בלאט 1 פון 1

מיט'ן רבי'ן אין קאנטרי - וועקער 13

נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 1:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
נאסטאלגישע זכרונות פונעם קאנטרי באשריבן דורכ'ן קינד וואס לעבט נאך אין מיר ביז'ן היינטיגן טאג.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:35 am
דורך רויטע וואנצעס
כ'שרייב נישט קיין פאנטאזיע. א בילד פון מיר בשעת'ן צוגרייטן דעם סיין פאר'ן רעבין.

איר געדענקט מיך פון אלס קינד, אדער איר כאפט וועלכע רבי? שא! קום זאג העלא פריוואט :)

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:08 pm
דורך [NAMELESS]
הערליכע באשרייבונג!
אבי מ'זאגט אז אלע ארטיסטן זענען געלינקטע...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 12:49 pm
דורך berlbalaguleh
ריכטיג: אפשר אידעאלאגיש...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 3:21 pm
דורך תנחום
פארוואס איז די בילד נישט אריין אינעם וועקער?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 7:56 pm
דורך רויטע וואנצעס
טאקע א שאד. ערשט געטראפן איבער שבת.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 8:39 pm
דורך גדליה
זייער הנאה געהאט. יישר כח.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 9:56 pm
דורך כוכב
א הערליכער ארטיקל, מ'איז אזויפיל געוואוינט צו שרייבן די נעגאטיוויטעט פון רביס ווי שיין איז צו הערן א פאזיטיווע זייט.
הרב אדמדם האט בייגעשטייערט אזויפיל ווי דריי ארטיקלען צום יעצטיגער וועקער, שטימט?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:09 pm
דורך ארי נוהם
שמעו נא רבותי דיינים מומחים,

איך האב געליינט דעם ארטיקל און זיך פשוט באלעקט די פינגערס. עס איז ממש הערליך! וואונדערבאר שיין.
איך ווייס פון וועלכן רבי מ'רעדט: דער סקולענער רבי שליט"א (כ'האב געזאגט פאר רויטע אין אישי אז ס'שיינט מיר צו זיין דער סקולענער רבי, און ער האט עס מיר באשטעטיגט און געגעבן רשות ארויסצושרייבן), און דער רבי איז טאקע ווירקליך אזא זיסע סארט צדיק'ל וואס פארוואנדלט דעם ארטיקל אין אן אויטענטישער שילדערונג פון אן אינטערעסאנטן פערזאן, פון יאאאאארן צוריק, וואס מיר וואלטן נישט געזען אדער געהערט ערגעץ אנדערש.


אבער רויטעלע, דער אמת איז אז די ארטיקל זעלבסט איז עפעס וואונדערבאר און הערליך שיין אראפגעלייגט פון יעדן אספעקט. דו האסט אויסגע'משל'ט די בריאה, נאטור, קאנטרי לייף, און מאסקיטאס מיט פרעש אזוי לעבעדיג, און פארט האסטו נישט מגרע זיין פון אראפלייגן אזוי ריין און לויטער דעם דמות פון סקולענער רבי, מיט די אהבה און די איבערגעגעבנקייט.

וואס איז יא א חידוש גדול מופלג בעיני, איז א נייע סטיל שרייבעריי וואס כ'האב ביז יעצט נישט עכט געזען ביי דיר. דו האסט געשריבן אסאך שטיקלעך מיט זאפטיגע מליצות אזוי ווייט, אז כ'האב אנגעהויבן צו קלערן אז שלום עליכם איז נתגלגל געווארן אין דיר.

