ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג
רעכטע לינקע, לינקע רעכטע... ווי זאל מען אנפאנגען?.
די טראמפּ פרעזידענסי האט עלעקטערעזירט דעם ציבור, סיי די רעכטע און סיי די לינקע, זייער אסאך האבן געטראכט אז טראמפ איז א וויץ און וועט זיכער פריער אדער שפעטער אויסוועפּן, שפּעטער האט די וויץ נישט אויסגעוועפּט האבן די לינקע געטראכט אז פאר די נארישע אלטע ראסיסטישע רעפּובליקאנער פון די קעי-קעי-קעי האט עס געארבייט און צוליב זייער טיפשות האבן זיי געוועלט פאר טראמפּ אבער פאר די חשובע אויפגעקלערטע דעמאקראטן מיט זייער גרויס אפענקייט און ידיעה מתוך מחשבה וועט דאס זיכער נישט ארבייטן, אבּער דאס האט זיך פאקטיש אויך ארויסגעוויזן צי זיין וויץ און טראמפּ האט געווינען די עלעקשאנס, פינטל. אזוי איינגערעדט זענען די דעמאקראטן געווען אז זיי האבן קוים געארבייט, קלינטאן איז געווען טויזנט פראצענט זיכער אז זי מאכט עס, און זי איז נאכאלץ זיכער, די סיבה פארוואס זי האט נישט געווינען האט אפאר סיבות לשיטתה... איינס אז די אמעריקאנע עולם זענען ראסיסטן און זיי האבן נישט געוואלט וועלן פאר א פרוי, צווייטנס די רוסן, איי איי איי די רוסן, די רוסן האבן געהעקט געגעבן אינפארמאציע און נאך אזאנע זאכן, וואס ווי עס זעט אויס ריכטיג, אבער אין בעסטן פאַל האבן זיי אנגעפירט א קאמפּיין איר צי פארשמירן דאס פנים, אקטועלע העקינג אין די מאשינען איז כמעט לויט קיינעם נישט פארגעקומען, אבּער פאר איר איז דאס גענוג גוט געווען פאר א תירוץ פאר איר דורכגעפאלענע קאנדידאטור.
אבּער דער המון עם האט אנגעפאנגען מאכן א מאסיווע חשבון הנפש, עס איז געווען קלאר פארן "ציבּור" אז עפּעס קומט דא פאר און אז די שיינע תירוצים איז אלעס פיין אין גוט, אבער עפעס קומט דא פאר, ביכער מיט טעלעוויזע שאוס האבן אנגעפאנגען פליסן אין די מאסן, מאוומענטס האבן זיך געעפענט צי איבערקומען די פרישע ראסיסטישע גאווערמענט מיט ווייסע ראסיסטן און יעדע צווייטע ראסיסט, א גאווערמענט פון פאשיסטן, ראסיסטן, איסלאמאפאבס, ביגאטס, פרויען פיינט האבער, רייכע פארשוינען אין די קאבינעט, און נאך סלאגענס, אבּער "טראמפּ איז פרעזידענט" דער קראנקע פארשוין וואס ליידט אויף אלעס עי-בּי-סי'ס בקיצור אלע שלעכטע מידות, אטאקירט פרויען וכו' וואס רוב פון זיי זענען אמת, אבּער פאר עפעס א סיבה זיצט דער אייזל נאכאלץ אין די מלוכה, און אלע פראטעסטן, ליעקס און מיטלען עם צי פארשמיצן די פנים ארבייט נישט, אימפיעטש האט מען עם נישט, א אינוועסטיגאציע וואס הינקעט אינטער עם איז מסתם די הויפט סיבה פארוואס אמעריקאנער טראכטן פון עם שלעכט... עס בלייבט נאר איבער צי שפּעקולירן וויאזוי זאכן וואלטן אויסגעזען אן די אינוועסטיגאציע, אבער זיינע שטיצער גייען פאר עם אין פייער, אין זיינע קעגנער גייען אנטקעגן עם אין פייער, אבער וואס איז די סיבה פארוואס ער איז טאקע אריינגעוועלט געווארן... לויט קיינעם איז עס נישט לאגיש, ער האט געהאט אזויפיל זאכן אנטקעגן עם סא פארוואס איז דאס טאקע געשען???
