בלאט 1 פון 1

חסידיסטוק - טעלעוויזיע שאו איבער חרדי'שע זינגער

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 3:28 pm
דורך הוגה
[justify]כ'האב לעצטענס געזעהן חסידיסטוק, אן איזראעילי דאקומענטערי שאו אויף חסידישע זינגער. א יעדע עפיזאד איז וועגן איין זינגער. עס נעמט ארום פון וואו דער זינגער קומט, וואס פאר א סארט נגינה יענער פערפארמט, דער זינגער'ס פריוואטע און פובליק לעבן און אסאך מער. דערווייל איז דא פינף עפיזאדן אויף ניסים בלאק, גד אלבז, ליפא, מאטי שטיינמעץ און זושא. עס איז גאר פראפעסיאנאל פראדוצירט, העכסט אינטערעסאנט און שטארק מומלץ. די שאו קען מען געפונען אויף יוטוב און טעלעגראם.

א יעדע איינציגסטע עפיזאד האט מיר מגלה געווען א סאך חידושים. צווישן אנדערע האב איך אויסגעפונען אז מאטי שטיינמעץ איז א שטיק הארץ, מלא רגש, ער האט זיך דאס איינגעקויפט דורך שווערע דורכגאנגן אין זיין לעבן. ליפא איז היינט א סאך מער באזעסן ווי אמאל. ווער עס זענען געווען זושא'ס אינספיראציעס און אז ניסים בלאק'ס ראפ ניגונים זענען געוואלדיג מלא תוכן.


.[/justify]

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 5:33 pm
דורך קוקי
ס'קוקט אויס אז חב''ד שטייט אונטער דעם

נשלח: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 6:14 pm
דורך מרדכי ישראל
עס גייט נישט זיין מער ווי 5 עפיזאדן נאר דאס איז דא

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 9:51 am
דורך חיים יואל
מרדכי ישראל האט געשריבן:עס גייט נישט זיין מער ווי 5 עפיזאדן נאר דאס איז דא

ס איז דא 6 עפיזאדן

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:21 pm
דורך קוקי
חיים יואל האט געשריבן:
מרדכי ישראל האט געשריבן:עס גייט נישט זיין מער ווי 5 עפיזאדן נאר דאס איז דא

ס איז דא 6 עפיזאדן

וועלכע איז די זעקסטע?

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2018 1:26 pm
דורך חיים יואל
קוקי האט געשריבן:
חיים יואל האט געשריבן:
מרדכי ישראל האט געשריבן:עס גייט נישט זיין מער ווי 5 עפיזאדן נאר דאס איז דא

ס איז דא 6 עפיזאדן

וועלכע איז די זעקסטע?


חסידיסטוק | פרק 6: שירת נשים

שלוש זמרות צעירות מתמודדות עם האיסור ההלכתי על שירת נשים. כל אחת בדרכה
https://www.kan.org.il/program/?catid=1279

נשלח: מאנטאג יאנואר 14, 2019 2:05 pm
דורך Buddy
החיד''א תירץ (נחל קדומים, בשלח), שמכיוון שבאותו שירה שכנה השכינה, במקרה כזה, אין בעיה בשירת נשים . בדומה תירץ בבאר שבע (שו''ת ב, ג), שמכיוון ששירתם הייתה על פי ציווי ה', לא היה חשש להרהורי עבירה, ולכן הותרה שירת נשים וגברים יחד.

מכאן