בלאט 1 פון 1
רעגירונגס אומרעכטן
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 12:14 am
דורך רביה''ק זי''ע
די טראגעדיע פון פאמיליע סחיווסחורדרזייער שטארקע ווערטער צום סוף וואס זענען נוגע צו רעגירונג בכלל, לאו דוקא צו מדינת ישראל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
"א ווייסע טוריסט איז א גאלדן גרוב"ווי שטארק מ'דארף זיך אכטונג געבן ווען מ'פארט צו דריטע וועלט לענדער.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 10:37 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: דאס הארץ ווערט צובראכן איבער די שרעקליכע טראגעדיע וואס האט דאמאלס באטראפן די משפחה און אנדערע אידישע משפחות. אבער מיט די גאנצע סימפאטיע וואס איינער האט צו די באטראפענע , קענמען זיך דאך נישט באפרייען פון די מחשבות אז אין מדינת ישראל, זענען די מענטשן צוגעוואוינט אז די רעיגרונג מוז אלעס געבן. און פארזארגן א יעדן איינעם מיט אלעס. און טאמער עפעס גייט נישט אינגאנצן אזוי ווי געראכטן מאכט מען קולות און סקאנדאלן אין פאבליק...!
ראו מה בין בני לבן חמי. אויב ח"ו עפעס טראגעדיע באטרעפט א משפחה צווישן דעם רעליגיעזן עולם. סיי ישיב'יש, סיי חסיד'יש, איז תיכף דא עסקנים וועלכע שטעללן צוזאם געלט. און מ'זארגט זיך פאר די משפחה. אן אלמנה אדער יתומים...! משא"כ ביי די אלגעמיינע (נישט רעליגיעזע) באפעלקערונג איז נישט דא ווער ס'זאלל זיך זארגן אויף דעם מענטשליכן, ציווילן לעוול. נאר מ'ערווארט אלעס פון די רעגירונג. און מ'פאדערט עס בתורת חוב...!