די תירוץ פאר דעם ליגט אינטער די "פארגעסענע מענטשן" מענטשן וואס מען האט פלעין אין פשוט פארגעסן, זיי זענען נישט די פארשוינען וואס מיר ווילן... מיר ווילן א פארגעשריטענע מענטשהייט, קלוגע פראפעסארן וכו' פארשוינען נאראנים וואס גראבן קוילן אין מאכן קאָרן און קאַרן און דרייוון טראקס זענען נישט וועלקאום, מיר ווילן א פארגעשריטענע פאלק וואס גייט אין קאלעדזש אין געלערנט, א פּובליקום וואס פארשטייט אויבּ עס איז דא ערגעץ א טעראר אטאקע ברויכט מען ווארטן צוויי וואכן צי הערן פון די פאליציי צי זיי האבן שוין אפּגעמאכט אויבּ עס איז טעראריסט אדער נישט, א פּובליק וואס אפילו זיי האט נישט קיין ארבייט ברויכן זיי פארשטיין אז אויפן מזבח פון גלאבאלע אנווארעמונג ברויכן זיי זיצן אינדערהיים אין נישט האבן קיין ארבייט און נישט האבּן קיין געלט, אבּער פארוואס? פשוט מיר האלטן אינמיטן ראטעווען די וועלט אין דערפאר קענסטו שטארבן, א פּובליק וואס פארשטייט אז שווארצע זענען קרבנות פון הונדערטער יארן ראסיזם און דערפאר זענען זיי וויאזוי זיי זענען, א פּובליק וואס פארשטייט אז די פּאליציי האט נישט קיין רעכט אפּצישטעלן מער שווארצע ווי ווייסע אפילו "די קודש קדשים סטאטיסטיקס" זאגן קלאר אז שווארצע פירן דורך מער פארברעכן ווי ווייסע, אבּער מיר אלץ א קלוגע פאָלק זענען בעסער פון דעם און זענען נישט קיין ראסיסטן און מיר טריעטן יעדעם איינעם גלייך, א פּובליק וואס פארשטייט "קודש קדשים רינדעכיגע סטאטיסטיקס" און פארשטייט אז קאר עקסידענטן זענען א גרעסערע סכנה ווי איסלאמישע טעראריסטן ווייל מר. פלוני פון הארווארד אוניווערסיטי סייענטיסט אויף מעקעניקס אין ענדזשינירינג אויף הומען שטודיעס האט אויסגעוויזן אין די לעצטע נאטור דזשורנאל אז זייט 2000 זענען אומגעקומען 33 מענטשן פון איסלאמישע טעראריסטן נישט אריינגערעכנט די "ארבייט'ס פלאץ" וויילענס פון די טעראריסט אין די מיליטערישע באזע, ווייל יענער איז דאך געווען אויפגערעגט אויף זיינע קאלעגעס... אבּער פון קאַרן זענען 20,000 געשטארבן, און די אנדערע טעראריסטישע אטאקעס זענען דאך א שולד פון די רעפּובליקאנע ביקסן, הקיצור א פּובליק וואס איז קלוג, נישט פארשטיקענע אלטע נארישע פארשוינען...
סא וואס קומט דא פאר? אפשר זענען די שטודיעס ריכטיג? סא פארוואס איז דא אזא רעוואלוציע אנטקעגן דעם, אויבנאויף איז דאס דאך ריכטיג? עס איז דאך טאקע דא מער קאר עקסידענטן ווי טעראר עקסידענטן, סא פארוואס נישט אריינלייגן די כוחות און געלט אין דעם, אזוי אויך מיט די אנדערע משלים,
דא ליגט די שליסל צי פארשטיין די הויפט יסוד... אפילו מען זאל פאר די שמועס מסכים זיין אז רעפּובליקאנע זענען אלטע נארישע צוריקגעשטאנע מענטשן אין זיי פארשטייען נישט צי גלאבאלע אנווארעמונג וכו' זיי האלטן נעבעך פון ביקסן וכו' זיי האבּן מורא פון אראבער וכו' ליגט אבּער א פראבלעם ביי די דעמאקראטן און די לינקע, "מען קען נישט טוישן קיין מענטשן אין מינוטן און אפילו נישט אין קיין יארן" מען קען קעמפן פאר א געוויסע צוועק אפילו א ריכטיגע צוועק, אבּער אין די זעלבע צייט אויסשפּייען די מענטשן און זיך ארויף כאפּן אויף זייערע ווערטער און זיי אויסשפּייען אין נאמען פון ראסיזם וועט ברענגן אז די מענטשן וועלן איין ציריקעמפן אפילו מען רופט זיי אן ראסיסטן, זיי וועלן ארויסקומען אלס אפענע ראסיסטן... זיי זענען אפענע ראסיסטן וויבאלד אפילו אויב זיי האבן אפילו נאר ענליכע מחשבות ריפטו זיי אויך אן ראסיסטן, סא פארוואס זאל ער נישט זיין קיין אפענע ראסיסט??? נניח אז זיי זענען נישט די קלוגסטע פון שטייסל? אבער 90 פראצענט פון די מענשטהייט זענען נישט קלוג אין געריבן? וואס איז די התחייבות פון א מענטש צי זיין קלוג??? ער איז נישט קלוג, פינטל! ער איז נישט גענוג קלוג צי ווארטן אויף די פּאליציי עם צי זאגן אז עס געווען אן אראבער אדער נישט... ער מאכט אפּ פארדעם! א פארברעך? א ראסיסט? א וואס? א פּלענע מענטש!!! נניח ער איז נישט די קלוגסטע, אבּער זיינע געפילן זענען גארנישט? ער איז א שמאטע וויבּאלד ער איז נישט פון די פארגעשריטענע פּובּליקום? "אט דאס איז די רעוואלוציע" עס איז א רעוואלוציע פון די אלגעמיינע מענטשהייט אנטקעגן די עליטע וואס וויל זיי איבער מאכן, זיי ווילן זיך נישט לאזן, זיי האבּן נישט ליב ווען מען זאגט work place violance... און זיי קעמפן אנטקעגן דעם, יעצט איז געקומען טראמפ אין גערעדט זייער שפראך דערפאר האבן זיי עם אריינגעוועלט, עס איז דא א פראבלעם מיט אימיגראציע וועט מען פיקסן אויפן פּלאץ, עס איז דא א פראבלעם מיט טרעיד מיט טשיינע, זיי נעמען שטייערן פון אונז? וועלן מיר נעמען פון זיי! צפון קאריע סטראשעט וועלן מיר צוריקסטראשענען, איירופּע נעמט טעקסעס פון אונז? וועלן מיר נעמען פון זיי! גענוג מיט די רינדעכיגע לאגיק אז אזוי איז עס,
נישט אז איך האלט אז עס ריכטיג, און נישט אז דאס איז די בעסטע וועג, "אבער עס איז א וועג". אוודאי בשיטה וויל איך א קלוגע וועלט א וועלט פון פארשטאנד, אבער איך אנערקען אז נישט יעדער איז אזוי און אז מען ברויכט זיך רעכענען מיט זיי אויך, און דאס איז וואס דרייווט די טראמפּ רעוואלוציע. און אויב די לינקע וועלן דאס נישט אנערקענען וועלן זיי האלטן אין איין פארלירן... איבער די קלוגשאפט פון די לינקע אי"ה אן אנדערע מאל

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום טרויבן88, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לעב אין לאז לעבן.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
וואס מאכט דיך טראכטן אז די טעאריע איז ריכטיג? סקען זייער מעגליך זיין. דאס איז א באוואוסטע טראמפ טאקטיק צו אטאקירן חכמה, סייענס, מידעא און אזוי ארום געווינען די שטיצע פון די מענטשען וואס פארשטיין נישט דעם שפראך.
