בלאט 1 פון 8
הגה"צ ר' משה מנחם ווייס אויפגענומען פאר אב"ד סאטמאר לאנדאן
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 9:57 am
דורך איסר האטלקי
עס איז ענדליך געבראכן געווארן די נייעס אז מעלבורן האט ברוך ה' געטראפן א רב וואס איז מסכים איבערצולאזן זיין קהילה, קהל פאפא ב''פ וואו ער דינט אלס דומ''ץ, און וועט זיך אריבערציען קיין אוסטראליע און פרובירן אנצוהייבן א פרישן בלעטל אין לעבן.
כעת האט ער נאכנישט געגעבן זיין זיכערער ענטפער, עס קוקט אבער אויס ווי ער רישט זיך שוין דערפאר.
בייגעלייגט דער מודעה אויפן וואנט פון בית המדרש אין אוסטראליע.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 10:03 am
דורך [NAMELESS]
איסר האטלקי האט געשריבן:עס איז ענדליך געבראכן געווארן די נייעס אז מעלבורן האט ברוך ה' געטראפן א רב וואס איז מסכים איבערצולאזן זיין קהילה, קהל פאפא ב''פ וואו ער דינט אלס דומ''ץ, און וועט זיך אריבערציען קיין אוסטראליע און פרובירן אנצוהייבן א פרישן בלעטל אין לעבן.
כעת האט ער נאכנישט געגעבן זיין זיכערער ענטפער, עס קוקט אבער אויס ווי ער רישט זיך שוין דערפאר.
בייגעלייגט דער מודעה אויפן וואנט פון בית המדרש אין אוסטראליע.
וואס איז אים שלעכט אין פאפא ב"פ? איז די רבנות אין מעלבוירן אזא גרויסע מציאה אז ס'זאל אים ווערט זיין?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 10:04 am
דורך איסר האטלקי
אין בפ האט ער גארנישט, ס'נישט זיינס, אלעס באלאנגט פאר פאפא און ער האט גארנישט קיין אייגענע חסידים. אין מעלבורן באקומט ער אן אייגענעם מלוכה אין האנט אריין, אויב ס'וועט געלונגען.....
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 10:11 am
דורך [NAMELESS]
איך מיין צו פרעגן, איז מעלבוירן טאקע אזא "מלוכה", אז ס'זאל ווערט זיין איבערצולאזן די משפחה, גוטע פריינט וכו' וכו', און זיך אריבערציען אין יענעם עק וועלט? למעשה כהיום יום איז ער פון די שענסטע דיינים אין ב"פ בכלל, אין קהלת פאפא בפרט (אפילו אין פאפא וויליאמסבורג איז ער כמעט דער אויסשליסליכער דיין), עס פעלט אים נישט קיין פרנסה, עס מוז זיין עפעס גאר א געלונגענע אפפער, עס זאל ווערט זיין די טויש.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 10:21 am
דורך איסר האטלקי
אין פאפא ב''פ האט ער גארנישט, קיינער קוקט כמעט נישט אויף אים דארט. צווישן די דיינים אין בארא פארק איז ער יא ארויפגעקוקט, ווייל למעשה פארטרעט ער א קהילה. אפשר אין וויליאמסבורג קוקט מען יא אויף אים? קען זיין.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 12:03 pm
דורך לך לך
דאכט זיך מיך אז דער ווייס איז א שטארק פאפולערע דיין אין ב"פ
ווער גייט איהם איבערנעמען אין פאפא?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 12:06 pm
דורך תנחום
ס'האט געהייסן לעצטע וואך אז ער פארט שבת נחמו פאר פראבע
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 12:42 pm
דורך יעקב מענטש
א בילד?
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 12:50 pm
דורך לך לך
גוגל געט מיר דאס
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 1:08 pm
דורך איסר האטלקי
לך לך האט געשריבן:דאכט זיך מיך אז דער ווייס איז א שטארק פאפולערע דיין אין ב"פ
ווער גייט איהם איבערנעמען אין פאפא?
לכאורה איינער פונעם רבי'נס קינדער.
