking into allegations of abuse regarding a prominent Boro Park doctor. If you have first-hand information, please contact my office or email me at Hikindnews@gmail.com — All names & information will be kept strictly confidential.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 2:53 am
דורך בן ישי

Re: דוב הייקינד - דאקטער סקאנדאל

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 10:05 am
דורך mevakesh
א פאר וואכן צוריק האט א פרוי אויף פייסבוק ארויסגעלייגט שארפע באשולדונגען אויף א דאקטאר צו הסתם רעדט ער פון יענעם

Sent from my XT1060 using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 12:27 pm
דורך אברך משי
ווארשיינליך איז די רעדע פון דאקטער ספייקי ;)

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 1:08 pm
דורך קאך_לעפל
דער פאמיליע נאמען פונעם דאקטאר הייבט זיך אן מיט א ב..?

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 2:31 pm
דורך קורקלענד
.

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 7:52 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:דער פאמיליע נאמען פונעם דאקטאר הייבט זיך אן מיט א ב..?

קאך לעפל: ניין. האסט נישט צוגעטראפן. דער משפחה נאמען פונ'ם דאקטער הייבט זיך אן מיט גימ"ל...!

נאר די גאנצע מעשה קלינגט ווי סתם א בילבול מיט א סאך הייפ. וואס אונזער חשוב'ער קאונסילמאן ווייסט וויאזוי אויפצו מאכן גרויסע און שרעקעדיגע העדליינס. און ס'לאזט זיך אויס מיט א בוידעם. אדער א זייפן בלאז. נאך ווייניגער ווי א קול דממה דקה...!

והשנית. איך בין געווען א פאציענט ביי דעם דאקטער. איך האב איהם איבערגעלאזט ווייל די קוואליטי פון זיין סערוויס איז נישט גוט געווען. אבער איך קען זיין אפיס. און (נישט האבנדיג געליינט די מעשה ערשטהאנטיג) איך קען זאגן אז ס'איז כמעט ווי אוממעגליך אז די מעשה זאלל זיין אמת. ערשטנס ווייל זיין סטעף זענען יוצא ונכנס אפילו ווען ס'איז דא א פאציענט אין רום. צווייטנס. ער איז זייער א פאריאגטער דאקטער. ממש ער לויפט פון איין פאציענט צום צווייטן. ווייל זיין ציעל אין לעבן איז אריינכאפן וואס מער קליענטן. עד כדי כך. אז ווען איך בין געווען ביי איהם, האט ער מיך רעגיסטרירט אויף א נאמען פון אן אנדער'ן דאקטער. ווען כ'האב איהם געפרעגט פשט פון דעם האט ער מיר געזאגט אז ער האט מער פאציענטן ווי די רעגירונג ערלויבט צו האבן. ממילא לייגט ער ארויף א סאך פאציענטן אויף א צווייטן דאקטער. וועם כ'האב קיינמאל נישט געזעהן. ר'איז קיינמאל נישט געקומען אין אפיס...!

נשלח: דינסטאג יולי 10, 2018 9:28 pm
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן:

פון ווי ווייסטי וועלכע דאקטער מ'רעדט וועגן?

נשלח: מיטוואך יולי 11, 2018 12:29 am
דורך berlbalaguleh
בן ישי: ווייל מענטשן אין מיין משפחה (פרויען) וועלכע ווייקן אויף פעיסבוק. און זיי האבן מיר געזאגט. דארט שטייט א נאמען...!

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 10:43 am
דורך שבת אחים
berlbalaguleh האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:דער פאמיליע נאמען פונעם דאקטאר הייבט זיך אן מיט א ב..?

קאך לעפל: ניין. האסט נישט צוגעטראפן. דער משפחה נאמען פונ'ם דאקטער הייבט זיך אן מיט גימ"ל...!

נאר די גאנצע מעשה קלינגט ווי סתם א בילבול מיט א סאך הייפ. וואס אונזער חשוב'ער קאונסילמאן ווייסט וויאזוי אויפצו מאכן גרויסע און שרעקעדיגע העדליינס. און ס'לאזט זיך אויס מיט א בוידעם. אדער א זייפן בלאז. נאך ווייניגער ווי א קול דממה דקה...!

