ביסטו אמאל אריבער א סקעם? שרייב פרטים פאר אנדערע

אלעס איבער האנדל וואנדל
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

ביסטו אמאל אריבער א סקעם? שרייב פרטים פאר אנדערע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

ביסטו אדורך א סקעם? מיר האט מען פראבירט צו סקעממען, מיט בערך א האלבע יאר צוריק. לייג איך דא די גאנצע געשיכטע, ליהנות בהם בני אדם, און אויך צו העלפען דער וואס וועט מעגליך אריין פאלען.

איך האב געזוכט א נייעם קאר, און איך האב געזוכט אויף קרעיגס ליסט. געטראפען האב איך א סיעננא פון 2009 און איך בין געווארען נייגעריג. האב איך געשיקט אן אימעיל צו די אדרעס דארט. האט יענער געבעטען א פריוואטע אימעיל און פון דארט וועט מען שמועסע.
רויטע פאן נומער איינס!

איך האב געשיקט א בקשה צו יענער, וואס האט מיר דאס צוריק געשיקט.
[left]
Hello,

My name is Corinne, and I'm emailing you about 2009 Toyota Sienna XLE with an gasoline engine, automatic transmission and only 80,000 miles. Never had or need any paint/body work done, garaged keep always, without any mechanical problems, tires and wheels are in great shape as well, electric is working perfectly. The engine V6 gas, runs very good and the automatic transmission shifts perfectly. Has a clean and clear US title in my name and there are no liens or loans on it. This vehicle was used by my husband who died 4 month ago. The price was reduced at $2500 because I'm in a hurry to find a buyer. I need to sell it before the 15 of the next month, when I will be leaving on military duty with my medical team out of the country for a year and do not want to store it. Hate to sell it but its not worth keeping insurance and paying storage fees for a year. If you interested i can send you more pics.

Thank you!
[/left]
איך האב זיך גענומען צו גוגל, און אויפגעזוכט די נאמען פון די פרוי. וואס איז ארויס געקומען. דא האט איהר א בילד.

Corrinr McCaw Google search.jpg

האב איך צוריק גע'ענטפערט קורץ און שארף
[left]
How did your husband die?
[/left]האט זי זאפארט גע'ענטפערט
[left]
Of cancer has died,Right now I'm in a military base. We are training, getting ready for leaving the country. The delivery process will be managed by me. I think I can have it there at your home address within 2-3 working days. It will come with a clear title and reg. I am a member of the eBay buyer protection program and using this service you will get a 7 days testing period after delivery. During that 7 days testing period I will not be getting any money.I need to know if you are interested so I can ask eBay to send you the details on this deal. If interested please include in your next email your contact info for eBay (full name, shipping address and phone number), so we can get the ball rolling.

Here you have few pictures with the vehicle.
[/left]
מיט בערך צוואנציג בילדער פון א קאר.

שוין, האב איך גע'ענטפערט אזוי
[left]
I would like a picture of you standing next to the car. I would also like a picture of your husband's grave stone.
[/left]
האט זי נאכאמאל גע'ענטפערט.
[left]
Right now I'm in a military base. We are training, getting ready for leaving the country. The delivery process will be managed by me. I think I can have it there at your home address within 2-3 working days. It will come with a clear title and reg. I am a member of the eBay buyer protection program and using this service you will get a 7 days testing period after delivery. During that 7 days testing period I will not be getting any money.I need to know if you are interested so I can ask eBay to send you the details on this deal. If interested please include in your next email your contact info for eBay (full name, shipping address and phone number), so we can get the ball rolling.

