בלאט 1 פון 2

אויפטרייסעלד שאקירנד בחור לויפט נאך א קאַר אויפן FDR

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 6:50 pm
דורך טרויבן88
אין די ווידעא זעט מען א חרדיש בחור לויפט נאך א קאַר אויפן FDR פון ווי ער איז געווארן ארויסגעווארפן, באריכטן זאגן אז זיין פעטער האט עם געכאפט מיט א סמארטפאון דערפאר האט ער עם ארויסגעווארפן... איינער מיט פרטים?

Re: אויפטרייסעלד שאקירנד בחור לויפט נאך א קאַר אויפן FDR

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 7:19 pm
דורך גראף
איך האב געהערט אז דער בחור האט געהייסען דער דרייווער זאל צומאכן זיין סמארט פאון און ער האט עם ארויס ג'זרקט פון זיין קאר.
נאר שמועות מוז נישט זיין דער מציאות.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 7:47 pm
דורך Samkoton
1. עס איז נישט אויפן FDR עס איז אויפן הארלעם ריווער דרייוו.
מישט נישט אויס.

2. פיקעלס און קיוקאמבערס זענען צוויי אנדערע זאכן.
מישט נישט אויס.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 8:24 pm
דורך אישתישבי
דער לייסענס פלעיט איז hyw9289

עס איז דא אזעלכע וואס קענען נאך קוקען.

Re: אויפטרייסעלד שאקירנד בחור לויפט נאך א קאַר אויפן FDR

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 8:29 pm
דורך טרויבן88
גראף האט געשריבן:איך האב געהערט אז דער בחור האט געהייסען דער דרייווער זאל צומאכן זיין סמארט פאון און ער האט עם ארויס ג'זרקט פון זיין קאר.
נאר שמועות מוז נישט זיין דער מציאות.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
געהערט יעצט אז אזוי איז טאקע געווען די מעשה

נשלח: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 9:25 pm
דורך שצם_חנכל
אויף אינסטעגראם איינע קאמענטירט:

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 4:58 am
דורך איך אויך
דעם שחור'ס שפראך איז אויך נישט אוועקצומאכן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:00 am
דורך התם ומתמם עם תמימים
אין איך האב געהערט אז ער איז פשוט ארויסגעפאלען פין קאר,
אין די דרייווער איז געוועהן מורא'דיג ביזי מיט די זיין סמארטפאון האט ער נישט געכאפט, אין גארנישט באמערקט,
ערשט נאר נאך אפאר מינוט האט ער עס געכאפט.......


אבער עס איז בושות..............

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 9:27 am
דורך די אמת
איך האב גיהערט סגעווען די קיקי טשלענעטש

Re: אויפטרייסעלד שאקירנד בחור לויפט נאך א קאַר אויפן FDR

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 10:01 am
דורך גר ותושב
איך האב גארנישט געהערט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 1:11 pm
דורך סקרן
וויאזוי ווייסט יעדער אלע פרטים האט איינער אים אריינגענומען און אויסגעפרעגט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 2:25 pm
דורך בלויע רעקל
הוי דן לכף זכות.
אפשר איז געווען שווערע טראפיק און דער בחור האט געזאגט אז ער וועט אנקומען שנעלער גייענדיג צופיס, האט מען אים געטשאלענזשד.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 2:27 pm
דורך בלויע רעקל
בלויע רעקל האט געשריבן:הוי דן לכף זכות.
אפשר איז געווען שווערע טראפיק און דער בחור האט געזאגט אז ער וועט אנקומען שנעלער גייענדיג צופיס, האט מען אים געטשאלענזשד.

Re: אויפטרייסעלד שאקירנד בחור לויפט נאך א קאַר אויפן FDR

נשלח: מיטוואך אוגוסט 08, 2018 5:50 pm
דורך גראף
התם ומתמם עם תמימים האט געשריבן:אין איך האב געהערט אז ער איז פשוט ארויסגעפאלען פין קאר,
אין די דרייווער איז געוועהן מורא'דיג ביזי מיט די זיין סמארטפאון האט ער נישט געכאפט, אין גארנישט באמערקט,
ערשט נאר נאך אפאר מינוט האט ער עס געכאפט.......


