נאטור'ליכע' געפילן - וועקער 13
נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 1:49 pm
אין א וועלדעל אויף שטעגן,
אויף זאמטיגע וועגן,
שפאציר איך אליין,
קעגן די נאטור אזוי קליין.
שלאנקע ביימער ביי די זייטן,
שאטאנעס צווישן זיך בייטן,
בלעטער ווינקן מיט'ן ווינט,
סקוועראלז לויפן געשווינד.
די שקיעה זון צווישן צווייגן שיינט,
איך נעם אריין איר ווארימקייט,
איר רויט-גאלדענע שטראלן צושפרייט,
אויפן האריזאנט ביז ווייט.
צווישנרופן פון יונגע טויבן,
הערט זיך פון דארט אויבן,
די מאמע ביים נעסט נישטא,
עס ווערט שוין שפעט די שעה.
ווילדע גראזן צווישן די שטיינער בליען,
פלאטערלעך קאלירטע פליען,
שמעקעדיגע רויזן פאר'מוח'ט די געדאנק,
מ'פארגייט זיך אין א זיסן געזאנג.
די שטעגן ווערן טיף און שמאל,
זיי פירן צו א טיפן טאלל,
דארט א טייך לויפט צווישן די בערג,
די זון פארבט אויף איר ארט ווערק.
די בלויע וואסערן מיט אירע וואלן,
געפארבט מיט גאלדענע שטראלן,
דער הימל געהל און רויט זייער,
די פארבליבן זון א שטיק פייער.
די הארץ פארכאפט ביז גאר,
די געפילן געבינדן צו נאטור,
איר הארמאניע אזוי ציענד און ריין,
א טייל פון איר וויל איך זיין.
אויף זאמטיגע וועגן,
שפאציר איך אליין,
קעגן די נאטור אזוי קליין.
שלאנקע ביימער ביי די זייטן,
שאטאנעס צווישן זיך בייטן,
בלעטער ווינקן מיט'ן ווינט,
סקוועראלז לויפן געשווינד.
די שקיעה זון צווישן צווייגן שיינט,
איך נעם אריין איר ווארימקייט,
איר רויט-גאלדענע שטראלן צושפרייט,
אויפן האריזאנט ביז ווייט.
צווישנרופן פון יונגע טויבן,
הערט זיך פון דארט אויבן,
די מאמע ביים נעסט נישטא,
עס ווערט שוין שפעט די שעה.
ווילדע גראזן צווישן די שטיינער בליען,
פלאטערלעך קאלירטע פליען,
שמעקעדיגע רויזן פאר'מוח'ט די געדאנק,
מ'פארגייט זיך אין א זיסן געזאנג.
די שטעגן ווערן טיף און שמאל,
זיי פירן צו א טיפן טאלל,
דארט א טייך לויפט צווישן די בערג,
די זון פארבט אויף איר ארט ווערק.
די בלויע וואסערן מיט אירע וואלן,
געפארבט מיט גאלדענע שטראלן,
דער הימל געהל און רויט זייער,
די פארבליבן זון א שטיק פייער.
די הארץ פארכאפט ביז גאר,
די געפילן געבינדן צו נאטור,
איר הארמאניע אזוי ציענד און ריין,
א טייל פון איר וויל איך זיין.