Here you have few pictures with the vehicle.
[/left]
מיט דעם איז געקומען די זעלבע בילדער נאכאמאל.
האב איך צוריק געשיקט
[left]
Which picture has you? And which one has your husband's gravestone?
[/left]
און זי האט נישט אויפגעגעבען און געשיקט אזוי
[left]
If you are interested email me your full name, delivery address and ph# so I can open the case with eBay. After that you will receive an invoice from them with all the necessary steps to complete this transaction.
[/left]
ואען ואומר
[left]
I am interested in a picture of you with the car and your husband's gravestone.
[/left]
און עודך שיקט זי מיר אן אימעיל
[left]
I don't have any pics with the car....The vehicle is already at our Military Logistic Department form Fort Belvoir, U.S. Army base crated and ready to go. The Logistic Department will deliver the vehicle to your home so the shipping is free for you. Since the vehicle is in a military base, with no access you can not go there and take it, only the Logistic Department can deliver it, because the vehicle is in their custody.Shipping may take anywhere between 2 to 3 business days depending on the destination. All the documents you need for ownership; title, manuals and the bill of sale, etc.. will be provided along with the vehicle ( title and the bill so sale will be notarized by a notary public ).You will have 7 business days for inspection. If the vehicle is not like described you will have to ship it back at the end of the 7 business days,on my expense and have your money back from eBay.

Now if you really want to buy my vehicle please send me your full name full shipping address and phone # so I can open a case with eBay.After that you will receive a invoice from eBay with all the necessary steps to complete this transaction.I have a few guys interested so I will need a prompt answer from you!
Thanks
[/left]
האב איך צוריק געשיקט
[left]
How about your husband's gravestone? Is that also in a military base, ready to be shipped?
[/left]
און זי האט שוין ווידער נישט געכאפט און געשיקט
[left]
If you are interested email me your full name, delivery address and ph# so I can open the case with eBay...I do not have time for what you want thanks.
[/left]
האב איך מחליט געווען צו גייען א שטאפעל ווייטער, און געשריבען ווי פאלגענד
[left]
Is it possible I can interest you in double glazing for your windows? It can get cold in the winter in the military and double glazing is a sure way to lower your heating bills.
Contact me ASAP to order your new windows
[/left]
האט זי גע'ענטפערט
[left]
I think you do not want to understand or you do not understand the windows are very good and strong if you are interested I want the details now....I have other people interested I want an answer now
[/left]
האב איך ווייטער געשריבען
[left]
And how about an exercise machine. I have lots of deals available. Rowing machines, treadmills, scythes.
What is your favorite machine? I can have it shipped to you anywhere in the galaxy.
[/left]
און ענדליך האט זי געכאפט וואס איך וויל און זי האט געשריבען
[left]
my favorite car is your mother fucks so well and sucks her just as well you are a very retarded person you need a control
[/left]
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
החוקר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1098
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
האט שוין געלייקט: 619 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל

Re: ביסטו אמאל אריבער א סקעם? שרייב פרטים פאר אנדערע

שליחה דורך החוקר »

ערשטענס, ער איז פון עפעס א דריטע וועלט לענדל. זיינע קללות זאגט אז ער קען נישט קיין ענגליש.

והשנית, וואו איז זיין שכל, זאל ער כאטש טוישן זיין נאמען. מיט איין גוגל זוך טרעפט מען אלע זיינע סקעמס.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

און אין בית המדרש האט מיר איינער א גביריש קינד געזאגט אז ער איז אריין געפאלען און ער האט דערלייגט א פאר טויזענט דאללאר דערפון.

עס איז צומאל פאן צו שפילען מיט די חברה, בפרט ווען מ'קען עס שפעטער ארויפלייגען ליהנות בהם בני אדם.
איך האב טאקע יעצט געשיקט אן אימעיל צו איהם\איהר פרעגענדיג וויאזוי עס גייט אין דער מיליטערי און צו ער\זי בענקט זיך נאך איהר\זיין מאן.
אנדערע קענען אויך שיקען צו corinmc6@gmail.com און מאכען פרייליך
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

בקיצור, הצד השווה צווישן אייך ביידע, איר האט אסאך ליידיגע צייט אויף אייערע הענט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ליטוואק פון בודאפעסט: ייש"כ. דיין פתיחת האשכול וואלט זיך גוט אריינגעפאסט אין די שמייכל אפטיילונג...!