די צווייטע זאך איז פשוט. אלעס וואלט געוועהן אנדערש ווען די דעמקראטן וואלטן געוועהן די רוב אין ביידע הייזער... די היינטיגע ריפובליקאנער זענען אזוי קאראפטירט אז ס׳גייט זיי נישט אן אז א רוסישער שפיאן זיצט אין די ווייסע הויז אבי נישט דער עקעלדיגער ליבעראלער סאציאליסט שחור... זיי זענען אזוי פארביטערט פון די אכט געלונגענע יאר פון אבאמא אז זיי זענען גרייט אפילו צו שטיצן דעם אידיאט אפילו ער איז ערגער פון ניקסאן... למעשה דארף מען ווארטן ביז נאך די מיטורעם עלעקשאונס און זעהן וויאזוי ס׳גייט זיך אויסקאכן.

Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
דאס פלעגט די רבי דזשאורזש קארלין טאקע זאגן אז די רעכטע זענען נישט אינטרסירט אז די המון עם זאל זיין קלוג און ״אויפגעקלערט״ סאיז אנטעקן זייער אינטערעסן אז די עוורידזש אמעריקאנער זאל זיין עדיוקירט...
וזה לשונו:
There's a reason education sucks and it's the same reason it will never, ever, ever be fixed. It's never going to get any better. Don't look for it. Be happy with what you've got.
Because the OWNERS of this country don't want that.
I'm talking about the REAL OWNERS now. The BIG, WEALTHY BUSINESS INTERESTS that CONTROL things and make all the important decisions.
Forget the politicians. Look, the politicians are put there to give you the idea that you have freedom of choice and you don't. You have no choice.
You have OWNERS.
They OWN YOU.
They OWN EVERYTHING.
They own all the important land. They own and control the corporations. They've long since bought and paid for the Senate, the Congress, the statehouses, the city halls.
They've got the judges in their back pockets.
And they own all the big media companies so they control just about all the news and information you get to hear.
They've got you by the balls.
They spend billions of dollars every year, lobbying, lobbying to get what they want. Well, we all know what they want. They want more for themselves and less for everybody else.
But I'll tell you what they don't want.
They don't want a population of citizens capable of critical thinking.
They don't want well informed, well educated people capable of critical thinking.
They're not interested in that. That doesn't help them. That's against their interests.
That's right!
They don't want people who are smart enough to sit around the kitchen table and figure out how badly they're getting fucked by a system that threw them overboard 30 fucking years ago. They don't want that.
You know what they want? They want obedient workers. Obedient workers. People just smart enough to run the machines and do the paperwork and just dumb enough to passively accept all these increasingly shittier jobs with the lower pay, the longer hours, the reduced benefits, the end of overtime and the vanishing pension that disappears the minute you go to collect it. And now they're after your social security money. They want it back. They want it back so they can give it to their criminal elitist friends on Wall Street.
And do you know something? The will get it.
The will get it all from you, sooner or later. 'Cause they own this fucking place.
It's a big club. And you ain't in it. YOU and I are not in the big club.
George Carlin

Re: ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג
א לייק פון שבת אויף א רעכט גענויגטע ארטיקל איז נישט א קלייניקייט....שבת אחים האט געשריבן:וואס מאכט דיך טראכטן אז די טעאריע איז ריכטיג? סקען זייער מעגליך זיין. דאס איז א באוואוסטע טראמפ טאקטיק צו אטאקירן חכמה, סייענס, מידעא און אזוי ארום געווינען די שטיצע פון די מענטשען וואס פארשטיין נישט דעם שפראך.
די צווייטע זאך איז פשוט. אלעס וואלט געוועהן אנדערש ווען די דעמקראטן וואלטן געוועהן די רוב אין ביידע הייזער... די היינטיגע ריפובליקאנער זענען אזוי קאראפטירט אז ס׳גייט זיי נישט אן אז א רוסישער שפיאן זיצט אין די ווייסע הויז אבי נישט דער עקעלדיגער ליבעראלער סאציאליסט שחור... זיי זענען אזוי פארביטערט פון די אכט געלונגענע יאר פון אבאמא אז זיי זענען גרייט אפילו צו שטיצן דעם אידיאט אפילו ער איז ערגער פון ניקסאן... למעשה דארף מען ווארטן ביז נאך די מיטורעם עלעקשאונס און זעהן וויאזוי ס׳גייט זיך אויסקאכן.
די טעאריע מאכט די מערסטע סענס, אדרבא קום אויף מיט בעסער...
לגבי דעס וואס די זאגטס אז די רעכטע האבן הנאה אז די עולם בלייבט נאראנים, נניח אז ס'איז אמת, אבער טרייען צי טוישן א ציבור צי שנעל איז די זעלבע אומרעכט, דערפאר ברויכט מען עס טון מיט סבלנות, די ראוד וואס די לינקע האבן גענומען איז צי שווער פאר רוב המון עם אפילו עס איז ריכטיג
לעב אין לאז לעבן.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג
דעס אז טראמפּ איז פרעזידענט איז נישט גענוג אן איבערווייז די מערסטע אומלאגישע זאך אז אזא מנובל ומושחת ומידות רעות אזוי ווי ער איז פרעזידענטקורקלענד האט געשריבן:וואו זעהסטו אז די רבי דיינער האט געמיינט די רעכטע? איך פארשטיי אז ער האט געמיינט די לינקע, ספעציעל די דיעפּ סטעיט.
