בלאט 1 פון 1

אפשטעלען אומגעוואונטשענע טעקסטס פון א שונא

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 12:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
רבותי, איך דארף אן עצה.

א איד וואס איך קען, א בן שבעים וחמש בערך, האט לעצטענס געהאט א דין תורה און נאך אסאך מוטשעניש האט ער געוואנען.דער בעל דין זיינער איז ריזיג אויפגערעגט, און ער שיקט איהם נאכאנאנד טעקסטס מיט סטראשעריי, קללות און גרימצארען. ער האט מיר געוויזען צענדליגע טעקסטס פון איין טאג סטראשענדיג מיט די שטן, גיהנם און וואס נישט. דער איד האט נישט מורא פאר איהם, און ער ווערט נישט נתפעל פון די קללות, ער האט ברוך השם א פולען סדר היום און דאס רירט איהם ווייניג אן. נאר אז דאס טוט שטאט מאכען זיין טלפון און שטערען אנדערע טעקסטס פון אדורך קומען. ווי אויך אז עס פייפט יעדער פאר סעקונדעס.

וואס פאראן עפפ קען מען נוצען צו בלאקען די אלע טעקסטס. איך האב געזען Mr Number אבער מיט א סירטש האב איך געזען אז עס איז נישט אזוי פשוט. מענטשען לייגעןא רויף זייער קאמענטס וועגען געוויסע נומערען און דאס קומט ארויף ביי יעדעם, און נישט אייביג איז עס אזוי איידעל. ער איז אן אנגעזענעם מענטש, נישט קיין נידריגע פוסטאק און עס קומט זיך איהם נישט די פאסקודנע שפראך. טאמער איינער האט ערפארונג מיט די עפפ, אדער אן אנדערען, ביטע זיך מעלדען.

עס דארף זיין אומזיסט\ביליג, לייכט צו נוצען פאר אן אלטער איד וואס קען נישט קיין קאמפיוטערס, אפשטעלען טעקסטס און טלפון קאללס און נישט לאזען גייען צו וואויס מעיל (און לכתחילה בעסער ווען יענער כאפט נישט אז דאס איז אן אנגעשטעלטע זאך, און נישט מוטשען די צייט מיט אנדערע משוגעת'ן.

יש"כ.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 12:50 pm
דורך יעקב מענטש
צוריקשרייבן אז זיינע טעקסטס זענען א 'ספק' גזל שינה...


א שוואגער מיינער האט אויך געהאט צו טוהן מיט אזא פרא אדם, און יענער איז געגאנגען נאך ווייטער, אנגערופן צו זיין מאמע אהיים אז זיין זוהן דרייט זיך מיט נשים וכו'.

מ'פלעגט זיך שיין באדאנקען פאר די טעלעפאון רוף און מ'האט פארשטאנען אז יעדע טעלעפאון רוף איז מען מיט איין טעלעפאון רוף נענטער צום סוף.

ignoration is the best medication

מאך נישט דעם שפיל 'אינטערסאנט' פאר אים, ווי ער ווערט כסדר מאטיווירט צו טרעפן פרישע המצאות צו געווינען דעם קאץ און מויז שפיל.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 12:54 pm
דורך סקרן
Reject list
Truecaller

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 1:09 pm
דורך יין שרף
מען קען נישט בלאקן נומערס ביי די נעטווארק קאמפאני?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 1:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דו האסט טעקסט?! פוי!!! שעם זיך וואס דו ביזט.

דו ווייסט דאך גאנץ גוט אז דאס איז א שטראף פון הימל אויף דעם וואס דו האסט טעקסט, פארוואס פרובירסטו איבערקליגן דעם הייליגן באשעפער? טו שוין תשובה און ווארף אוועק דעם 'טמא'נעם טעקסט.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 1:32 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
נישט איך, מיין פינף און זיבעציג יעריגע חבר.

און געדענק אז מיט האבען טעקסט האט ער נאך אלס געוואנען זיין דין תורה, מוז זיין אז טעקסט איז יא בסדר.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 1:35 pm
דורך סקרן
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט איך, מיין פינף און זיבעציג יעריגע חבר.

און געדענק אז מיט האבען טעקסט האט ער נאך אלס געוואנען זיין דין תורה, מוז זיין אז טעקסט איז יא בסדר.

ניין די סטרא אחרא האט גובר געווען דאס איז די נסיון

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 1:59 pm
דורך יין שרף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט איך, מיין פינף און זיבעציג יעריגע חבר.

און געדענק אז מיט האבען טעקסט האט ער נאך אלס געוואנען זיין דין תורה, מוז זיין אז טעקסט איז יא בסדר.

אונז ווייס מיר דאך דעם אמת ווי קאראפט די סיסטעם איז.. אויב האט ער געוואונען איז דאך דאס די גרעסטע ראיה אז די צווייטער איז גערעכט...
ועוד דרכיה דרכי נועם, ער וואלט אנגענומען די פסק בי"ד אסאך רואיגער אויב וואלט עס געווען אמת..

#מעשהשטןהצליח
#סטראאחרא

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 2:02 pm
דורך כלבאשבוע
android אדער iphone?

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 2:04 pm
דורך berlbalaguleh
יין שרף: מדי דברי. אז מ'רעדט שוין פון דין תורה'ס. א גרויסער רב וועלכער פיהרט א סאך דין תורה'ס האט מיר אמאל געזאגט דעם כלל...אויב ביידע בעלי דינים זענען צופרידן. הנה מה טוב. איז דאך זיכער גוט. און אויב ביידע בעלי דין זענען נישט צופרידן מיט די דין תורה. איז אויכעט גוט. נאר ווען איז א פראבלעם ווען איין בעל דין איז מלא שמחה. ער טאנצט פאר שמחה בי'ן הימל פאר ניצחון. און דער צווייטער בעל דין איז אינגאנצן נישט צופרידן. דאמאלס איז א סימן אז די דין תורה טויג נישט...!

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 2:10 pm
דורך יין שרף
אויף מיין טעלעפאון (גאלאקסי סמך זיבן) איז דא אן אפטשען ביי די קאנטעקס צו בלאקירן א נומער.

נשלח: מיטוואך יולי 25, 2018 7:21 pm
דורך בן ישי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:נישט איך, מיין פינף און זיבעציג יעריגע חבר.

און געדענק אז מיט האבען טעקסט האט ער נאך אלס געוואנען זיין דין תורה, מוז זיין אז טעקסט איז יא בסדר.

לצורך פרנסה

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 2:11 pm
דורך סמבטיון
איינער א חבר מיינער האט מיר געשיקט א בילד אויף טשעט און עס איז זייער נישט איידל בלשון המעטה, איז דא א וועג וויאזוי איך קען עס אויסמעקן אבער נישט אויסמעקן די גאנצע שמועס?

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 2:16 pm
דורך איסר האטלקי
פארוואס נישט אויסמעקן די גאנצע שמועס מיט אים?

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 3:01 pm
דורך סמבטיון
ווייל איך וויל נישט, עני קוועסטשענס?

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 3:02 pm
דורך סמבטיון
למעשה, איז דא א וועג אויסצומעקן א חלק פון א טשעט ?

Re: אפשטעלען אומגעוואונטשענע טעקסטס פון א שונא

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 3:10 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אויף וועלכע עפפ?

Sent from my LG-K373 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך מערץ 27, 2019 5:06 pm
דורך סמבטיון
just on email chatt