איך האב מיך אמאל מיט א לאנגע צייט צוריק (א ביסל) געלאזט נארן פון א באנדע סקעממערס. והנה. ס'איז געווען אין אמעריקע א קאמפעני וועלכע האבן געהייסן..."עמ-וועי". מלשון אמעריקען וועי...! זייער ביזנעס מאדעל איז געווען (איינס פון א סאך)...פיראמיד. ד.מ. אז אויסער די פראדוקטן וואס זיי האבן לכאורה פארקויפט, האבן זיי אויכעט צוגערעדט מענטשן צו ברענגען נאך אגענטן. און דער שדכן האט געדארפט צו באקומען א פראצענט אויך פון די סעילס פון זיינע תלמידים...! זיי האבן אויך געדרוקט א פענסי קעטעלאג. און א חודש'ליכן זשורנאל. דארט האבן זיי געברענגט ווארימע טעסטימאניאלס פון ..."זייערע" אגענטן. ווי שטארק זיי זענען מצליח. אין איינס פון זייערע בארימערייען איז געשטאנען אז די קאפל וועלכע זענען געווען זייערע ..."אגענטן" האבן זיך געקויפט א פענסי קאר. א מערסעדעס, גאר. און זיי פארמאגן אויך א מאטאר שיף. א יאכט. אלעס פון די קאמישאן פון זייערע ..."סעילס"...זיי האבן אבער פארגעסן איין קלייניגקייט. אויף די פיקטשער פון די פענסי קאר איז געשטאנען אנגעשריבן אין קליינע ווערטער, אין ספאניש. דער נאמען פון א קאר רענטל קאמפעני...!

זייער סקיעם האט געארבעט בערך אזוי: א יעדער פראספעקטיוו "סעילס פערסאן" האט געדארפט קויפן א .."קיט"...וואס האט געקאסט $50... דאללער . בימים ההם. האביך בסך הכול פארלוירן פופציג דאללער אין יאר 1972.

איך האב מיך א ביסל מטריח געווען צו ליינען די ..."פיין פרינט"...איז דארט געשטאנען א גאנצע שורה פון דיסקלעימערס...ערשטנס ביסטו (דער סעילס פערסאן/אגענט) נישט קיין שום מחותן מיט די קאמפעני , עמוועי. דו ביסט אינגאנצן אינדעפענדענט. דו קויפסט נאר סחורה פון זיי און דו פרובירסט עס צו פארקויפן ווייטער. והשנית. זיי טשארדזשן דיך פאר א יעדע קליין שטיקל פאפיר. אפילו פאר די פראמאושנס. ווער רעדט נאך פון די אנדערע סופלייס ווי פענסילס און סטעישאנערי , מיט זייער לאגא, וואס דו האסט געדארפט צו ..."קויפן"... פון זיי...! והעולה על כולנה. זייערע פרייזן זענען געווען העכער ווי די פרייזן וואס מ'האט געצאלט. סיי אין ריטעיל און סיי אין ביזנעס. ווייל זיי האבן אויך געהאט א ביזנעס אפטיילונג. אויך איז געשטאנען אין די קליינע אותיות. אז אויב האט זיך געמאכט אז מ'האט געדארפט צוריקשיקן עפעס אן אייטעם איז מען אדורכגעגאנגען שבעה מדורי גהינום. מיט נאך א טוץ דיסקלעימערס...!

זיי האבן אויך שטארק צוגערעדט זייערע ..."אגענטן"... אז מזאלל אריינברענגען וואס מער מענטשן. אנרייצנדיג דעם אפעטיט מיט וועלכע הויכע קאמישנס מ'האט געקענט מאכן נאר פון די סעילס פון אנדערע מענטשן וועם דו האסט געברענגט...!

לסוף זענען זיי ב"ה ארויס פון ביזנעס. זיי האבן באנקראטירט. דאס אלעס איז געווען אנגעפיהרט דורך 2 גויים פון מישיגען...!