זיי זענען גוט די פאפא'נע, אין מאנסי האבן זיי פארשיקט דעם טערצאלער, יעצט שיקן זיי דעם דיין. דער רבי האט גראדע חשובע קינדער.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 2:53 pm
דורך ימים ידברו
עס איז מצד הגאון דומץ פאפא א גאלדענע זאך, ער וועט זיצען ברומו של עולם א הערליכע קהלה הערליכע ציבור א ערליכע און ריין פון פאליטיק און לשון הרע ממש א מחי', אבער עס ווינדערט מיך מצד מעלבארן, וואס האבען געהאט ענקי עולם גדולי ישראל, זאלן מחליף זיין מיט א מו"צעל, ווען זיי נעמען ווען א איד, וואס איז שולט און כאטש צוויי חלקים און שו"ע, אדער א חכם, אדער א געוואלדיגער ירא ד', ער איז באמת א פיינע מו"ץ פינקט גיט פאר פאפא, אבער פאר מעלבראן במקום גדולים, ווי סבאקרוינט געווען מיט א רב ווי הרב יצחק יעקב ניימאנן, אדער הרב בצלאל שטערן, אדער הרב אלימלך אשכנזי, אדער די לעצטע רב זצוקללה"ה, וואס כולם כאחד זענען געווען גדולי תורה ועמודי הוראה בעלי דרשנים נפלאים,
אבער הרב משה מנחם ווייסס גיט צו זאגען שלוש סעודות תורה.... נישט דער געוואלדיגער ת"ח ... נישט דער בעל הוראה... נישט דער גרויסער ירא ד'.. נישט פיל מער ווי א געווענדליכער כולל יונגערמאן, וואס איז ער מער פון הרב יודל כץ? ראשי קהלה פון מעלבראן איה חכמתכם? איה בינתכם?
ווען למשל הרב צבי האלפרין דיין וויען הער איך, א ת"ח גדול לייגט איין הרמ"מ און קליינעם פינגער... א בעל דרשן... אדער הרב מנחם פישער דיין וויען א רב ווי אין דער אלטער היים, אפי' הרב משה חייים שנעבאלג ממאנסי, א ירא ד' א ת"ח מיט א חיות א וויזניצער ברען, א דרשן וידען נפלא, א בן הרב הער איך אז איר ווילט קאנדיטאטען סדא שיינע קאנדיטאטען און אמעירקע אירופע ארצה"ק פינקט הרב משה מנחם ווייס דאס איז א ווינדער!
איך וויל אויסרעכנען קאנידאטאען וואס זענען לכאורה פיל מער פאסיג,
הרב נפתלי ניסבוים ארצה"ק א גאון עולם
הרב עמרם העניג אנטווערפין שולט ון ד' חלקי שו"ע א פשטן
הרב משה קעסלער וויזניץ מאנסי א גרויסער בעל הוראה וירא ד' מרבים
הרב שלעזינגער די ברידער פון הרי"ד פון מאנסי א ת"ח א בעל תפלה א רעדנער, אלע מעלות ועל כולם עניוות להפליא
הרב משה שאול קליין א ריזגיער בעל הוראה אין בניברק א תלמיד פון שבט הלוי ויד ימינו
פונקט הרמ"מ ווייס פון די שוואכסטע רבנים און בארא פארק ? ? ? תיקו
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:07 pm
דורך סקרן
ימים ידברו האט געשריבן:עס איז מצד הגאון דומץ פאפא א גאלדענע זאך, ער וועט זיצען ברומו של עולם א הערליכע קהלה הערליכע ציבור א ערליכע און ריין פון פאליטיק און לשון הרע ממש א מחי', אבער עס ווינדערט מיך מצד מעלבארן, וואס האבען געהאט ענקי עולם גדולי ישראל, זאלן מחליף זיין מיט א מו"צעל, ווען זיי נעמען ווען א איד, וואס איז שולט און כאטש צוויי חלקים און שו"ע, אדער א חכם, אדער א געוואלדיגער ירא ד', ער איז באמת א פיינע מו"ץ פינקט גיט פאר פאפא, אבער פאר מעלבראן במקום גדולים, ווי סבאקרוינט געווען מיט א רב ווי הרב יצחק יעקב ניימאנן, אדער הרב בצלאל שטערן, אדער הרב אלימלך אשכנזי, אדער די לעצטע רב זצוקללה"ה, וואס כולם כאחד זענען געווען גדולי תורה ועמודי הוראה בעלי דרשנים נפלאים,
אבער הרב משה מנחם ווייסס גיט צו זאגען שלוש סעודות תורה.... נישט דער געוואלדיגער ת"ח ... נישט דער בעל הוראה... נישט דער גרויסער ירא ד'.. נישט פיל מער ווי א געווענדליכער כולל יונגערמאן, וואס איז ער מער פון הרב יודל כץ? ראשי קהלה פון מעלבראן איה חכמתכם? איה בינתכם?