אבער עס איז בושות..............
א שטארקע סברה.

Sent from my SM-G950U using Tapatalk

Re: אויפטרייסעלד שאקירנד בחור לויפט נאך א קאַר אויפן FDR

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 5:12 am
דורך טרויבן88
בלייבט סתם אזוי איבער צי וויסן, מעג א מענשט סתם אזוי ארויפלייגן א מענטש אויפן הייוועי? אויב איז ער אינטער 18 איז עס ערגער? ס'איז מסתם נישט געזעצליך, איינער ווייסט די געזעצן דערויף?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 7:04 am
דורך שבת אחים
די דרייווער איז נישט געוועהן די בעל הסמארטפאון. פארקערט! די בחור האט געהאט א סמארטפאון האט ער אים ארויסגעטראסקעט פון די קאר... אזא מעשה איז ארומגעגאנגען. קיינער ווייסט דאך נישט פונקטליך...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 11:05 am
דורך berlbalaguleh
טרויבן88 האט געשריבן:בלייבט סתם אזוי איבער צי וויסן, מעג א מענשט סתם אזוי ארויפלייגן א מענטש אויפן הייוועי? אויב איז ער אינטער 18 איז עס ערגער? ס'איז מסתם נישט געזעצליך, איינער ווייסט די געזעצן דערויף?

טרויבן 88: איך ווייס נישט געזעץ אדער נישט. סמארטפאון אדער נישט. דער דרייווער פונ'ם קאר איז א פאטענציאלער רוצח. ער האט ארויסגעלייגט א מענטש אויף א פלאץ וואו ער וואלט ח"ו געקענט באצאלן מיט זיין לעבן. דאס איז די זעלבע מענטאליטי ווי דער צודרייטער בעל תשובה און רוצח ישי שליסל האט געניצט אין ארץ ישראל. ווען ער האט געשטאכן די לעסביאן שיקסע ביי זייער געי פרייד פערעיד, מיט עטליכע יאר צוריק. ער האט אויכעט געהאלטן אז ער טוט א גוטע זאך...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 12:43 pm
דורך טרויבן88
דו מאכסט אזא מין קוגל אז איך ווייס שוין נישט וואס צו זאגן... איך האלט נישט אז דער דרייווער איז גערעכט, און איך גלייב נישט אז ס'איז דא איינער וואס האלט אז יא, ארויסלייגן א בחור וואס איז ווארשיינליך צעמישט אדער פאנאטיש וואלט אבער דער דרייווער געדארפט זיין בעסער פון דעם, אבער לאמיר זאגן אז ער האט עם אראפגעדרייט די קאפ און ער האט עם בסך הכל געגעבן א היטש און ער האט פארלוירן די געדולד דערפאר האט ער עס געטון, אבער ישי שליסל ווי קומט ער דא אריין למען השם?... יעדער איינער וואס טוט עפעס וואס ער האלט ס'איז ריכטיג איז אזוי ווי ישי שליסל?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 12:50 pm
דורך סקרן
טעארעטיש גערעדט אז די מעשה איז אמת אז מ'רעדט דא פון א פעטער מיט א נעפיו מיט א סמארט פאון
קען איינער דא אזא מין מענטש וואס וואלט ארויסגעשטעלט זיין נעפיו וועגן א סמארטפאון אויף א הייוועי אדער בריק?
ס'איז נישט זיין אחריות ס'איז נישט זיין קינד מ'דארף זיין א שטארקע סאדיסט פאר דעם
לענ"ד איז עס נאר אן אויפגעמאכטע מעשה וואס טייל מענטשן וואס זוכן צו פארשווארצן די עמך אידען וואס לעבן אין די באקס מיט רשעות און שלעכטסקייט
די אנדערע ווערסיע פון די מעשה אז די בחור איז ארויס וועגן די פעטער האט א סמארטפאון מאכט אויך נישט קיין סענס ווייל טאנער האט די בחור געהאט א פראבלעם מיט דעם ווי איז ער געווען ביז די הייוועי?
אבער דאך קען זיין אז ער איז פון די בחורים וואס מ'באקט זיי אריין טרייפענע השקפות אויף וויאזוי אנצוקוקן אידען וואס פיהרען זיך אויף אנדערש פון זיי