וויפיהל סחורה איך האב פארקויפט ווילל איך דא נישט פארציילן...!
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

Re: ביסטו אמאל אריבער א סקעם? שרייב פרטים פאר אנדערע

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

עס איז מיר געווען א ספק צו אין שמייכל צו אין ביזנעס, אבער למעשה איז עס גוט צו וויסען וויאזוי זיי סקעממען מענטשען כדי זיך צו היטען לעתיד.

Sent from my LG-K373 using Tapatalk
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
יעקב מענטש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1127
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 28, 2015 5:40 pm
האט שוין געלייקט: 876 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 935 מאל

שליחה דורך יעקב מענטש »

די אלע סקעמס זענען זייער דורכזיכטיג, מ'זעהט אז ס'קומט א 'אויטאמאטישע' רעספאנס. ס'איז שווער אריינצופאלן.

ווען איינער הייבט אן אז ער וויל זיך נישט טרעפן, און ער וועט מיר שיקן די געלט וכו' שיקט מען אים גלייך לופטערן.


איך האב אמאל געהאט א פארקערטע סקעם, איך האב אמאל עדווערטייזט מיין קאר אויף קרעיגס ליסט, רופט מיך אפ א שחור אז ער וויל עס זעהן, איך זאל אים טרעפן אין איסט ניו יארק ערגעץ אין א פארקינג לאט אין א שאפינג מאל, ער באטראכט עס פון אלע זייטן, און זאגט אז ער וויל עס, זאג איך נאו פראבלעם אבער איך דארף א דעפאזיט אויב דו ווילסט איך זאל עס רעזערווירן פאר דיר, ער גייט צו א עי טי עם, ציילט אפ 500 טאלער און גיבט מיר עס איבער, איך רוף אים די נעקסטע טאג צו זעהן ווען מ'קען מיר ענדיגן די מקח, אבער הילד אינינו, איך רוף פון אנדערע נומערן, אבער גארנישט!

איך לייג עס נאכאמאל ארויף אנליין, איך פארקויף עס פאר א צווייטן (איך האב שוין געהאט 2 קונים זיך שלאגן דערויף...), און איך זוך נאכאמאל דעם שחור אים אפצוגעבן די 500 טאלער, אבער גארנישט.

דא ענדיגט זיך די מעשה...
באניצער אוואטאר
רויטע וואנצעס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4863
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:17 pm
געפינט זיך: אין א לאוו רילעישינשיפ מיט גאט און מיט די מענטשהייט.
האט שוין געלייקט: 8315 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8762 מאל

שליחה דורך רויטע וואנצעס »

זוך אויף זיינע יורשים. מעגליך געווארן א איסט ניו יארק געשאסענער.
אהבה איז מיין רעליגיע, שנאה איז מיין שונא, שלום איז מיין חבר און שמחה איז מיין ציל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מענטש: דאס איז ממש א בעל שמ'סקע מעשה. דו קענסט עס פארציילן בשם ר' שייעלע קערעסטירער אדער אין נאמען פון אנדערע צדיקים...!
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

יעצט אין די נייעס.
.I got voices in my head.
דאכצעכמער
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 168
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 27, 2018 12:31 pm
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 88 מאל

שליחה דורך דאכצעכמער »

איך האב געהערט אז קול מבשר האט געהאט א אינטערוויו מיט איינעם, און ער האט ארויפגעלייגט א רעקארדירונג פון די שמועס וואס ער האט געהאט מיט א סקעמער, איך הער אז עס איז עפעס מורא'דיג, אויב עימיצער קען מראה מקום זיין וואלט עס געווען א געוואלדיגע זאך
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=HNziOoXDBeg[/youtube]
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