בכלליות זעה איך נישט וואו די לינקע זענען געגאנגען ראָנג, זיי טוהן זייער גוט, און זיי זאלן ווייטער אנגיין מיט די זעלבע סטראטעגיע.
לעב אין לאז לעבן.
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
אוואדי מיינט ער די רעכטע. לייען איבער... וואל סטריט... די ביזנעס וועלט (קאפטיאליזים) אין פריוואטע אינטערוויוס און אסאך מאל ברבים אין זיין קאמעדיע דרשות פלעגט קארלין אפעציעל האקן אויף די רעכטע און רעפובליקאנער... הגם ער איז קיין דעמקראט מסתם אויך נישט געוועהן איז זיכער אז ער איז געוועהן מעהר אויף די דעמקראטישע זייט. די דעמקראטן האט ער כמעט קיינמאל נישט אטאקירט. די רעכטע/קריסטן/רעפובליקאנער/עליטע איז געוועהן זיין טארגעט. אלע ליבעראלע האלטן אים פאר א היראו. ער איז געוועהן די ערשטע צורעדן אפען קעגן ״ארגענייזט רעליגע״ און די פרייהייט פון ווארט אויף טעלעוויזע און ראדיא. Separation of church and state. ער האט אטאקירט די קאטוילישע קירכע, די קריסטן, די פויפסט, די אמעריקאנער גאווערמענט, די גאנצע עסטעבלישמענט, די מידיע, די גאלף-קלאוב׳ס. און ער איז ליידער געוועהן גערעכט. ער האט נישט געקענט פארליידן די פאלשקייט פון די פאליטשאנס און די אמעריקאנע קריסטליכע היפאקראסיע.
וויאזוי קען מען אפילו זאגן אז די לינקע זענען קעגן עדיוקאציע? זיי ווילן דאך אז יעדער זאל זיין עדיוקירט!? זיי ווילן דאך אז קאלעדזש זאל זיין פריי פון אפצאל-פאר א יעדעם איינעם-אזויווי סאיז איינגעפירט אין אלע ״נארמאלע מדינות״... סאיז לעצטענס ארויסגעקומען א שטודיע אז ״רוב רעפובליקאנער האלטן אז עדיוקאציע איז נישט גוט פאר אמעריקע״!!! שומו שמים!!! איר הערט??? רוב רעפובליקאנער ווילן אז אמעריקע זאל זיין צוריקגעשטאנען... (די גרויסע פארט״י א״ף ביזנע״ס כאפט אבער נישט אז אמעריקע׳ס רייכטום שטאמט און באשטייט נאר פון קלוגשאפט, סייענס, און עדיוקאציע... גיי רעדט צו בהמות פון שטאל...) און דאס איז פונקטליך וואס קארלין זאגט, די ״רעכטע קאפיטאליסטן״ האבן שטארק מורא אז מענטשען וועלן קלוג ווערן... יעצט לייען איבער.
[tag]ריכטיג[/tag] האט געשריבן אז ער גייט שטיצן טראמפ וועגן רובאשקין. איך האלט אינמיטן שרייבן א גאנצע ארטיקל פארוואס ״פרשת רובאשקין״ איז א קלארע באווייז אז אונז טארן חלילה ״קיינמאל״ נישט וואוטן פאר קיין רעפובליקאנער און רעכטע. און אלעס וואס איך שרייב קען יעדער איינער אליינס נאכקוקן צי איך זאג ריכטיג. רובאשקין האבן די ״צוריקגעשטאנענע רעפובליקאנער״ שטייפע ריכטערן ריע״ד ימ״ש וועמען פרעזידענט בוש האט איינגעשוואוירן געאורטיילט א לעבנסלענגליכע טורמע-פאר א מינדערוויכטיגע ווייט קאלער קריים-א טאטע פון 10 קינדער!!! וויאזוי קען עס זיין??? וואו איז דאס געהערט געווארן??? וועלקאום טאו אייוואווע מיי פרענדס!!! דאס זענען די רעכטע!!! הארצלאזע מענטשען! די רעפובליקאנער האבן אים אריינגעלייגט אין טורמע. איר ווייסט ווער ס׳האט געשריגן און פארדאמט די אורטייל די ערשטע? די לינקע! די ACLU, די ערשטע צוויי וואס האבן עס ארויפגעברענגט אויף די פלאהר פון קאנגערס זענען געוועהן ״דעמקראטן״... הלוואי זאל איך האבן נערווען צו טייפן... ענק ווייסן נישט וואספארא רשעותדיגע אנטיסמיטן און אומסימפאטישע מענטשען די רעכטע זענען... ליינטס די מעשה פון פאסטוויל אייאווע די קולטור-צוזאמענשטויס פון די חסידים פון ברוקלין און די רעכטע פרומע קריסטן... כבעט ענק ברחמים... ענק ווילן נישט קיין הארטנאקיגע רעכטע יוסטיץ אין ניו יארק... נישט קיין חילוק ווי שטארק איר קוקט אראפ אויף די ליבעראלע און ווי שטארק ענק האסן ״ליבעראליזם״ זענען די דעמקראטן/לינקע נאכאלץ טויזנט מאל בעסער ווי די דאזיגע אלטמאדישע קריסטליכע קאלטבלוטיגע רשעים...אוי זענען ענק מיאוס פארפארן... קושנער און ״Bipartisan״ פרעשיור האט אים טאקע ארויסגעלאזט, ווער האט אים אבער אריינגעלייגט אין די פאזיציע?
