בלאט 1 פון 12
פרשת בעלז תשמ"ב
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 3:22 pm
דורך ידען
איך בין נאך פון די אינגערלייט וואס קענען נישט געדעקען די פרשה מיט בעלז, סאטמאר און די עדה חרדית, אבער אונז האמער יא מיטגעהאלטען ווי בעלזער רבי האט געשיקט א מנין פון זיינע דיינים איבערצובעטן סאטמאר רבי זצ״ל, ווי אויך אז מהר״א מסאטמאר האט זיך געלאזט איבערבעטן. (אפשר ווייל ער האט טאקע געהאלטן אז שוין צייט אוועקצומישען די בלעטל אדער ווייל אלץ שוואגער האט ער קוים געווארט אויף די געלעגענהייט?)
אלע יארן אין סאטמאר האבעך געוויסט און מיטגעהאלטען די איינגעגעסענע שנאה צו בעלז, סאך סאך מער ווי צו אנדערע אגודה רבנים. כאב געוויסט די סיבה דערצו איז געווען ווייל בעלזער רבי האט גערעט מיט א חוצפה קעגן אלטן סאטמאר רבין.
דאס איז וואס מען האט ביי אונז געוויסט. היינט אז סע שוין דא א קאווע שטיבל קעמען דאך צונעמען די זאך אביסל קלארער און פארשטיין וואס נאך איז געווען אין די פרשה , וואס מע האט נישט אויסגעזאגט ביינונז.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:05 pm
דורך שרייבער
פאררעכט דיין קעפל "פרשת בעלזא תש"מ"
ווייל ס'איז דא א פרשה פון תשט"ו אויך, די פרשת הבחירות
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:10 pm
דורך ידען
שרייבער האט געשריבן:פאררעכט דיין קעפל "פרשת בעלזא תש"מ"
ווייל ס'איז דא א פרשה פון תשט"ו אויך, די פרשת הבחירות
גערעכט. געטוישט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:16 pm
דורך זר זהב
אלעס וואס איך ווייס איז אז א אינגערמאן האט גערעדט אויף א רבן של ישראל וואס וואלט געקענט זיין זיין זיידע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:24 pm
דורך זר זהב
יאנקל, איך רעד נישט פון א סאטמארן פרעספעקטיוו. בלויז די פאקטן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:37 pm
דורך יידל
Let's go Tzimes!
בלויז פאקטן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:46 pm
דורך גדעון
גוט געזאגט, ווען א סאטמארער זאגט עפעס - איז עס צימעס, ווען א אויפגעקלערטער טרעפט א מיקראספישן פראבלעהם וואס דער סיסטעם איז אפשר שילדיג- דאס איז פאקטן! דאס איז סמעטענע! דאס דארף דיבאטירט ווערן אויפן סאמע הויפט בלאט אפגעזעהן וויפיל אידן ווערן צושמירט.
!lets go kave shteibel
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 4:47 pm
דורך זר זהב
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:17 pm
דורך יידל
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:17 pm
דורך זר זהב
אזוי? סארי יאנקעל אבער ממש דאס איז ער געווען 32 יאר צוריק! ווייל היינט איז ער 65 יאר מיט א ריזיגן ביהמ"ד טוישט נישט גארנישט פון וואס ער איז געווען אין תש"מ.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:29 pm
דורך גאלד
היינט, ביי די 65, וואלסטו יא געגעבן א פעס פאר זיינע רייד?
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:33 pm
דורך זר זהב
ניין
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:34 pm
דורך טעפל
זר זהב האט געשריבן:אזוי? סארי יאנקעל אבער ממש דאס איז ער געווען 32 יאר צוריק! א טראטשאק! ווייל היינט איז ער 65 יאר מיט א ריזיגן ביהמ"ד טוישט נישט גארנישט פון וואס ער איז געווען אין תש"מ.
יא, פרוביר צו זאגען אויפן סאטמערע רב ז"ל אין די אינגע יארען אז ער איז געווען א טראטשאק!
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:35 pm
דורך זר זהב
אויב וואלט סאטמאר רב גערעדט ביי די 30 יאר אויף א גדול הדור וואס איז 60 יאר עלטער פון אים וואלט איך דיר געלאזט שרייבן אויף אים "טראטשאק", יא!