והשנית. איך בין געווען א פאציענט ביי דעם דאקטער. איך האב איהם איבערגעלאזט ווייל די קוואליטי פון זיין סערוויס איז נישט גוט געווען. אבער איך קען זיין אפיס. און (נישט האבנדיג געליינט די מעשה ערשטהאנטיג) איך קען זאגן אז ס'איז כמעט ווי אוממעגליך אז די מעשה זאלל זיין אמת. ערשטנס ווייל זיין סטעף זענען יוצא ונכנס אפילו ווען ס'איז דא א פאציענט אין רום. צווייטנס. ער איז זייער א פאריאגטער דאקטער. ממש ער לויפט פון איין פאציענט צום צווייטן. ווייל זיין ציעל אין לעבן איז אריינכאפן וואס מער קליענטן. עד כדי כך. אז ווען איך בין געווען ביי איהם, האט ער מיך רעגיסטרירט אויף א נאמען פון אן אנדער'ן דאקטער. ווען כ'האב איהם געפרעגט פשט פון דעם האט ער מיר געזאגט אז ער האט מער פאציענטן ווי די רעגירונג ערלויבט צו האבן. ממילא לייגט ער ארויף א סאך פאציענטן אויף א צווייטן דאקטער. וועם כ'האב קיינמאל נישט געזעהן. ר'איז קיינמאל נישט געקומען אין אפיס...!

ר׳ בערל אויב רעדט מען פון דר. גודמאן, קען איך דיר נאר זאגן אז מיין געוועזנע ווייב און איר שוועסטער האבן קיינמאל נישט געוואלט גיין צו אים ווייל... משום מעשה שהי׳. איך האב שוין געהערט פון זיינע מעשים טובים 15 יאהר צוריק. (אגב ער איז א וויזניצער חסיד פון אינדערהיים, ער פלעגט מאכן ביי זיך אינדערהיים אין פאראקעוועי טי-פארטיס פאר די וויזניצער ישיבה אין ארץ ישראל).

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 12:04 pm
דורך סקרן
מיין ווייס וויל קיינמאהל נישט אהינגיין ווייל זי זאגט ער איז א חזיר און אלע איהרע חברטעס שמועס'ן אזוי

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 12:30 pm
דורך קורקלענד
ס'איז א אלטע לעגענדע וואס דרייט זיך שוין יארן. אין פארגלייך צו בית שרה איז דא אויך נישט דא קיין ערענסטע וויקטים'ס, און ווען מ'טרעפט שוין יא עפעס א וויקטים איז עס א שוואכע מעשה, לפּחות וליותר. בכל אופן בין איך דא מער מיט ר' בּערל'ן אויפן זעלבן בלעטל.

אזוי גייט עס מ'באשולדיגט אויף ס'ארגסטע, אבער ווען מ'הערט פרטים איז עס גארנישט מיט גארנישט.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 2:01 pm
דורך שבת אחים
קורקלענד האט געשריבן:ס'איז א אלטע לעגענדע וואס דרייט זיך שוין יארן. אין פארגלייך צו בית שרה איז דא אויך נישט דא קיין ערענסטע וויקטים'ס, און ווען מ'טרעפט שוין יא עפעס א וויקטים איז עס א שוואכע מעשה, לפּחות וליותר. בכל אופן בין איך דא מער מיט ר' בּערל'ן אויפן זעלבן בלעטל.

אזוי גייט עס מ'באשולדיגט אויף ס'ארגסטע, אבער ווען מ'הערט פרטים איז עס גארנישט מיט גארנישט.

דו גלייבסט וואס דו ווילסט גלייבן אדער וואס איז אמת?

אויפן חפץ חיים האט קיינער נישט פארציילט אזעלכע מעשיות....

איך געב דיר ערשטע האנט אינפארמאציע ער האט אנגערירט מעהר ווי איינער אויף גאר א מיאוסע אופן וואס איך קען פערזענליך! יענע האט נישט געוואלט גיין צו די פאליציי. אבער ווען זי גייט יא וואלט ער דאן געוועהן אין גרויסע צרות...

די אלע רעכטע ווי קרקלענד לעבן אין דינייעל. די גרעסטע קלוגסטע מענשטען אויף די וועלט קענען זאגן עפעס און ברענגן באווייזן און זיי גייען נאר גלייבן וואס זיי ווילן.

דו פארשטייסט נישט קיין חילוק צווישן מיינונגען און פאקטן???

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 2:03 pm
דורך גדליה
קורקלענד האט געשריבן:ס'איז א אלטע לעגענדע וואס דרייט זיך שוין יארן. אין פארגלייך צו בית שרה איז דא אויך נישט דא קיין ערענסטע וויקטים'ס, און ווען מ'טרעפט שוין יא עפעס א וויקטים איז עס א שוואכע מעשה, לפּחות וליותר. בכל אופן בין איך דא מער מיט ר' בּערל'ן אויפן זעלבן בלעטל.

אזוי גייט עס מ'באשולדיגט אויף ס'ארגסטע, אבער ווען מ'הערט פרטים איז עס גארנישט מיט גארנישט.

