בלאט 1 פון 1

די היינטיגע פאנדרעזינג געלט פארשווענדעניש

נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 5:07 pm
דורך בן ישי
אסאך איז שוין גערעדט געווארן איבער די היינטיגע וועג פון פאנדרעזינג, ווי יעדער פרובירט איבערצושטייגן דעם צווייטן מיט גרעסערע געלט פארשווענדענישן און מער רייסערישע איינפאלן.
הונדערטע יודן לעבן אויף די פאנדרעזינג פון מוסדות און ארגענעזאציעס, אנגעהויבן ביי די מארקאטינג און PR קאמפעניס, די פארטי פלענער, די פרינטינג און צייטונגען, די מוזיק אינדעסטרי, די בעלי דרשנים ובדחנים, און נאך אסאך וואס אלע ווערן איינגעשפאנט פאר שיין באצאלט צו מאכן ווי מער אויפרייסערישע מסיבות וכו'.

(איך האב שוין אמאל אביסל צוגערירט דעם נושא ווען הצלה בארא פארק האט דאס יאר אנדערש ווי געווענדליך נישט געמאכט קיין טייערע קאמפיין)

אין די משפחה מאגאזין איז עס אביסל אויסגעשמועסט געווארן די לעצטע וואך און זיי האבן געברענגט צוויי מענטשן מסביר צו זיין ביידע זייטן,
אויף איין זייט איז דא הרב נפתלי מיללער פון אגודות ישראל וואס האלט אז ס'איז יא בארעכטיגט און פון די אנדערע זייט איז הרב פייוול מאשינסקי פון קופת עזרה פון מאנסי וואס איז דערקעגן און וואלט געוואלט מ'זאל קענען צוריקגיין צו די אלטע וועג פון א פשוטע דינער (הגם ער אליינס און זיין ארגאנעזאציע איז אויך געצווינגען געווארן לעת עתה צו אפערירן ווי די היינטיגע סדר)

וואס זאגט די עולם?