בלאט 1 פון 1

ריקודים מיט ח"י ילדים

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 7:52 pm
דורך לבי ובשרי
הרב רבי יואל ראטה עפנט א טעמע וועלכע איז לעצטנס היפש ארויפגעלייגט געווארן אויף די טישן...
https://www.dropbox.com/s/9ijrgxy435yrg ... 7.mp4?dl=0
דברים כדרבונות, אבער זיס ווי צוקער.
קבל את האמת ממי שאמרו

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 8:20 pm
דורך berlbalaguleh
לבי ובשרי: ייש"כ. זייער ווארימע ווערטער. ווען ער וועט זיין א איד מיט א ווייסע בארד וועט מען איהם האלטן פאר א ..."הגאון הקדוש"...און זיינע טויזנטער תלמידים און זייערע קינדער וועללן איהם האלטן פאר א בעל מופת...! און ער וועט זיך האבן פארדינט דעם כבוד...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2018 8:49 pm
דורך לבי ובשרי
berlbalaguleh האט געשריבן:לבי ובשרי: ייש"כ. זייער ווארימע ווערטער. ווען ער וועט זיין א איד מיט א ווייסע בארד וועט מען איהם האלטן פאר א ..."הגאון הקדוש"...און זיינע טויזנטער תלמידים און זייערע קינדער וועללן איהם האלטן פאר א בעל מופת...! און ער וועט זיך האבן פארדינט דעם כבוד...!

איך האב קיינמאל געשריבן אויף אים נישט גאון און נישט גדול און נישט צדיק און נישט קדוש, נאר איך האב געשריבן "קבל את האמת ממי שאמרו".
שטימט?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:25 am
דורך תורה ומדע
ער איז א הונדערט פראצענט גערעכט. האועבער, ווען סאיז אין הפרוטה מצוי׳ איז עס גאר שווער און לאו כל מוחא סביל דא.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:40 am
דורך לבי ובשרי
תורה ומדע האט געשריבן:ער איז א הונדערט פראצענט גערעכט. האועבער, ווען סאיז אין הפרוטה מצוי׳ איז עס גאר שווער און לאו כל מוחא סביל דא.

דייקא דאס ברענגט ער ארויס, קיין חילוק צו עס איז פרוטה מצוי' אדער נישט, אלענאלס איז באשערט פון אויבן, דעריבער וועלן קיינע מיטלען אין די ענינים גארנישט העלפן, זערא.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 11:08 am
דורך תורה ומדע
עס איז א מדרגה אין ביטחון. ניטש יעדער האלט ביי די מדרגה, און מאיז נישט מחויב זיך מוסר נפש זיין אויף דעם. נאר וואזשע דען, דער חיוב איז טוען ביז ווי ווייט מקען, ווי די גמרא זאגט ״עסקת בפרי׳ ורבי׳״.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:36 pm
דורך berlbalaguleh
תורה ומדע האט געשריבן:ער איז א הונדערט פראצענט גערעכט. האועבער, ווען סאיז אין הפרוטה מצוי׳ איז עס גאר שווער און לאו כל מוחא סביל דא.

תורה ומדע: אפילו אין מדינת ישראל. יש אומרים. ערשט אין מדינת ישראל וואס איז א האלב סאציאליסטיש לאנד, געט די רעגירונג די ביטוח לאומי. אדער סאושל סעקיוריטי געלט פאר א יעדע משפחה לויט וויפיהל קינדער מ'האט. און לויט'ן פארדינסט פון דעם ראש המשפחה...!

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 11, 2018 11:11 pm
דורך תורה ומדע
אבער אין די פאראייניגטע שטאטען איז נאר דא א טעקס ברעיק פער קינד, נישט קיין געלט אין די קעשענע.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:15 am
דורך לבי ובשרי
טענה'ט אבער רבי יואל רוטה, אז עס איז ממילא קצוב מר"ה...

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:25 am
דורך קורקלענד
כ'האב געמיינט אז איך האב א בחירה, זאגט ער אז איך בין רעמאט קאנטראלירט..... גיי ווייס. און די שלחן ערוך וואס פסק'נט אז מ'זאל נישט מאכן קינדער אין שווערע צייטן......

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:29 am
דורך לבי ובשרי
קורקלענד האט געשריבן:כ'האב געמיינט אז איך האב א בחירה, זאגט ער אז איך בין רעמאט קאנטראלירט..... גיי ווייס. און די שלחן ערוך וואס פסק'נט אז מ'זאל נישט מאכן קינדער אין שווערע צייטן......

גערעכט הרב קורקלענד, זיין שפיץ איז אבער געווען אז דערוילעם זאל נישט מיינען אז מיט דעם שפארט מען מוטשערייען און פלאגערייען, ווייל מיט איין מיידעלע קען מען זיך פונקט מוטשען ווי מיט ח"י ילדים. און מען שפארט און מען פארמייד נישט זילטש.

Re: ריקודים מיט ח"י ילדים

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 3:46 am
דורך יהודי פשוט
ר' יואל ראטה איז נישט דר'ערשטער...
https://youtu.be/zaz-foA8UN4

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 1:27 pm
דורך berlbalaguleh
יהודי פשוט: מורא'דיגע ווערטער. און פרעג נישט וואס מ'האט אונז אויסגעלערנט אין חדר אויף אט דעם הייליגן איד...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2018 2:10 pm
דורך תורה ומדע
יהודי פשוט האט געשריבן:ר' יואל ראטה איז נישט דר'ערשטער...
https://youtu.be/zaz-foA8UN4

יישר כוח. דער רבי רעדט פייערדיגע דיבורים כדרכו בקודש.

אבער ווי קען מען מחייב זיין א איד וואס ס'גייט איהם שווער אין פרנסה ס'זאל זיין בהיתר ובכבוד, (90% פונעם עולם בעלי משפחות וועלכער צאלן שכ"ל און מאכען חתונה), צו זיין אויף די מדרגה אין בטחון און זיין רוהיג מקיים צו זיין מער ווי די הלכה איז מחייב. הרב ראטה אדרעסירט אין זיין דרשה אפנים נאר אינגעלייטלעך. וועט ער האלטן גענוי די זעלבע דרשה פאר בני ארבעים ומעלה וועלכע האבען שוין מוליד געווען 8 צו 10 קינדער, כן ירבו, און מאכן איצט חתונה פאר איבער 60 אלפים דאללער פער זייט? אויב נישט, ווי פאלט אוועק די מידת הביטחון. ועוד, אויב וועט ער זאגן אז נישט, שטעלט זיך דאך די פראגע, מאי נפק"מ? אפשר זאל דער אינגערמאנטשיק אויך זיך לערנען א פאך אדער דעוועלאפירן א ביזנעס אדער סטאבילער פרנסה איידער ער איז גרייט צו האדעווען א גאנצע משפחה בגשמיות וברוחניות, למען ייטב לו ולבניו אחריו.