כ'באקום אן אימעיל פון א ידיד מיט א PDF עטעטשמענט, דרוקענדיג אויף דעם ווער איד REDIRECTED צו ONE DRIVE (דאס איז מייקראסאפט'ס גאאגל דרייוו אלטערנאטיוו) שטייט דארט "THIS FILE IS SECURED, LOG IN TO ACCESS IT", געב איך א דרוק און עס פאפט ארויף א לאג-אין וואס זעט אויס ווי אן אויפריכטיגן מייקראסאפט לאג אין זייט (כאטשיג מיט געציילטע שינויים) מיט אפציעס אריינצולאגן. פרוברינדיג דעם ערשטען אויפן, לייג איך אריין בתמימות מיין מייקראסאפט אימעיל/פעסווארט קום איך אן צי א ליידיגן זייט אויף ONEDRIVE, טריי איך מיט א צווייטן אימעיל\פעסווארט איז אודך קום איך אן צו די זעלבע זייט.

דא האט זיך שוין ערוועקט מיין סאספישין און נאכן טרייען דעם דריטן מאל גיב איך א קוק אויף די לאג-אין זייט פון אויבן ווי עס שטייט כלומר'שט אז מייקראסאפט בעט מיר אריינצולאגן, און איך באמערק אז די זייט איז נישט מיקראסאפט נאר עפעס א get-bios.com. איך האב אנגעהויבן חושד זיין אז כ'בין געפאלן קרבן צו א PHISHING סקעם און יענער האט יעצט צוויי פון מיינע אימעיל לאג-אין אינפארמאציע.

האב איך דורכגעקוקט די גאנצע פראצעדור נאכאמאל צו זיין זיכער האט זיך אויסגעקלארט דאס בילד:

דער PDF וואס דער סקעממער שיקט איז טאקע געשעירט אויף ONEDRIVE ווען מאיז מקקלק אויף דעם ווערט מען אריבערגעפירט צו דעם אמת'ן ONEDRIVE סייט, נאר וואזשע דען? ווען משעירט א PDF אויף ONEDRIVE ווערט מען אריבערגעפירט דארטן און די PDF עפנט זיך אין די בראוזער אן קוועטשן עפעס עקסטער. דער געניטער סקעממער האט דעזיינט דעם PDF ס'זאל אויסקוקען ווי עס איז חלק פון די סייט, דהיינו: בלויע בעקגראונד, די ONEDRIVE לאגא וכו' און בתוך די PDF אריינגעשריבן THIS FILE IS SECURED, LOG IN TO ACCESS IT" וואס איז געלינקט צו זיין אייגענער בייזוויליגער סייט, זוי אז ווען מקוועטשט דערויף ווערט מען אריבערגעפירט צו דעם GET-BIOS.COM , וואס ער האט דעזיינט אויסצוקוקען ווי אן עכטע מייקראסאפט לאג-אין, אזוי טריקט ער יעדן און ער באקומט דיין אימעיל/פעססווארט.
אבער מיין ידיד האט דאך מיר געשיקט דעם PDF? אפשר איז זיין אימעיל געהעקט? רוף איך מיין חבר עם מודיע זיין אז לכאורה איז זיין אימעיל געהעקט און נאך פאר איך הייב אן רעדן זאגט ער מיר סארי מיין אימעיל איז געהעקט אויב האסט געקליקט א לינק וואס כ'האב דיר געשיקט דאן ריסעט דיין פעסווארט.

איך טייל דאס מיט פאר צוויי סיבות:

קודם כל זייט פארזיכטיג ביים קליקן עני לינק וואס איז אין אימעיל אפי' עס איז א ידיד/קרוב וכדו' מקען אייביג זען ווי א לינק וועט דיך שיקן ווען מ'האלט די מויז העכער דעם אדער דורכן עס דריקן לאנג אויף א פאון. עספעשעלי טאמער האסטו באקומען אן אימעיל וואס עס זעט אויס ווי דעס וואס איך האב באקומען.