ווען למשל הרב צבי האלפרין דיין וויען הער איך, א ת"ח גדול לייגט איין הרמ"מ און קליינעם פינגער... א בעל דרשן... אדער הרב מנחם פישער דיין וויען א רב ווי אין דער אלטער היים, אפי' הרב משה חייים שנעבאלג ממאנסי, א ירא ד' א ת"ח מיט א חיות א וויזניצער ברען, א דרשן וידען נפלא, א בן הרב הער איך אז איר ווילט קאנדיטאטען סדא שיינע קאנדיטאטען און אמעירקע אירופע ארצה"ק פינקט הרב משה מנחם ווייס דאס איז א ווינדער!
איך וויל אויסרעכנען קאנידאטאען וואס זענען לכאורה פיל מער פאסיג,
הרב נפתלי ניסבוים ארצה"ק א גאון עולם
הרב עמרם העניג אנטווערפין שולט ון ד' חלקי שו"ע א פשטן
הרב משה קעסלער וויזניץ מאנסי א גרויסער בעל הוראה וירא ד' מרבים
הרב שלעזינגער די ברידער פון הרי"ד פון מאנסי א ת"ח א בעל תפלה א רעדנער, אלע מעלות ועל כולם עניוות להפליא
הרב משה שאול קליין א ריזגיער בעל הוראה אין בניברק א תלמיד פון שבט הלוי ויד ימינו
פונקט הרמ"מ ווייס פון די שוואכסטע רבנים און בארא פארק ? ? ? תיקו
איהר וואונט אין בארא פארק און מאכט זיך אומוויסענד אדער פלעין האסט שלשול פון פינגער ארויס
ר' מ"מ איז פון ב"פ גרעסטע דיינים זיצט אויפ'ן ועד פון הצלה בוני עולם ועודער הייסט א ת"ח איך ווייס אז באבובער דיין סקווערער דיין און קארלסבורגער רב הצעיר שיקען אלע צו אים אסאך מאהל
ממילא א בקשה צו דיר איך האב געדענק וואס אונזערע חכמים לערנען אונז THINK BEFORE YOU SPEAK-WRITE
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:16 pm
דורך גאנצל
שוין מ'רעדט שוין פון איינעם שיין דארף דער שוויין קומען מיט זיינע פוסקייטן
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:17 pm
דורך תנחום
כ'האב אמאל געהערט א שיעור פון איהם, ער זאגט גוט. בכלל איז ער אן אקטיווער מענטש און ער איז עוסק אין אלע היינטיגע שאלות למשל שייטלעך מיט פרידיזשערס וכדו'
Re: הגה"צ ר' משה מנחם ווייס גאב"ד מעלבורן אוסטראליע
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:26 pm
דורך גראף
.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:28 pm
דורך ימים ידברו
כבוד ידידי הרב גאנצעל וכל שאר המעררים,הרב משה מנחם ווייס איז א פיינער מורה הוראה, אבער בכלל נישט אויף די לעוועל פון די רבני מעלבראן פינטעל, איך פרעג אייך, ער איז אזא פוסק הדור ווי הרב שטרנבוך יא צו ניין? ער איז וואס ער איז, ער איז אבער בכלל נישט אזא גאטנוג רב ווי די פריערדיגע, וואס זענען געווען אלע משכמם גבוה, יא אין בארא פארק מהיכי תיתי צווישען די דיינים,
אדרבה פרעגט אייך נאך ביי הנהלה פון בוני עולם למשל, ווי ער איז א דיין צווישען די דיינים, צו ער פארשטייט די שיחות חולין פון די דיינים הרב חיים דוד כץ אדער הרב אברהם הערש וואזנער, ער איז נישט זייער בן גיל בכלל!
ווען איינער זאגט אז הרב יעקב מענדל יארוויטש אין די עדה איז נישט ווי הרב אלישיב איז ער א מחוצף? איז ער א שייגעץ?
איך זאג די סימפאל מציאות, ער איז נישט קיין געליגענע מורי הוראה, ער איז נישט קיין געוואלדיגער ת"ח, ער איז נישט קיין הרב בנימין לאנדא, ער נישט יוניק און קיין שים וועג, ער איז פיין, אבער בכלל נישט שארף, בכלל נישט געלינגען, מאך מיך נישט זאגען זאכען וואס איך האב נישט געזאגט!
איך פיל סדא געלגענע סדא פאסיגערע פאר אזא פרעסטיזשפיל פאסטען, איך בין מער מחשיב די פאסטען, ווי זיי אליינס!
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:31 pm
דורך איסר האטלקי
איך האלט גראדע ימים איז גערעכט. זיי וואלטן געקענט טרעפן עפעס שענער ווי א פשוטער מורה הוראה.
פון דער ליסט וואס דו רעכסנט אויס האט מסתמא קיינער נישט געהאלטן ביים פארן אהין, חוץ ער.
