בלאט 1 פון 1

בעלזא, בריסק און סאטמאר

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 10:39 am
דורך בעל-הכרם
קען זיין אז איך בין אביסל שפעט, אבער עס באדערט מיך און אפשר קען איינער ווייזן מער קלארקייט אויף דעם ענין.

איך בין יעצט אין די זומער מיט פארשידענע סארטן קרייזן, איז אין די לעצטע צוויי וואכן געווען דריי יארצייטן וואס די עולם האט פארברענגט, ר' חיים בריסקער, די בעלזא רב און די סאטמער רב. איז געווען א איד א ידען וואס האט ביי די אלע געלעגנהייטן גערעדט און ביי ר' חיים און סאטמאר האט ער געהאט מעשיות פון חכמה, מסירת נפש פאר אידן, גדלות בתורה, שמירת המצוות, היקף, העמדת תלמידים, און עפעס ביי בעלז איז אלעסש געווען מעשיות פון פיש, ציבילעס, קפידה'ס, עס איז געווען אזוי בולט, אז איך בין געלאפן אין ספרים געשעפט קוקן אין אלע בעלזא ספרים, און טאקע אזוי, ממש אלעס אזעלכע מאדנע מעשיות, גארנישט עפעס ווי מען זעהט עפעס וואס מ'קען זיך לערנען, מ'דארף גלייבן אז ס'איז גדלות... (איין בוך האט א שער התורה פון ממש דריי מעשיות, און צום סוף האט עס גליטשיגע פאפירן פון וויאזוי די רב'ס דירה איז געווען אויסגעשטעלט...).

קען מיר איינער דא העלפן. וואס איז געווען די גדלות? עס זענען געווען און ס'איז נאך אלס דא רבי'ס וואס פירן זיך קוריאז און זיי האבן נישט אזא הערצה. מיין חבר טענה'ט אז עס איז נאר וועגן די מהרי''ד איז געווען די הערצה, אבער מיך האט מען אייביג געזאגט אז ער איז געווען נאכמער.

(אין א אשכול וועגן מהר''א איז געשריבן וועגן קאפאוס, איינער האט מער אינפאו?)