קודם כל, געוויסע קטעים זענען געווען אזוי גוט אז כ'האב מיך פיין געלאכט פון די דזשאוקס, אבער יתירה מזו האסטו אפגע'משל'ט די קאנטרי לייף און אלעס ארום פיל מער אמת'דיג און אויטענטיש ווי ביז יעצט. ביז יעצט האב איך אלץ געזען אין דיינע ווערטער א שפרודלדיגקייט און ליבע צו נאטור. יעצט אבער, האסטו אן א שיעור מאל געשריבן פשוט מתוק מדבש, שלום עליכם סטיל, וואס איז א נייע אור בדמותך הצח.‎

כ'וויל דא ציטירן עטליכע זאפטיגע לשונות וואס האבן מיר ממש געכאפט ביים ליינען:
און געצינדען אומלעגאלע קעמפ פייערן, וואס נאר א דאנק איר רויעך און שמעק, איז מען דערגאנגען אויף אונז ביפאר א וואלד פייער ברעכט אויס.‎

מאסקיטאס האבן דארט געלאכט פון די פענסטער סקרינס און געלעקט בלוט ווי נאר זיי האבן געקענט. איך פלעג דארט כאפן מער ביסן א מנחה ווי אמן'ס, און מער בלאטע ווי מיין מאמע האט געקענט דולדען.‎

ער האט אזוי געוויינט אופן שפלות הדור אז כ'האב מיך געשעמט אז איך בין געבוירן אין איר. ‎

ביים אריבער גיין די וואש רום צימער, טאנצן די וואש מאשין'ס וואונדערליך מיט צום טאקט פונעם ניגון. ‎

די קאלטע וואסער האט דורכגעפירט א סקרוך אין מיינע אינגע ביינער בעת די פרעש און די קליינע פישלעך האבן זיך געשלאגן פאר מיין אויפמערקזאמקייט.‎

די קאנטרי לעמפלעך הייבן אן שטאטלעך צו בלינקן ווי זיי זאלן זיין אומזיכער צו זיי מעגן זיך נאך אנצינדען זינט עס איז שוין נאכן זמן.‎

די קליינע קריכן מיט די פעמפערס צווישן די פיס. דער עסט גראז און יענער עסט בלעטער הצד השוה אז יעדער איז מעלה ניצוצית מיט זיין אייגענע עבודה. די קליינע עסן היישעריקן, די מאמעס לערנען תורה און די מאן קראצט די פיס ביים לעיק. ‎

און א דריטער איז סתם אזוי נעלם געווארן פון ישיבה און קיינער כאפט זיך אפילו נישט, ווייל ווען ער איז אין ישיבה זעעט מען אים אויך נישט פאר די אויגן.‎

די טויטע אינזעקטן גייען דא דורך אן אומ'יושר'דיגן כף הקלע בעת די רשעים פון גיהנם כאפן שוין זייער וועכנטליכן שבת ברעיק.‎

ס'דאכט זיך ווי מלאכים האבן ליב די טונקל ווייל די שאטענעס פארמירן אזעלכע סארט געשטאלטן‎


דאס איז א חידוש מופלא, א נייע ווינקל וואס האט אויפגעשיינט ביי דיר.

אזוי אויך די שטיקל פאעזיע, דייקא אינמיטן די ארטיקל, איז אויך עפעס ניי און מאכט דעם ארטיקל אויסזען פיל רייכער (די פאעזיע איז שטענדיג שיין ביי דיר)


בקיצור, כל הכבוד! האסט מיר מחי' געווען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 11:12 pm
דורך ארי נוהם
אגב, זע איך יעצט, אז נישט מער און נישט ווייניגער ווי אונזער העלד פון אידישע שרייבעריי, דער שלום עליכם פון אונזער דור, מרנא ורבנא [tag]קטלא קניא[/tag], האט זיך אויך אויסגעדריקט גאר שיין אויף רויטע'ס ארטיקל, און האט טאקע אויך גע'אשפ"ג'ט פון איינע פון די אויבנדערמאנטע ציטירטע קטעים.

לאמיך אראפברענגען זיינע דברי כיבושין:

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2018 10:36 am
דורך הוגה
גא"מ. איך האב אויך זייער הנאה געהאט. עס איז זייער ארגינעל אראפגעלייגט. עס האט מיר דערמאנט פון די מעשיות וואס איך האב געהערט אין חדר פון מיינע חברים וואס זענען געגאנגן אין קאנטרי מיט האדמו"ר רבי שלמה מ'באבוב זצ"ל אין ווייטלעיק.