בלאט 1 פון 4
אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 3:50 pm
דורך 1111
אין די אידישע גאס דרייט זיך ארים די שמיעה, אז צעהנדליגע היימישע ווייבער (וואס קומען פון היימישע פרימע שטיבער) האבן אנגעהויבן לאזן זיך וואקסן די האר פון קאפ (למחצה לשליש ולרביע).
מען הערט זאגן אז אין די מקוה טהרה'ס פון קהילות ווי מען פלעגט מקפיד זיין דערויף בכל התוקף, האבן אנגעהויבן ווייעך ווערן דערויף.
פרויען וואס טוען לעזער זאגן פאר זייערע פאציענטן "וועסט נישט גלייבן וויפיל פרויען לאזן זיך וואקסן די האר!"
רבנים שרייען אז עס האט זיך אנגעהויבן אריינכאפן צווישן עולם.
איך מיין אז עס וועט זיין אינטערעסאנט פאר יעדן צו וויסן וואס זענען די פאקטן אין וואס זענען די פראצענטן, אין אלעם ארים.
א טייל ווילן וויסן ווייל זיי ווילן האבן די קאנפידענט אויך צו לאזן וואקסן, טייל וועלן בלויז הנאה האבן צו זהען די נומערס פאר אינטערעסאנטקייט.
איך האב געמאכט א שטיקל סערוועי, לאמיר זעהן די פאקטן --- יעדער וואס ענפערט. ווען קען זעהן די רעזעלטאטן
https://goo.gl/forms/kkSYAOR7ViVzqIh42איך בעהט אז מען זאל שרייבן נאר דעם אמת (איר דארפט נישט אריינלייגן קיין אימעיל אדערעס, עס איז נישטא וואס מורא צו האבן)
איר מיזט נישט ענפערן אויף אלע שאלות...
קען זיין אז איך וועל מאכן נאך סערוועיס פון אנדערע אינטערעסאנטע ענינים.... אויב ווילסטו עס באקומען אויף אמעיל, ביטע שיק מיר דיין אימעיל פריוואט. עס וועט נאר געניצט ווערן פאר סערוועיס.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 3:59 pm
דורך יעקב מענטש
צו האבן א ריכטיגן בילד פון די סיטואציע, דארפסט עס לייגן אויף אייוועלט.
דא איז נישט אינטערסאנט
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 3:59 pm
דורך 1111
כדי צי האלטן דעם אשכול אויבן אן פאר א שטיק צייט וועל איך שרייבן כסדר וויפיל ריספאנדס מיר האבן דערווייל
דערווייל האלטן מיר ביי צוויי ענפערס... עס הייבט אן צו ווערן אינטערעסאנט...
ווער עס קען שרייבן דא סיי וואס (געדאנקען, מעשיות, פאקטן איבער די נושא, אז די אשכול זאל בלייבן אויבן אן, ביטע שרייבט
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:00 pm
דורך 1111
איך גיי עס לייגן דארט אויך...
איך דארף נאר עס מסדר זיין אויף אן אופן וואס מען זאל עס ניטש אראפנעמען פון דארט..
ראויג ווארט צו
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:01 pm
דורך מר. קלונימוס
יעקב מענטש האט געשריבן:צו האבן א ריכטיגן בילד פון די סיטואציע, דארפסט עס לייגן אויף אייוועלט.
דא איז נישט אינטערסאנט
אייוועלט ריכטיג בילד? פאלשע נייעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:03 pm
דורך יעקב מענטש
1111 האט געשריבן:איך גיי עס לייגן דארט אויך...
איך דארף נאר עס מסדר זיין אויף אן אופן וואס מען זאל עס ניטש אראפנעמען פון דארט..
ראויג ווארט צו
זיי ועלט עס נישט לאזן.
איך גלייב אז שיקן אין אישי צום עולם פריוואט וועט 'אפשר' ארבעטן, זיי גייען מעקן דיין ניק, אבער א שטיקל עולם וועט עס באקומען
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:06 pm
דורך 1111
מעמיר טרייען צו ריטשען די מערסטע מענטשן וואס שייך...
אבער מען דארף דאך אייערע שטימען אויך.. צו האבן די קלארע בילד...