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 2:01 pm
דורך דאכצעכמער
ישראל קדושים עס איז שקר די גאנצע זאך נישט קיין סמארט פוין נישט קיין ארויסגעווארפן, שולדיג איז די טרעפיק אין ניו יארק, דער בחור האט מער נישט געהאט קיין נערוון איינציזיצן אין קאר און ער האט געעפענט די טיר און געזאגט פאר'ן דרייווער קענסט פאר'ן איך וועל נאכקומען, עס איז מעשים בכל יום ווער איז נאכנישט ארויס אויפ'ן הייוועי ווען עס איז געווען אנגעזעצט טרעפיק,
קענסט זען דעם נעקסטן טאג האט אים שוין עימיצער נאכגעמאכט זע דא https://twitter.com/hasidic_1/status/10 ... 5278565377

עס איז סתם געמאכט א בער פון א קליפ

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:03 pm
דורך שמעקעדיג
כ'האב הנאה צו ליינען די אלע טעאריעס און אויפגעטראכטע סברות, וואס יעדע פון זיי איז פול מיט סתירות...

קען מיר איינער מסביר זיין ווי אזוי מען "ווארפט ארויס" א פאסאזשיר פון קאר אינמיטן דרייוון אויף א הייוועי?
און אויב דער בחור איז ארויס צוליב פרומקייט, פארוואס'זשע לויפט ער נאך דעם קאר צוריק אריינצוגיין? האט ער זיך שפעטער בארעכנט צי וואס?

איך ווייס נישט די מעשה, אבער ווער עס טראכט אויף סברות כרסיות, זאל ביטע זעהן ס'זאל מאכן סענס.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:32 pm
דורך berlbalaguleh
דאכצעכמער האט געשריבן:ישראל קדושים עס איז שקר די גאנצע זאך נישט קיין סמארט פוין נישט קיין ארויסגעווארפן, שולדיג איז די טרעפיק אין ניו יארק, דער בחור האט מער נישט געהאט קיין נערוון איינציזיצן אין קאר און ער האט געעפענט די טיר און געזאגט פאר'ן דרייווער קענסט פאר'ן איך וועל נאכקומען, עס איז מעשים בכל יום ווער איז נאכנישט ארויס אויפ'ן הייוועי ווען עס איז געווען אנגעזעצט טרעפיק,
קענסט זען דעם נעקסטן טאג האט אים שוין עימיצער נאכגעמאכט זע דא https://twitter.com/hasidic_1/status/10 ... 5278565377

עס איז סתם געמאכט א בער פון א קליפ

גם אני בחלומי: איך בין אמאל געפארן מיט מיין חבר אין א קאר. איך האב נאך געדארפט צוענדיגן דאס דאווענען שחרית. ביי א מצב פון טרעפיק, ביניך ארויס פון קאר און געזאגט עלינו. פארשטייצעך אז ביי..."כורעים".. האביך מיך געביקט...! מיין חבר קוקט מיך אן כאילו איך בין צודרייט, ח"ו...איך האבמיך גוט אונטערגעשמייכלט. נאר כ'האב איהם געפרעגט ..."וואס איז אזוי פאני"...!

אויך האביך שוין א סאך מאל געזאגט קריאת שמע של שחרית אויף די וועראזאנא ברידזש. יעצט איז א פראבלעם... וויאזוי קענמען זאגן שמע ישראל, ווען די קאר פארט 60 מייל א שעה...?! (מ'קען זאגן. מ'קען נאר נישט צו מאכן די אויגן.) האביך מתפלל געווען פאר א טרעפיק. און דאמאלס האביך געזאגט שמע ישראל מיט גרויס כונה...!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 2:35 pm
דורך יין שרף
רבי בערל, ווען איך וואלט געווען מיט אייך אין טרעקל אויפן וועריזאנא בריק, וואלט איך אויך געליינט קרי"ש מיט גרויס כוונה, ווידוי אויך..