נאמבער 2: טאמער ווייסטו אז דיין אימעיל איז געהעקט געווארן זיי מודיע ווי ווייט מעגליך פאר וועם די האסט נאר קארעספאנדעט אמאל אז דיין אימעיל איז געהעקט לא תעמוד על דם רעיך, אדער שיק א באלק אימעיל צו אלע דיינע אימעיל קאנטעקטס אדער דורך א טעקסט וכדו' וועסט זיי שפארן נישט נאר צייט, נאר אויך די מעגליכקייט אז זיי זעלבסט זאלן געהעקט ווערן.
ויה"ר שלא ישמע עוד שוד ושבר באימעילנו.
טראכטכמוני
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 232
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 18, 2017 7:34 am
האט שוין געלייקט: 160 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 190 מאל

שליחה דורך טראכטכמוני »

כ'האב פארגעסן צוצילייגן נאך א וויכטיגע אנווייזונג: ביי עני לינק וואס שיקט צו א סייט וואס בעט דיר אריינצילייגן סענסיטיווע אינפארמאציע צ.ב. לאג-אין/פעססווארטת, קרעדיט קארד אינפא. טוה דיך אליינס א טובה און קוק אויבן אויב דעס איז טאקע די סייט וואס די ווילסט צוקומען צו. די וויכטיגע חלק איז "אלעס" וואס עס שטייט פון פאר דעם:" com. אדער .co.il וכדו' " ביז צו א פינטל פריערט, און אויב איז נישטא נאך א פינטל דאן "אלעס" ביז דער ערשטע בוכשטאב פון די סייט נאמען (לדוגמא sdfsd.microsoft.com = וועט זיין אויפריכטיג, משא"כ sdfsd-microsoft.com = איז א סקעם ווייל דאס ווייזט נישט אויף מייקראסאפט'ס סייט)

גראדע מאכט זיך אסאך מאל וואס געוויסע סייטס האבן אן אנדערן נאמען פארן לאג-אין (לדוגמא מייקראסאפט זעלבסט וואס געווענליך איז זייער לאגין בלעטל אויף LIVE.COM.עפעס) א שנעלע גאאגל סוירטש וועט אייך גלייך זאגן אויב דאס איז די אמת'ע זייט.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

עס זענען דא פילע פרי סערוויסעס אונליין וואס מאכן דעם זעלבן שפיצל. למשל קליפ קאנווערטינג א.א.וו. (צו קענען דאונלאודן יו טוב ווידיאס צו mp3, mp4)
ווען מען קליקט קאנווערט (convert) נעמט עס צו זייער סייטס וואס קענען אנלייגן וויירוסן. מען דארף תיקף צו מאכן די סקעם בלעטל אבער מען קען ווייטער קאנווערטען וואס מען דארף. מען דארף אויך זיין פארזיכטיג נישט צו דריקן קיין איין עקסטער זאך אויפן וועבזייטל נישט זיך אנצוקלעבן אין א וויירוס.

די זעלבע איז פאר סייטס וואס האבן טעלעוויזיע סיריס פריי פון אפצאל, אדער ביי וועלכע סערוויס וואס קאסט געווענטליך געלט.

צום בישפיל.

ווארענונג: קליקט נישט דעם לינק אויב איר פארשטייט נישט וואס איך שרייב.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9705
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב לעצטענס געהערט פון א היימישע סקעם, פון וואס מיר דארפן זיך שטארק היטן.

אסאך היימישע אידן ארבעטן אין ריעל עסטעיט. מ'טרעפט הייזער און מ'קויפט און פליפט. עס איז דא קאמפאניס וואס שיקן ארויס טעגליך אדער וואכענטליך, לאנגע ליסטעס פון הייזער וואס גייען אריבער פארקלאוזשער וכדו', וואס מ'קען כאפן פאר ביליג, אביסל איבערמאכן, און פליפן ווייטער. זיי שיקן ארויס די ליסטעס, ווייל זיי ווילן אז דו זאלסט נוצן זייער סערוויסעס וייטער.

