בלאט 1 פון 1

שמועס מיט הג"ר מנשה פילאף - וועקער 13

נשלח: זונטאג יולי 29, 2018 11:11 pm
דורך גדליה
איך האב גערעכנט אז דא גייט קומען א לאנגע אינטערוויו און א קלארע בירור אויף ר' מנשה'ס שיטות. איך בין געווארן אביסל אנטוישט אז ס'איז אזוי קורץ און אויבערפלעכליך, אבער נאכמער אז די תשובות זענען עפעס אזוי קורץ און אומפארשטענדליך.
איך האב שוין זוכה געווען צו ליינען א שפאר ביסל מאמרים פון ר' מנשה'ן און כ'האב אים אייביג געהאלטן פאר א שטיקל אינטעליגענטער און נייגעריגער מענטש אפילו ער שטעלט זיך אוועק אלס א עקסטרעמיסט.
איך טראכט יעצט אבער אז ווען ער שרייבט זיינע ארטיקלען קען ער עס שיין איינוויקלען אין א קנאות'דיגע שיטה און ברענגען עפעס א חתם סופר און דברי יואל פאר א ראיה. דא הערט מען אבער די פשוט'ע ווערטער זיינע און ס'הערט זיך זייער מאדנע.
למשל כ'וועל מעתיק זיין איין תשובה וואס ער געט אויף די פראגע וואס וועט זיין אויב די ציוניסטן ימ"ש וועלן מאכן נאך געלונגענע מלחמות צו מ'וועט יא דארפן צאמנעמען די עולם און שטורעמען קעגן ציונות. ענטפערט ער דארט בזה הלשון:

"צאמנעמען? מ'דארף זאגן. דער רבי האט עפעס צאמגענומען? דער רבי האט געזאגט ביי שלש סעודות. מ'האט יעצט אויך געזאגט. איך האב געזאגט, איך האב געשריבן. מ'דארף עפעס צאמנעמען?"

איינער קען למשל מסביר זיין וואס ער האט דא געענטפערט?