נישט אז סגייט מיך אן אז ריכטיג גייט וואוטן פאר טראמפ אין 2020 (לאמיר קודם זעהן צי ער וועט בלייבן אויפן בענקל און ער וועט לויפן נאכמאל-איך גלייב אז נישט) אפילו אלע אידן אין ניו יארק זאלן וואוטן פאר די רעכטע גייען די דעמקראטן במילא געווינען ניו יארק/ניו דזשערזי... ווידער אין די לאקעלע פארמעסטן אז ענק חסידים גייען גיין מעהר רעכטס גייען ענק זיך אליינס אפטוהן, ווייל דערווייל מיינען נאך די ״דעמאקראטישע פארטיי״ אז די היימישע אידן זענען ״דעמקראטן״ איינמאל זיי גייען זעהן אז איר זענט רעכט געשטימט-ווייס איך נישט ווי ווייט ענק וועלן אנקומען אין די דעמאקראטישע ניו יארק אלץ רעפובליקאנער און צי ס׳וועט ענק זיך שטארק לוינען (אין ניו יארק סיטי זיכער, אפשר אפסטעיט איז אנדערש) ענק סטראשענען זיך אליינס. ענק בייסן אפ די הענט וואס טוט אייך פיטערן...

- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
אביסעל היסטאריע.
ער ברענגט ארויס א שטארקע נקודה. איך שרייב שוין לאנג אזוי. די דעמאקראטישע פארטיי שטייט פון גאר נידעריגע עלעמענטן, נאר וויבאלד מענטשן שטימען פאר י סאציאלע בענעפיטן, מיטן איינרעדעניש אז ס'איז אמגוטע ביזנעס דיעל. ער דערפאר זענען זיי מצליח מיט וויילער.
בּוש אהער און בּוש אהין. אובאמא האט דערמאנט רובאשקין ווען ער האט מתחילה קאמפיינט אין אייאווע, און נישט לטובתו. און דיין ראסיסט טראמפּ האט איהם באפרייט. עפעס שטימט נישט מיט דיינע שיטות. וואו איז די ACLU געווען ווען טראמפּ האט איהם באפרייט? און פארוואס האט דער איד שומער נישט ארויסגעגעבן קיין פאזיטיווע סטעיטמענט דאן?

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Re: ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג
קורקלענד האט געשריבן:אביסעל היסטאריע.
ער ברענגט ארויס א שטארקע נקודה. איך שרייב שוין לאנג אזוי. די דעמאקראטישע פארטיי שטייט פון גאר נידעריגע עלעמענטן, נאר וויבאלד מענטשן שטימען פאר י סאציאלע בענעפיטן, מיטן איינרעדעניש אז ס'איז אמגוטע ביזנעס דיעל. ער דערפאר זענען זיי מצליח מיט וויילער.
בּוש אהער און בּוש אהין. אובאמא האט דערמאנט רובאשקין ווען ער האט מתחילה קאמפיינט אין אייאווע, און נישט לטובתו. און דיין ראסיסט טראמפּ האט איהם באפרייט. עפעס שטימט נישט מיט דיינע שיטות. וואו איז די ACLU געווען ווען טראמפּ האט איהם באפרייט? און פארוואס האט דער איד שומער נישט ארויסגעגעבן קיין פאזיטיווע סטעיטמענט דאן?
https://newrepublic.com/minutes/149554/ ... on-twitter
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קורקלענד האט געשריבן:אביסעל היסטאריע.
ער ברענגט ארויס א שטארקע נקודה. איך שרייב שוין לאנג אזוי. די דעמאקראטישע פארטיי שטייט פון גאר נידעריגע עלעמענטן, נאר וויבאלד מענטשן שטימען פאר י סאציאלע בענעפיטן, מיטן איינרעדעניש אז ס'איז אמגוטע ביזנעס דיעל. ער דערפאר זענען זיי מצליח מיט וויילער.
בּוש אהער און בּוש אהין. אובאמא האט דערמאנט רובאשקין ווען ער האט מתחילה קאמפיינט אין אייאווע, און נישט לטובתו. און דיין ראסיסט טראמפּ האט איהם באפרייט. עפעס שטימט נישט מיט דיינע שיטות. וואו איז די ACLU געווען ווען טראמפּ האט איהם באפרייט? און פארוואס האט דער איד שומער נישט ארויסגעגעבן קיין פאזיטיווע סטעיטמענט דאן?
די דעמאקראטן זענען נידריגע עלעמענטן??? דהיינו?? דו פארשטייסט נישט וואס מיינט אפילו רעכטע... גיי וואיונען קיין אייאווע קודם...
די דעמאקראטן צוזאמען מיט שומער פעלאסי און קושנער האבן געהאלפן ארויסנעמען רובאשקין...
די בוש אדמינסטראציע האט אים לכתחילה אריינגעלייגט אין די פעקל. צוזאמען מיט די רעפובליקאנער לאקעל אייאווענס...
יעדער ריכטער וועם רובאשקין האט געזעהן איז געוועהן א רעפובליקאנער!!! א ליבעראלע ריכטער וואלט אים אהיימגעשיקט און אים געגעבן א קליינע געלט שטראף מיט אפשר אביסל קאמיונטי סערוויס... אין די רויטע סטעיטס איז די ״אמעריקענע געזעץ״ פונקט ווי להבדיל די ״תורה״. ווידער ביי די ליבעראלע איז די געזעצן געמאכט געווארן דורך ״מענטשען״ פאר דורות צוריק-און זיי פארשטיין אז רובאשקין איז נישט קיין סכנה פאר סאסייעטי אז מ׳דארף אים געבן ״לעבנסלענגליכע טורמע״ - די לינקע טראכטן און האבן געפיהל צו מענטשען... די רעכטע זענען הארטע שטייפע רשעים- יעדער קען זיך אליינס איבערצייגן די ״געוואלדיגע חילוק״ ווען ס׳קומט צו יוסטיץ... אין אלע רויטע רעפובליקאנער מדינת שפארט מען איין ״שווארצע״ און ״אידן״ און מינארטיס לרחצה... און מ׳געט זיי יאהרן תפיסות פאר קלייניקייטן...