קומט יואלי צו זיין חבר בערי, "איך הער דו טוסט אין ריעל עסטעיט לעצטענס. גיב מיר דיין אימעיל אדרעסס, איך וועל דיר שיקן דיעלס".
שוין, ער גיבט אים די אדרעסס.
די נעקסטע טאג, אום 3:01 נאכמיטאג, קומט אן אימעיל פון realtytrac.com מיט א רשימה פון פינף הונדרעט ליסטינגס. אום 3:03 קומט די זעלבע ליסטע פון יואלי. טאמער בערי קויפט איינער פון די הייזער, האט יואלי א גויישע שותף, וואס רופט בערי אין קאורט אז ער מוז צאלן די שדכנות געלט, און עס העלפט נישט קיין פודנו ומצילנו. יואלי ווייסט אז בערי וועט אים נישט נעמן אין קאורט, אדער מסר'ן פאר'ן גנבנ'ן א ליסט, און אזוי מאכט ער פרנסה בדרך כבוד. און אז בערי פראבירט פטור צו ווערן פון יואלי'ס טעגליכע אימעילס, טאפט ער א וואנט.

געווענדליך זענען סקעממערס מענטשן פון די אנדערע עק וועלט, וואס קענען נישט זייער וויקטימס. די חברה זענען חיות טרף, וואס קטנ'ן אויף זייער אייגענע חברים.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
תנחום
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 324
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 10:42 pm
געפינט זיך: אין די הייסטע פלאץ אין גיהינום
האט שוין געלייקט: 221 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

שליחה דורך תנחום »

די סקעם מאכט נישט קיין סענס. כדי צו איינקוסירן שדכנות געלט פון א ריעל עיסטעיט טראנזאקציע פון א קויפער מוז מען אונטערשרייבן א exclusive buyer agreement אן דעם קען מען קיין געלט נישט בעטן ליגאל.
לא באתי לנצח (שולי)
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

איינמאל בין איך געווען און די גייסט פון לאכן און איך בין געווען פונקט אין מאנהעטען האב איך זיך צוגעשארט צו איינע פון די הויכע שווארצע פעדלערס וואס האט מיך געגעבן פון די דבר הניתן מיד ליד פאר צוואנציג דאלער.

ווען איך בין אנגעקומען אהיים, האב איך געזען אז די סחורה איז קראצמעך ביימער.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

תנחום האט געשריבן:די סקעם מאכט נישט קיין סענס. כדי צו איינקוסירן שדכנות געלט פון א ריעל עיסטעיט טראנזאקציע פון א קויפער מוז מען אונטערשרייבן א exclusive buyer agreement אן דעם קען מען קיין געלט נישט בעטן ליגאל.


ביסטו זיכער?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

תנחום האט געשריבן:די סקעם מאכט נישט קיין סענס. כדי צו איינקוסירן שדכנות געלט פון א ריעל עיסטעיט טראנזאקציע פון א קויפער מוז מען אונטערשרייבן א exclusive buyer agreement אן דעם קען מען קיין געלט נישט בעטן ליגאל.

איך האב מורא אז דא איז @ליטוואק געפאלן פאר א סקעם אבער ב''ה אן קיין געלד שאדן
באניצער אוואטאר
הדסים
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 354
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 01, 2019 1:29 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 282 מאל

שליחה דורך הדסים »

אישתישבי האט געשריבן:
תנחום האט געשריבן:די סקעם מאכט נישט קיין סענס. כדי צו איינקוסירן שדכנות געלט פון א ריעל עיסטעיט טראנזאקציע פון א קויפער מוז מען אונטערשרייבן א exclusive buyer agreement אן דעם קען מען קיין געלט נישט בעטן ליגאל.


ביסטו זיכער?

יא, עס מוז זיין אויף עפעס א וועג פארשריבן, אויב נישט דארף מען גארנישט געבן ע"פ געזעץ.

נאכאלס קען זיין די סקעם איז אמת, מען דארף פשוט וויסן אז מען האט נישט וואס צו מורא האבן.
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

יעקב מענטש האט געשריבן:די אלע סקעמס זענען זייער דורכזיכטיג, מ'זעהט אז ס'קומט א 'אויטאמאטישע' רעספאנס. ס'איז שווער אריינצופאלן.