די סארט שפראך וואס איר נוצט האט געהאלפן באשיצן אזעלכע זינדיגע מענטשן אלע יארן. וואספארא מין שפראך איז דאס "א שוואכע מעשה"? ווייל עס איז נישט געווען כמכחול בשפופרת איז דאס שוין נישט קיין הימלשרייענדע עוולה? פלוצלינג זענען מיר געווארן היפפיס און יעדער מנובל מעג אנרירן פרויען און מיידלעך, אמער ער האט איר דאך נישט מעבר געווען.
לאמיך אייך פארציילן א אמת'ע מעשה. א שטיק צייט צוריק רופט מיך מיין ווייב אן מיט קולות וברקים, ממש זי קען נישט קומען צו זיך. זי הייסט מיר שוין איבערלאזן אלעס אויפ'ן פלאץ און קומען צו די פלאץ וואו זי ארבעט. איך קום אן ווייזט זי מיר א מיאוס'ע טעקסט וואס א חסידישער יונגערמאן האט איר געשיקט. מיין ווייב איז געווען ווייס ווי קאלך און ס'איז געווען דא לדא נקשן בפועל ממש למעלה מעשרה טפחים. וואס האט יענער געטון בסך הכל? א נארישע וויץ. אבער פאר יענעם איז עס נישט קיין וויץ נאר דו שפילסט זיך מיט איר פריוואטסטע ענינים. די גאנצע וועלט האט שוין איינגעזען ווי שעדליך א קליינע ריר אדער קוש קען זיין, אבער אין אונזער חרדי'שער וועלט וואו די פרויען גייען איינגעהילט פון קאפ ביז פיס כדי מ'זאל חלילה נישט צוקומען צו א הרהור עבירה, האט מען דאס נאכנישט פארשטאנען.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:ס'איז א אלטע לעגענדע וואס דרייט זיך שוין יארן. אין פארגלייך צו בית שרה איז דא אויך נישט דא קיין ערענסטע וויקטים'ס, און ווען מ'טרעפט שוין יא עפעס א וויקטים איז עס א שוואכע מעשה, לפּחות וליותר. בכל אופן בין איך דא מער מיט ר' בּערל'ן אויפן זעלבן בלעטל.

אזוי גייט עס מ'באשולדיגט אויף ס'ארגסטע, אבער ווען מ'הערט פרטים איז עס גארנישט מיט גארנישט.

קורקלענד: ייש"כ. הוא אשר דיברתי. סיי ביי בית שרה. און סיי ביי דעם פאל. ס'איז דאמירן בעלמא. סתם גערעדט אין די וועלט אריין. אן קיין שום שמץ פון עווידענס אדער באווייזן. אזוי ווי איך האב דערמאנט אין מיין פריער'דיגע תגובה. אז דער סעט אפ אין זיין אפיס מאכט עס כמעט פאר אוממעגליך אז די מעשיות זאללן אמת זיין. ווייל אפילו לויט הילכות יחוד איז עס 100% אויסגעהאלטן. די טיר פון דעם עקזעמינעישן רום איז קיינמאל נישט פארשפארט. און זיין סטעף קומען און גייען אריין די גאנצע צייט. אויסער דעים יאגט ער זיך זייער מיט טשעקן זיינע פאציענטן. ער פארברענגט נישט קיין איבעריגע מינוט צו שמועסן סתם אזוי. ווייל ער איז זייער ביזי...! יא. ער איז א וויזניצער חסיד. ער האט אפילו א פלעק פון די וויזניצער מוסדות. זיין אידישער נאמען איז יחזקאל. (שבת אחים האט שוין אויסגעזאגט דעם סוד.)...!

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 4:52 pm
דורך בן ישי
איך נעם נישט קיין צד אבער דאס וואס בערל זאגט איז אמת, ער איז אייביג זייער געיאגט און לויפט פון איינעם צום צווייטן, ווען ער וואלט געווען מיט איינעם צו לאנג וואלט שוין זיין סטעף געוויסט.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2018 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:ס'איז א אלטע לעגענדע וואס דרייט זיך שוין יארן. אין פארגלייך צו בית שרה איז דא אויך נישט דא קיין ערענסטע וויקטים'ס, און ווען מ'טרעפט שוין יא עפעס א וויקטים איז עס א שוואכע מעשה, לפּחות וליותר. בכל אופן בין איך דא מער מיט ר' בּערל'ן אויפן זעלבן בלעטל.

אזוי גייט עס מ'באשולדיגט אויף ס'ארגסטע, אבער ווען מ'הערט פרטים איז עס גארנישט מיט גארנישט.

דו גלייבסט וואס דו ווילסט גלייבן אדער וואס איז אמת?

אויפן חפץ חיים האט קיינער נישט פארציילט אזעלכע מעשיות....