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:36 pm
דורך זר זהב
הגם ס'נישט קיין קאמפעריסאן ווייל דער בעלזער איז נישט געווען ביי די 30 דאס וואס סאטמאר רב איז געווען זיי די 30.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 5:42 pm
דורך געפילטע פיש
אפשר איז שוין צייט צו רעדן וועגן קאנסיקווענסען פון אראפ פירן א נארמאלע אשכול אין בלאטע אריין? איך מיין עס ערענסט.
איך בין אריינגעקומען דא מיינענדיג אז איך גיי ווערען קלוגער, ביז דערווייל בין איך נאר געווארן א טראפקעלע דוממער.

נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:31 pm
דורך ידען
איך בעט אלע אז מען זאל זיך האלטן ביי די פשוטע פאקטן פון די שערורי', און מע זאל אוועקלאזן אלע פערזענליכע געפילען פון וואס מען האט אלץ א חסיד אדער מתנגד פונעם בעלזער רבין.
מע קען ברענגען די פאקטן אן באשטעמפלען דעם רבין מיט ביליגע טיטלען.
זר זהב וואלט געקענט די זעלבע זאך ארויסברענגען מיט א רואיגע און באזעסענע אופן און שרייבן, אז ווען א יונגע רבי רעדט (איך ווייס נאכנישט וואס ער האט גערעדט בכלל) אויף א עלטערע רבי ובפרט אויף א מנהיג פון א גרויסע חסידות און וואס לעבט מער נישט, האט געקענט אויפרעגן יעדעם וואס געהער צו די חסידות.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 7:53 pm
דורך זר זהב
אקעי, איך האב אבער נישט געמיינט צו דערנידערן קיינעם.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:06 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:אקעי, איך האב אבער נישט געמיינט צו דערנידערן קיינעם.
אוי, כ'האב נישט געכאפט אז מ'וועט מיינען אז איך נעם זיך אן פארן בעלזער, נישט דאס איז געווען מיין כוונה, איך האב געמיינט אז איך בין געווען אינטערעסירט צו לייענען איבער די פרשה, וואס די סך הכל וואס איך ווייס דערפון איז אז ס'האט אינוואלווד א שטייעדיגע תורה און אז ער האט מורא געהאט צו קומען קיין וויליאמסבורג פאר יארן נאכדעם. ס'זייער מעגליך אז ער'ט זיך אויפגעפירט מיט חוצפה, און ער איז נישט באוויסט מיטן זיין די גרעסטע... (וואס איז פארקערט פון חוצפה?), און דעס וויל איך טאקע הערן, די צדדים, די בעקראונד, וכו'. און ווען דו קומסט ווען און דו שרייבסט א שיינע ארטיקעל מיט נאלעדזש, היסטאריע, און דו באטיטלסט עם טראטשאק, מילא, וואלט מיר נישט געשטערט, (הגם ס'באלאנגט נישט דא) אבער סתם שיסן א סטעיטמענט ווען די אשכול איז געבויעט פאר אנאליזירן א שטיקעל היסטאריע, דאס באלאנגט שוין אין צימעס.
זר'לע, איך האף אז דו האסט עס נישט גענומען פערזענליך ווייל נישט דיר דווקא האב איך געמיינט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:09 pm
דורך זר זהב
רוף מיר ענדערש "זהב'ל"...
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:13 pm
דורך גאלד
זיירעלע איז גראדע קיוט
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:16 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:רוף מיר ענדערש "זהב'ל"...
איך וויל דיר דערמאנען דעם מאין באת... מטיפה סרוחה. קידינג, כ'ווען געדענקען פאר נעקסט טיים, און אויב באדערט דיר עס שטארק קען איך רעדאגירן מיין תגובה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 26, 2012 8:22 pm
דורך ידען
גוט געזאגט געפילטע.
יעצט גענוג מיט די נאנסענס.
ווער געדענקט אדער ווייסט עפעס וועגן יענע פרשה?
איינער פון מיינע ידידים פון דא וואס איז מיט מיר אויף google talk האט מיר געזאגט אז אויב ווילעך הערן פירסו הענד זאלעך פארשאפן די סידי פון גמח יוסף שלמה און אויס הערן די דרשה פון בעלזע רבי און די אלע דרשות פון די רבנים אין די התאחדות הרבנים מיטינג.
עפעס הייבט זיך אן צו ריקן דא.