ווען איינער הייבט אן אז ער וויל זיך נישט טרעפן, און ער וועט מיר שיקן די געלט וכו' שיקט מען אים גלייך לופטערן.


איך האב אמאל געהאט א פארקערטע סקעם, איך האב אמאל עדווערטייזט מיין קאר אויף קרעיגס ליסט, רופט מיך אפ א שחור אז ער וויל עס זעהן, איך זאל אים טרעפן אין איסט ניו יארק ערגעץ אין א פארקינג לאט אין א שאפינג מאל, ער באטראכט עס פון אלע זייטן, און זאגט אז ער וויל עס, זאג איך נאו פראבלעם אבער איך דארף א דעפאזיט אויב דו ווילסט איך זאל עס רעזערווירן פאר דיר, ער גייט צו א עי טי עם, ציילט אפ 500 טאלער און גיבט מיר עס איבער, איך רוף אים די נעקסטע טאג צו זעהן ווען מ'קען מיר ענדיגן די מקח, אבער הילד אינינו, איך רוף פון אנדערע נומערן, אבער גארנישט!

איך לייג עס נאכאמאל ארויף אנליין, איך פארקויף עס פאר א צווייטן (איך האב שוין געהאט 2 קונים זיך שלאגן דערויף...), און איך זוך נאכאמאל דעם שחור אים אפצוגעבן די 500 טאלער, אבער גארנישט.

דא ענדיגט זיך די מעשה...

גיי ווייס וואס דו האסט געהאט מיט דעם שחור אין פריערדיגן גלגול
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יעקב מענטש האט געשריבן:די אלע סקעמס זענען זייער דורכזיכטיג, מ'זעהט אז ס'קומט א 'אויטאמאטישע' רעספאנס. ס'איז שווער אריינצופאלן.

ווען איינער הייבט אן אז ער וויל זיך נישט טרעפן, און ער וועט מיר שיקן די געלט וכו' שיקט מען אים גלייך לופטערן.


איך האב אמאל געהאט א פארקערטע סקעם, איך האב אמאל עדווערטייזט מיין קאר אויף קרעיגס ליסט, רופט מיך אפ א שחור אז ער וויל עס זעהן, איך זאל אים טרעפן אין איסט ניו יארק ערגעץ אין א פארקינג לאט אין א שאפינג מאל, ער באטראכט עס פון אלע זייטן, און זאגט אז ער וויל עס, זאג איך נאו פראבלעם אבער איך דארף א דעפאזיט אויב דו ווילסט איך זאל עס רעזערווירן פאר דיר, ער גייט צו א עי טי עם, ציילט אפ 500 טאלער און גיבט מיר עס איבער, איך רוף אים די נעקסטע טאג צו זעהן ווען מ'קען מיר ענדיגן די מקח, אבער הילד אינינו, איך רוף פון אנדערע נומערן, אבער גארנישט!

איך לייג עס נאכאמאל ארויף אנליין, איך פארקויף עס פאר א צווייטן (איך האב שוין געהאט 2 קונים זיך שלאגן דערויף...), און איך זוך נאכאמאל דעם שחור אים אפצוגעבן די 500 טאלער, אבער גארנישט.

דא ענדיגט זיך די מעשה...

יעקב מענטש: דו האסט געהאט א מופת. דו קענסט עס אנהענגען אויף סיי וועלכן רעבי'ן דו ווילסט. אפילו אויפ'ן באשעפער. דער שחור וועלכער האט דיר געגעבן די 500 טאלער איז געשאסן געווארן דורך א צווייטן שחור. ווייל מעיאר די בלאזיא האט די-פאנדעד די פאליס. איי דאס איז געשעהן מיט 2 יאר צוריק. דער שחור האט געהאט א ווייטן בליק...!
פארשפארט