איך געב דיר ערשטע האנט אינפארמאציע ער האט אנגערירט מעהר ווי איינער אויף גאר א מיאוסע אופן וואס איך קען פערזענליך! יענע האט נישט געוואלט גיין צו די פאליציי. אבער ווען זי גייט יא וואלט ער דאן געוועהן אין גרויסע צרות...

די אלע רעכטע ווי קרקלענד לעבן אין דינייעל. די גרעסטע קלוגסטע מענשטען אויף די וועלט קענען זאגן עפעס און ברענגן באווייזן און זיי גייען נאר גלייבן וואס זיי ווילן.

דו פארשטייסט נישט קיין חילוק צווישן מיינונגען און פאקטן???

שבת אחים: איינס פון דיינע נקודות וואס דו ברענגסט ארויס איז אז אויפ'ן חפץ חיים האט מען נישט געזאגט אזלעכע זאכן. ערשטנס. דאמאלס איז געווען אנדערע צייטן. מיט מער תמימות'דיגע מענטשן. ס'איז נישט געווען קיין פעיסבוק אדער וואטסעפ אדער טוויטטער. וואו מ'קען ארויסווארפן כל מיני באשולדיגונגען אויף סיי וועם. און ס'האט נישט קיין הענט און קיין פיס. און ס'גייט באלד וויירעל...!

נאך א נקודה איז. אז אפילו אויף משה רבינו האבן זיי אויכעט אויסגעטראכט אזעלכע סארט בילבולים. און די אידעלעםך וועלכע זענען געווען אין אן ענגן קרעמל אין מדבר האבן גאנץ שענלל פארשפרייט די רומארס. אנע וואטסעפ...!

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 3:28 am
דורך קורקלענד
גדליה האט געשריבן:די סארט שפראך וואס איר נוצט האט געהאלפן באשיצן אזעלכע זינדיגע מענטשן אלע יארן. וואספארא מין שפראך איז דאס "א שוואכע מעשה"? ווייל עס איז נישט געווען כמכחול בשפופרת איז דאס שוין נישט קיין הימלשרייענדע עוולה? פלוצלינג זענען מיר געווארן היפפיס און יעדער מנובל מעג אנרירן פרויען און מיידלעך, אמער ער האט איר דאך נישט מעבר געווען.
לאמיך אייך פארציילן א אמת'ע מעשה. א שטיק צייט צוריק רופט מיך מיין ווייב אן מיט קולות וברקים, ממש זי קען נישט קומען צו זיך. זי הייסט מיר שוין איבערלאזן אלעס אויפ'ן פלאץ און קומען צו די פלאץ וואו זי ארבעט. איך קום אן ווייזט זי מיר א מיאוס'ע טעקסט וואס א חסידישער יונגערמאן האט איר געשיקט. מיין ווייב איז געווען ווייס ווי קאלך און ס'איז געווען דא לדא נקשן בפועל ממש למעלה מעשרה טפחים. וואס האט יענער געטון בסך הכל? א נארישע וויץ. אבער פאר יענעם איז עס נישט קיין וויץ נאר דו שפילסט זיך מיט איר פריוואטסטע ענינים. די גאנצע וועלט האט שוין איינגעזען ווי שעדליך א קליינע ריר אדער קוש קען זיין, אבער אין אונזער חרדי'שער וועלט וואו די פרויען גייען איינגעהילט פון קאפ ביז פיס כדי מ'זאל חלילה נישט צוקומען צו א הרהור עבירה, האט מען דאס נאכנישט פארשטאנען.

די סארט שפראך וואס איר ניצט האט שוין געהאלפן אונטערברענגן מערערע אומשולדיגע מענטשן, דיין שפראך האט שוין פיל מאל גע'הרג'ט שטיבער, קינדער, שלום בית, קאריערע'ס אא''וו. אן קיין שום באווייזן, די ספעציפיקאציעס פון אייער גערעדעכץ איז גארנישט אונטערשטעליג פון די אלטע באקאנטע מוציא שם רע. טאמער האסטו ערענסטע ראיות און באווייזן, אדער אויב ס'קומט איינער ארויס אין פובליק מיט פרטים אויף זיך אלץ א וויקטים איז איין זאך. אבער סתם צו קויפן יעדע מעשה אראפ פון פעיסבוק? פארוואס?

אז איך ענטפער שוין לאמיך דיר פרעגן, יעדע אינצידענט ווענט זיך אין די פערסעפציע פונעם זעלבסט דערקלערטע וויקטים? אדער איז דא עפעס א סארט פון ספעציפיקאציעס וואס איז ריכטיג און וואס איז אומריכטיג און וואס איז גאר שלעכט? יענער וואס האט געשיקט דעם טעקסט פאר אייער רעביצין האט טאקע געטוהן א גרויליגע אקט, אבער האלסטו טאקע אז אייער ווייב'ס רעאקציע איז נישט געווען איבערגעטריבן?