זיין חטא איז ארגעניעל געוועהן ״אימיגראנטן״!!! די דעמאקראטן באדערט אימגראנטן??? וועם ווילסטו פארדרייען א קאפ??? דו האקסט סתם אין טשייניק אן קיין טראפ בעיקינג פון די טרוקנע מציאות און פאקטן...
קענסט מיר געבן צופארשטיין וואס רובאשקין האט חוטא געוועהן? און ווער זענען געוועהן די וואס האבן אים אריינגעלייגט אין דעם פעקל??? האסט געליינט די גאנצע מעשה? ניין! דו ביסט סתם א פאפעט...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
דיינע ווערטער פארענטפערן נישט מיין פריערדיקער הודעה דעריבער גיי איך פשוט איבער זאגן וואס איך האב פריער געזאגט.
קורקלענד האט געשריבן:בּוש אהער און בּוש אהין. אובאמא האט דערמאנט רובאשקין ווען ער האט מתחילה קאמפיינט אין אייאווע, און נישט לטובתו. און דיין ראסיסט טראמפּ האט איהם באפרייט. עפעס שטימט נישט מיט דיינע שיטות. וואו איז די ACLU געווען ווען טראמפּ האט איהם באפרייט? און פארוואס האט דער איד שומער נישט ארויסגעגעבן קיין פאזיטיווע סטעיטמענט דאן?
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
א רעפארטער האט געפרעגט אבאמא ווען ער איז געלאפן די ערשטע מאל פשט אין די רובאשקין קעיס האט ער גענטפערט ״טשיילד לעיבאר״... בוש האט געזאגט די זעלבע זאך... נאך אסאך ערגער... (אבאמא האט דאן נישט געוויסט אלע דעטאלען. ער האט נאכגעזאגט וואס ער האט געהערט...) ער איז אבער נישט געוועהן די ״גורם״ צו די רובאשקין צרות, נאר די די רעכטע בוש אדמינסטראציע.
דאס איז לכאורה דע אינפארמאציע וואס אבאמא האט דאן באקומען פון די גאווערמענט... אבאמא האט אים נישט דארט אריינגעלייגט- כהאב נישט קיין ״ספק שבעולם״ אז אויב אבאמא וואלט געוועהן די ריכטער (אדער עני אנדערע ליבעראל) און אויסגעהערט די גאנצע קעיס אז ער וואלט אים פרייגעשפראכן... קיין ספק שבעולם... די גאנצע רובאשקין קעיס איז געוועהן א ״נקמה״ פון די רעכטע רעפובליקאנער פאר אידן וואס האבן געמאכט ״א אידישע שטעטל״ פון אימאגראנטן אין די רויטע רעפובליקאנער מידוועסט. איך האף צו ענדיגן א באשרייבונג וועגן דעם אין די נעקסטע שטיקל צייט... ווי כ׳וועל דיר ווייזן קליפ און קלאר ווער דיינע רעכטע זענען... און פארוואס ״פרשת רובאשקין״ איז א קלארע ראי׳ אז מ׳דארף שטיין ווייט פון די רעכטע און רעפובליקאנער.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
די אובאמא אדמיניסטראציע אונטער זייער מכלומרשט טרענספערענסי פאליסי האבן געמאכט א ספעציעלע וועבזייטל וואו מ'האט געזאלט קענען פעטיציאנירן די ווייסע הויז אויף סיי וועלכע נושא. און זיי האבן פארשפראכן זיך אריינצולייגן און אפיציעל לאזן הערן זייער מיינונג אויף סיי וועלכע נושא וואס וועט האבן די אינטערעסע פון איבער הונדערט טויזנט חתימות.
ס'האט איינער פון קרית יואל געפענט א שיין דעטאלירטע געשריבענע פעטיציע, און ס'האט און א גאנץ קורצע צייט צוזאמען גענומען איבער הונדערט טויזנט חתימות. און די אנטווארט פון ווייסן הויז האט נישט געשפעטיגט צו קומען. פרוביר זיך נאר אביסל אויפצופרישן דאס זכרון דיינע....
ס'האט איינער פון קרית יואל געפענט א שיין דעטאלירטע געשריבענע פעטיציע, און ס'האט און א גאנץ קורצע צייט צוזאמען גענומען איבער הונדערט טויזנט חתימות. און די אנטווארט פון ווייסן הויז האט נישט געשפעטיגט צו קומען. פרוביר זיך נאר אביסל אויפצופרישן דאס זכרון דיינע....
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קורקלענד האט געשריבן:די אובאמא אדמיניסטראציע אונטער זייער מכלומרשט טרענספערענסי פאליסי האבן געמאכט א ספעציעלע וועבזייטל וואו מ'האט געזאלט קענען פעטיציאנירן די ווייסע הויז אויף סיי וועלכע נושא. און זיי האבן פארשפראכן זיך אריינצולייגן און אפיציעל לאזן הערן זייער מיינונג אויף סיי וועלכע נושא וואס וועט האבן די אינטערעסע פון איבער הונדערט טויזנט חתימות.