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:31 pm
דורך ימים ידברו
איך האף אויך ער בלייבט אין פאפא! דארט פאסט ער דארט בלאנגט ער! נישט חס ושלום מזלזל בפאפא! ער איז פאסיג צו זיין דארט א חשובע קהלה מיט א וואילע דיין נו האבען זיי נישט דעם פוסק הדור אבער טלית שאינו שלו במעלבראן איז פינקט ווי דער אדמור מפאפא זאגט א דרשה אין פאנוויעזש וועגען גיוס, הגם א חשובער אדמורר האט אים איינגלאנדעט!
די זעלבע איז טראץ וואס אדמורים האבען מייעץ געווען די ראשי קהלה צו נעמען הרב משה מנחםף, ער באלאנגט נישט אויף די פאסטען ואין מה להוסיף איך זאג דעתי העניה והקטנה יעדער מעג זיך קריגען
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:36 pm
דורך ימים ידברו
קאווע שטיב איז אפלאץ ווי מעג זאגען א דעה, וועם עס געפעלט נישט זאל זיך קריגען, רעד אבער נישט קיין דברי נבלה רעד צום זאך, פארוואס א הער פארוואס א הין אויב ממעג נישט זאגען א מיינוג נוטראל זייטס מיר געזינט, מיין מיינוג צום לעצטען מאל קורץ און שארף, הרב ווייס איז א פיינע מו"ץ פון די התאחדות ליסוטע, נאטניג מעידעדזשער און מעלבראן קען טוען בעסער, סדא פיל שענער און פיל בעסער, כאפט נישט הייסע לאקשען!
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 3:54 pm
דורך לך לך
האט א מעלה אז ער איז גאנץ יונג
ווי טראמפ האט געזוכט ביים סופרים קאורט - להבדיל..
אגב איז די פאריגע רב הרב בעק געווען א מורה הוראה בכלל? מייניך אז נישט
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 4:27 pm
דורך יעקב מענטש
לך לך האט געשריבן:האט א מעלה אז ער איז גאנץ יונג
ווי טראמפ האט געזוכט ביים סופרים קאורט - להבדיל..
אגב איז די פאריגע רב הרב בעק געווען א מורה הוראה בכלל? מייניך אז נישט
איך מיין אז יא!
אין אורוגווי איז ער געווען דיין/רב
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 4:47 pm
דורך ליפא
ימים ידברו האט געשריבן:קאווע שטיב איז אפלאץ ווי מעג זאגען א דעה, וועם עס געפעלט נישט זאל זיך קריגען, רעד אבער נישט קיין דברי נבלה רעד צום זאך, פארוואס א הער פארוואס א הין אויב ממעג נישט זאגען א מיינוג נוטראל זייטס מיר געזינט, מיין מיינוג צום לעצטען מאל קורץ און שארף, הרב ווייס איז א פיינע מו"ץ פון די התאחדות ליסוטע, נאטניג מעידעדזשער און מעלבראן קען טוען בעסער, סדא פיל שענער און פיל בעסער, כאפט נישט הייסע לאקשען!
דא זאגטסע דיין מיינונג נארמאל, דארט שרייבסטו שלעכטס אויף אים ווי אז ער איז נישט דער גרויסער ירא ד'. ווער נישט ווילד אז מ'האט טענות
נשלח: מיטוואך יולי 18, 2018 4:47 pm
דורך שושן פורים
די שאלה איז וויאזוי די רבנים ניימאן, שטערן, אשכנזי, און בעק, זצוקללה"ה האבן אויסגעקוקט בשעת זיי זענען אנגעקימען קיין מעלבארן. פארשטייט זיך היינט צוטאגס זענען זיי אלע באקאנט אלץ גדולי עולם אבער וואס איז געווען בעפאר דעם.
לדעתי איז הרב ווייס א שטארקע קאנדידאט פאר מעלבארן, קהל עדת ישראל איז א קהילה צוזאמגעשטעלט פון אלע קרייזן וועלכע אין אנדערע מקומות קומען זיך נישט אזוי גוט אויס, און כדי דאס צו קענען צוזאמהאלטן ברויך מען מער ווי א ריזן ת"ח אדער שיינע בעל דרשן, די פיפטע חלק איז אסאך מער רעלעוואנט ווי די ערשטע 4. קענענדיג אביסל ר' משה מנחם אלץ צוגעלאזענע פערזאן מיט א אפענעם קאפ, בנוסף זייענדיג א שטארקע ת"ח, פלאס ער פירט שוין א קהילה טאקע בנשיאות א צוויטן אבער בראשותו פאר א צוויי צענדליג יארן, איז ער די פאסיגסטע קאנדידאט.