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:14 pm
דורך 1111
רעדווייל האבן מיר 6 ענפערס
איך בעהט דעם עולם מען זאל זיין אמתדיג
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:20 pm
דורך 1111
10 ענפערס
רבותי נעמט אנטייל
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 4:58 pm
דורך 1111
14 ענפערס. דערווייל
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:06 pm
דורך 1111
ווער עס קען עס צושפרייטן די לינק אויף סאשעל מידיע אדער אנדערע פלעצער. ביטע לייגט צו א האנט
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:19 pm
דורך 1111
מיר האלן ביי 17
מיר דארפן האבן עט ליסט 2000 ריספאנסעס. צו אנהייבן טראכטן אז די רעזעלטאטן מיינען עפעס
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 5:33 pm
דורך 1111
20 דערווייל
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:34 pm
דורך יין שרף
1111 האט געשריבן:
מיר דארפן האבן עט ליסט 2000 ריספאנסעס. צו אנהייבן טראכטן אז די רעזעלטאטן מיינען עפעס
ניין די רעזולטאטן מיינן גארנישט. עס איז זייער אן אומריכטיג בליק צו נעמען איין סארט איד (וואס דרייט זיך אויף בלאגס און סאושעל מידיע), און איין שפראך, און זעהן רעזולטאטן דערפון.
פארגעס נישט א ריזן חלק פון כלל ישראל אין אמעריקא האבן נישט קיין סאושעל מידיע עקסעס, אדער אפילו אינטערנעט. א גרויס חלק פון די וואס האבן יא, נוצן עס נאר פאר פרנסה וכדו', און זיי גייען קיינמאל אנקומען צו די אנקעטע.
סא דו באקומסט סך הכל א בילד פון די וואס האבן אינטערנעט, און נוצן דאס סתם אזוי אלס נייעס קוואל, אונטערהאלטונג וכו' שלא לפי הוראת 'רבניהם', און דו ווילסט וויסן אויב זיי פאלאויען א חומרא פון 400 יאר צוריק וואס די 'רבנים' אינפארסירן..
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:40 pm
דורך הוגה
איך האב מיך געלערנט פון דער סערוועי אפאר אינטערעסאנטע זאכן.
1) רוב עולם האלט אז וואס זיי טוען איז בעצם אן עבירה.
2) וויליאמסבורג און מאנסי שטייען אייניג מיט די מערסטע פראצענט ריספאנדערס.
3) עס זענען דא לכה"פ פיר וועגען צו שרייבן סאטמאר. (קוקט ביי די ריזאלטס.)
4) נאר צוויי פראצענט ריספאנדערס באלאנגן אין קהילות וואו מען שערט זיך עמטליך נישט.
5) די זעלבע מענטש קען עס נעמען מער ווי איין מאל. סאו ס'קען זיין אז די 42 ריספאנדערס ביז יעצט זענען איין מענטש.
.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:42 pm
דורך יין שרף
אויב נאר צוויי פראצענט קומען פון קהילות וואס מען שערט זיך עמטליך נישט, פארוואס האלט רוב עולם אז זיי טוען א נעביירה..?
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:46 pm
דורך הוגה
יין שרף האט געשריבן:אויב נאר צוויי פראצענט קומען פון קהילות וואס מען שערט זיך עמטליך נישט, פארוואס האלט רוב עולם אז זיי טוען א נעביירה..?
איך ווייס נישט פארוואס זיי טראכטן אזוי, פרעג זיי. אבער דער פאקט אז דער עולם קומט פון קהילות וואו נישט שערן איז פון די ג' חמורות, העלפט אביסל פארשטיין.
Re: אפשערן די האר פון קאפ ביי פרויען / סערוועי
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:52 pm
דורך יהושע חיים
וועלכע קהילה שערט זיך עמטילך נישט?
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:54 pm
דורך יין שרף
גור, ליטווישע, ירושלים
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 6:55 pm
דורך 1111
מיר האלטן ביי 50 ענפערס
צוביסלעך וועט מען אנקומען צו יעדן
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 7:12 pm
דורך בן ישי
די רעזאלטאטן זענען נישט ריכטיגע צוליב אסאך טעמים ווי איינער האט שוין דערמאנט און בעיקר צוליב וואס מ'קען וואוטןן וויפל מאל מ'וויל
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 7:51 pm
דורך 1111
אמת עס איז נישט 100 פראצענט.. אבער איך מיין אז עפעס איז עס ווערט...
גענוי ווי מער איינער קען ענפערן פאלש אין צוויי מאל אויף איין וועג קען דער צווייטער ענפערן פאלטש אויפ די צווייטע וועג.
נאר סערוועיס
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2018 7:52 pm
דורך 1111
אויך אויב ווילט איר באקומען נאך אינטערעסאנטע סערוועיס פון אינטערעסאנטע ענינים...קענט איר מיך שיקן אן אישי