ס'האט איינער פון קרית יואל געפענט א שיין דעטאלירטע געשריבענע פעטיציע, און ס'האט און א גאנץ קורצע צייט צוזאמען גענומען איבער הונדערט טויזנט חתימות. און די אנטווארט פון ווייסן הויז האט נישט געשפעטיגט צו קומען. פרוביר זיך נאר אביסל אויפצופרישן דאס זכרון דיינע....
ווער האט אים דארט אריינגעלייגט??? פארוואס האט מען אים געגעבן לעבנסלענגליכע טורמע? אבאמא האט עס געטוהן? אדער בוש און די אייאווע קריסטן?
די לינקע האבן שטארק געארבעט פאר אים... דו ביסט מחולק מיט דעם?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- קורקלענד
- חבר ותיק
- הודעות: 3203
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 31, 2014 2:28 pm
- האט שוין געלייקט: 2383 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2624 מאל
גראדעמעכעלע האט געשריבן:
https://newrepublic.com/minutes/149554/ ... on-twitter
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
פארוואס איבערצייגט אייך מער די פאקטן ווי יענע פאקטן?
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
קורקלענד האט געשריבן:ס'געווען לינקע וואס האבן גע'חתמ'ט. נענסי פעלאוסי און אנדערע קומט טאקע אסאך קרעדיט, בעיקר פארן עס נישט מאכן א איינזייטיגע פארטייאישע געראנגל. אבער איך פארשטיי נאכאלץ נישט וויאזוי דער אנטיסעמיט און ראסיסט.......... טראמפּ האט עס געקענט טוהן ווען די ווייכע אובאמא האט נישט געקענט?
טראמפ האט אינטערגעשריבן אויף וואס זיין טאכטער האט אים געהייסן. גיי פרעג אים יעצט עפעס וועגן רובאשקין איך בין כמעט זיכער ער גייט נישט וויסן פון וואס דו רעדסט...!
בקיצור: איינער וואס גייט וואוטן פאר א רעפובליקאנער וועגן רובאשקין איז א טיפוש מרחם אמו... ווייל די רעפובליקאנער האבן אים אריינגעלייגט אין פעקל. זיי האבן באנקראטירט רובאשקין... צוגענעמען פון אים אלע זיינע געלט און זיינע רעכטן... אוועקגענומען פון 10 קינדער זייער טאטע פאר אכט יאהר... ארעסטירט הונדערעטער ספאנישע ״פאר כמעט א גאנצע יאהר״- פארן בלויזן חטא פון פשוט ארבעטן שווער צוברענגן ברויט פאר זייער פאמילע און זייערע קינדער. און וועגן טראמפס איידעם איז פערצופאל א איד דארף מען יעצט וואוטן פאר רעפובליקאנער

ענק אלע חסידים קענען גערן זיין רעכטע פון מיין זייט, איך פארליר גארנישט... איך נעם נישט קיין פיאסטער פון די גאווערמענט. ״ענק״ גייען פארלירן... ענק גייען ליידן דערפאר! ענק ווילן אז אמעריקע זאל זיין מעהר א פראגרעסיוו לאנד... ענק ווילן נישט דא קיין ״מיסיספי״ אדער ״אלאבאמע״ העכעסטענס וועלן ענק מוזן נאכגעבן די ״ליבעראלע תועבה געזעצן״ אבער ס׳לוינט זיך נאכאלץ... איך האב מיך געדרייעט אין די סאוט
איך בין אמאל געוועהן אפאר וואכן צוזאמען מיט א געוועזנער חבדסקר אין נעברעסקא מיט א גרופע פון רעדנעקס... זיי האבן נישט געוואוסט אז אונז זענען אידן... דו האסט נישט קיין אהנונג וואספארא אנטיסמיטן זיי זענען... געהריגע נאציס! גארנישט אנדערש... אונז האבן דוקא ארויפגעברענגט די סובדזעשקט צוהערן וואס זיי זאגן. איך האב עס אויף טעיפ... איין טאג גיי איך בלי״נ שרייבן א ביכל וועגן דעם! אויב מיינט איינער אז די אויפגעקלערטע ליבעראלע זענען אנטעקן ענקער Way of life און זיי קריטיקירן אייער עדיוקאציע באקענט אייך מיט די רעכטע אומציוויליזרטע חיות/היינטיגע נאציס וואס האלטן עמטליך אז די אידן אין אמעריקע נעמען אוועק זייער ברויט... און אז היטלער ימ״ש איז געוועהן א העלד וואס האט נישט פארענדיגט די ארבעט... רח״ל! געדענקט: ווען איר וועלט פאר רעפובליקאנער וועלט איר פאר די פארטיי פון די נאציס!
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
שבת אחים: איך וויל דיר נאר דערמאנען איין קליינעם פרט. ווען באראק אבאמא האט קאמפיינט (צום ערשטן, אדער צווייטן מאל.). און ס'איז געווען אינמיטן פונ'ם ברען פון די העצע אקעיגן רובאשקין. און ער איז געווען אין די געגנט פון פאוסטווילל, אייאווא, האט ער שטארק געהעצט און גענומען אן אפענעם צד אקעיגן רובאשקין און זיין גרופ...!
אפשר קענסטו מיר זאגן צו וועלכע פארטיי באראק אבאמא ישפיל הודו האט באלאנגט...?! רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן...?!
אפשר קענסטו מיר זאגן צו וועלכע פארטיי באראק אבאמא ישפיל הודו האט באלאנגט...?! רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן...?!
- שבת אחים
- חבר ותיק
- הודעות: 6634
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
- געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
- האט שוין געלייקט: 4510 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל
berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך וויל דיר נאר דערמאנען איין קליינעם פרט. ווען באראק אבאמא האט קאמפיינט (צום ערשטן, אדער צווייטן מאל.). און ס'איז געווען אינמיטן פונ'ם ברען פון די העצע אקעיגן רובאשקין. און ער איז געווען אין די געגנט פון פאוסטווילל, אייאווא, האט ער שטארק געהעצט און גענומען אן אפענעם צד אקעיגן רובאשקין און זיין גרופ...!
