בלאט 1 פון 1
א בקשה נחוצה צו אחינו בני ישראל.
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 10:26 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 10:43 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דו ביסט 100% גערעכט. לויט ווי איך געדענק שטייט אין שו"ע אז א רחיצה של תענוג איז אסור אין די ניין טעג. דאס מיינט אז ווען איינער נעמט א טורקיש (סטיעם) בעטה. אדער מ'באדט זיך אין א וואנע (בעטה-טוב/אמבטיה) מיט אלע געשמאקע געווירצן אריינגעלייגט אין וואסער וועלכע געבן ארויס א גוטן גערוך. און זענען געזונט פאר די ביינער. און מ'ווייקט זיך אין וואסער. משא"כ א שויער וואס מ'נעמט, מיט שעמפו און זייף (נישט אזוי ווי די רבי זכיסע יאגן אליינע) וועלכער האט נישטו גענימען א שויער א גאנצע וואך. נאר ערש"ק האט ער גענימען א שויער אן זייף. און נאר ערב פסח האט ער געניצט זייף. און אויכעט נאר די שטינקעדיגע זייף וואס מ'האט געגעבן אין די סאטמאר'ע מקוה בימים ההם ובזמן הזה. וואס א נארמאלער מענטש נעמט הייסט בכלל נישט קיין רחיצה של תענוג. און מ'מעג עס לכתחילה נעמען א יעדן אינדערפריה. אויכעט וועגן כבוד הבריות. יענער איז נישט מחוייב צו שמעקן זיין ריח הניחוח. הרב עובדיה יוסף האט טאקע געהאלטן אזוי. אז ווער ס'האלטציך צוריק (ספעציעל די ליטוואקעס) פון נעמען א שויער אין די ניין טעג איז א חמור. ווייל ס'איז נישט דא אזא הלכה...! נאר ער האט צוגעלייגט א ראסיסטישן ציפ צו דעים. ער האט געזאגט..."אשכנזים, חמורים"...! וואס אויב מ'זאלל דאס זאגן איבער א ספרדי אז ער איז א חמור, וואלט שוין געווען עק וועלט. און די מידיא וואלט נישט אויפגעהערט צו ליארמען איבער דעים. אבער וויבאלד ער איז געווען א ספרדי, האט ער געמעגט באליידיגן אלע אשכנזים...!
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 10:59 pm
דורך קורקלענד
נישט שיין צו רופן כשר'ע זייף שטינקעדיגע זייף..
נשלח: זונטאג יולי 15, 2018 11:30 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד: או. קעי. איך צוה צוריק. דאס איז די זייף מיט וואס אונזערע מאמעס האבן געוואשן די דישעס אין יענע צייטן...!
Re: א בקשה נחוצה צו אחינו בני ישראל.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 6:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
וואס איז דער ׳ספעציעל די ליטוואקעס׳?
אגב אורחא, איך בין מקפיד אגאנץ יאר אויך נישט צו שויערען צו אפט. עס איז א געוואלדיגע חירות ווען די שטינקען גייט נישט אן. מ׳קען לעבען אסאך רואיגער נאך דעם וואס די זאכען טוהן שוין נישט וויי. יעדער זאל זיך צוגעוואוינען דערצו, כמבואר בגמ׳ פרק ערבי פסחים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:00 am
דורך newkave
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז דער ׳ספעציעל די ליטוואקעס׳?
אגב אורחא, איך בין מקפיד אגאנץ יאר אויך נישט צו שויערען צו אפט. עס איז א געוואלדיגע חירות ווען די שטינקען גייט נישט אן. מ׳קען לעבען אסאך רואיגער נאך דעם וואס די זאכען טוהן שוין נישט וויי. יעדער זאל זיך צוגעוואוינען דערצו, כמבואר בגמ׳ פרק ערבי פסחים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
דאס איז שוין א חי'שקייט פון דיר.
יעדער וועט מודה זיין אז א 700 פונטיגער אינגערמאן וואלט זיך געמוזט שויערן אפט.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 10:43 am
דורך איסר האטלקי
האמער שוין א נייער מענדעלע ווייס זי''ע. ער האט לכאורה אויך געהאלטן אז ס'געשמאקער אזוי...
ליטוואק, האסט פאטענציאל צו ווערן א למד וואוניק איין טאג.
נשלח: מאנטאג יולי 16, 2018 1:24 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס איז דער ׳ספעציעל די ליטוואקעס׳?
אגב אורחא, איך בין מקפיד אגאנץ יאר אויך נישט צו שויערען צו אפט. עס איז א געוואלדיגע חירות ווען די שטינקען גייט נישט אן. מ׳קען לעבען אסאך רואיגער נאך דעם וואס די זאכען טוהן שוין נישט וויי. יעדער זאל זיך צוגעוואוינען דערצו, כמבואר בגמ׳ פרק ערבי פסחים.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
ליטוואק פון בודאפעסט: איך מיין נישט די ליטוואקעס פון לעיקוואוד (איך בין שוין אויכעט א ראסיסט. איך מאך הכללות. אזוי ווי הרב עובדיה יוסף.). נאר די ישיבה'שע בחורים און יונגעלייט פון בני ברק. און ווער רעדט נאך פון די חסיד'ישע קאטשעלאבניקס פון גור. סאטמאר און בעלזא. און וויזניץ...!