אפשר קענסטו מיר זאגן צו וועלכע פארטיי באראק אבאמא ישפיל הודו האט באלאנגט...?! רעפובליקאנער אדער דעמאקראטן...?!
געהעצט? לכאורה סתם א שקר! ביטע ברענג מיר א מקור! איך זוך עס נאך און האב עס נישט געפונען. ער האט פשוט נאכגעזאגט די אינפארמאציע וואס ער האט באקומען פון די דעמאלטסדיגע גאווערמענט. מ׳האט אויך געזאגט אז די ״פיטע ארגאנזאציע״ איז געוועהן אינטער דעם. גיי לייען יעצט אייוועלט וועסטו זעהן גאנצע בלעטער פון שעלטערייען אויף די לינקע בשעת ס׳האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט פיטע נאר מיט די רעפובליקאנער בוש אדמינסטראציע און די לאקעלע אייאווע רעפובליקאנער רשעים.
ענק פוינטן פינגערס אויף די ראנג חברה! פיטע האט אפאר יאהר פארדעם ארויסגעגעבן צוויי קליפס פון ״צער בעלי חיים״ וואס איז פארגעקומען דאן.
למעשה איז פיטע גערעכט געוועהן סאיז פארגעקומען שרעקליכע צער בעלי חיים אנטעקן די היינטיגע סטאנדארטן. און די רובאשקינס האבן עס פאראכטן. אבער דאס האט גארנישט געהאט צוטוהן מיט די שרעקליכע איבערפאל אויף די רובאשקין׳ס שלאכטהויז אפאר יאהר שפעטער וואס די רעפובליקאנער-פעדעראלע גאווערמענט האט געשפענט א נישטיגע זעקס מיליאן דאללער און זענען געקומען מיט העליקאפטערס און באסעס און ארעסטירט יעדעם איינעם און באנקראטירט רובאשקין פאר ממש גארנישט און פאר נישט...
דא האסטו א לינק צו די מעשה. ער האט ניטאמאל אנגערופן רובאשקין ביי די נאמען אדער די נאמען פון זיין ביזנעס-ער האט נאר געזאגט אז מ׳דארף אויסראטן ״טשיילד לעיבאר״ און קאמפעניס וואס ווילן נישט באצאלן געהעריגע וועידזשעס פאר די ארבייטארער... אזוי שלעכט??? ביג דיעל!
https://www.vosizneias.com/19708/2008/0 ... eat-plant/
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
Marcus Aurelius
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 797
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג נאוועמבער 13, 2015 1:15 pm
- האט שוין געלייקט: 292 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 569 מאל
Re: ווי זענען די לינקע געגאנגען ראָנג
די וויכוח דא פארפעלט ארויסציברענגן די נקודה פון די פתיחות האשכול, די געדאנק מיינע איז געווען אז אז אפילו מען קען זיך טאנען פאקטיש איבער מיט וואס די דעמאקראטן זענען בעסער און אנטקעגן וואס די רעפובליקאנער זענען בעסער, איז אבער פאקטיש דא א מיטל גראונד... סיי די דעמאקראטן אין סיי די רעפובליקאנער זענען זיך ווערט זייער געלט... ס'וועט אייביג זיין זאכן מיט וואס די דעמאקראטן זענען גוט און ס'וועט אייביג זיין זאכן מיט וואס רעפובליקאנער זענען גוט, יעצט יעדער איינער איז פארקראכן פון זייער שיטה, די רעפובליקאנער זענען למשל אביסל בעסער ביי חינוך אפילו עס איז קעגן זייער נאציאנאליזם אז מען ברויכט זיך אויסמישן אין אמעריקא, און די דעמאקראטן זענען ערגער אין חינוך ווי אידן ליידן זיך ציזאם גזירות איבער וויאזוי צי מחנך זיין די קינדער, זענען די דעמאקראטן וואס האלטן אז יעדער מיז באקומען די זעלבע חינוך אפילו עס נויגט אוועק פון זייער שיטה אז מען ברויכט זיין טאלעראנט צי יעדן איינעם, וואס איך פרוביר ארויסציברענגן אז מען קען זיך טאנען אויף יעדע זאך וואס קומט פאר און אזויווי עס איז טאקע פארגעקומען איז די אשכול, איבער ווער ס'איז מער פאר רובאשקין, בקיצור יעדער וועט זען זייער זייט...
אבער פון די אנדערע זייט טראכט אריין פאר א מינוט און לאמיר טאקע ברענגען עדיוקאציע פאר די שמועס, די דעמאקראטן זענען אין גרויס וואס ווילן ארויפצווינגן אויף אונז צי לערנען זייערע שטודיעס, אזוי ווי זיי פרובירן ארויפציצווינגען מיינונגען מיט אסאך זאכן, דערפאר זאג איך אז אפילו מען זאל מסכים זיין לשיטתה דעמאקראטן אז ס'איז גערעכט איז ס'איז א חובת השעה און מען מיז עס טון, קען מען עס טון שטאטליך, צילייגן געוויסע קוריקאלום'ס מען מיז נישט זיך ארויפווארפן אויף יענעם, ווייל אויב יא קומט מיט די צייט א ווידערשטאנד אזוי ווי עס איז געשען אז מען האט אריינגעוועלט די קראנקסטע מענטש אין די מאדערנע היסטאריע... (נישט אז איך וויל נישט מען זאל לערנען מער און עדיוקירן דעם ציבור מער... נאר לצורך הוויכוח, און אלעס האט א וועג)

- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל